על דא ועל הא - לינגוויסטיקס

אינטערעסאנט צו אנמערקן, אז די אות A איז די אריגינעלע 'א' איבערגעדרייט.
דאס איז בערך די השתלשלות
1000315210.png
 
גוטע וואך ליבע קרעמער,

לאמיר זיך שנעל אריינטוהן אין א ווארט און זעהן ווי מ'קומט אן.

פאראנטווארטליך:

די ווארט איז צוזאמגעשטעלט פון 'פאר' און 'אנטווארט', וואס מיינט צו וועם מען דארף זיך ווענדן פאר אן אנטווארט; ווער נעמט אחריות דא...

אידיש (דייטש) 'אנטווארט' איז פאר די ענגלישע 'answer' (ווי באקאנט די וו מיטן w זענען זיך מתחלף אין שפראכן).

די ליטעראלע טייטש פון פאראנטווארטליך אין ענגליש וואלט געווען to answer for.
ס'איז אבער דא נאך א ווארט אין ענגליש פאר אנטווארט/ענטפער, און דאס איז די ווארט response.

און דאס ווערט גענוצט אינעם ווארט responsible.
The one you go to for a response.


אגב, די לענגסטע ווארט אין אידיש (לויט וואס איך ווייס): אומפאראנטווארטליכקייטן (irresponsibilities)

אדרבה אויב האסטו עפעס לענגער לאז וויסן.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20241205_013059_ChatGPT.jpg
    Screenshot_20241205_013059_ChatGPT.jpg
    480 KB · געזען: 38
איך האב עס נישט נאכגעקוקט, אבער עס איז מיר היינט איינגעפאלן אז די אויסדריק "למך" אויס א תם, קומט פון די ענגלישע אויסדרוק layman.
 
איך האב עס נישט נאכגעקוקט, אבער עס איז מיר היינט איינגעפאלן אז די אויסדריק "למך" אויס א תם, קומט פון די ענגלישע אויסדרוק layman.
וַיֹּאמֶר לֶמֶךְ לְנָשָׁיו:
עָדָה וְצִלָּה, שְׁמַעַן קוֹלִי; נְשֵׁי לֶמֶךְ, הַאְזֵנָּה אִמְרָתִי:
כִּי אִישׁ הָרַגְתִּי לְפִצְעִי, וְיֶלֶד לְחַבֻּרָתִי.
כִּי שִׁבְעָתַיִם, יֻקַּם-קָיִן; וְלֶמֶךְ, שִׁבְעִים וְשִׁבְעָה.

די מקור איז די שלימזל'דיגע מעשים פונעם באקאנטען למך בן מתושאל. נישט אויסמישן מיט למך בן מתושלח.

כי שבעתים, ווייל זיבן מאל דארף מען אים איבערזאגן די זעלבע זאך, און דאן יקם קין, וועט עס קין פאר'שטיין' (מלשון קם, אויפשטיין), אבער למך, שבעים ושבעה.
 
ביי די לינגוויסטן איז דא א פענאמענען (ספעציעל אין אידיש) ווי מ'זעהט צוויי ווערטער וואס אריגענעל מיינען זיי די זעלבע זאך, אבער אין אידיש האט מען אדאפטירט איינס צו מיינען די קודש און איינס די חול.

א באקאנטע אין די קאטאגאריע איז 'גארטל' (דויטש פאר belt) און 'פאסיק' (פויליש פאר belt).
גארטל איז וואס די רבי נוצט צו פראווענען הויכע זאכן, דערקעגן פאסיק איז וואס דער טאטע נוצט צו פראקן ביז ס'ווערט א בלוטיגע פאסיק.

כ'האב מיר דערמאנט דערפון אין די קוויטלעך שנירל...
קאָרטן (מלשון קאַרטן, קארטלעך, cards) איז נישט א ספעציעלע שפיל, נאר א שם הכולל פאר סיי וועלכע קארטל שפיל (card game), און דאס איז פארשטייט זיך פון די ס"מ אליין, און ווער עס שפילט עס חנוכה היסט ווינטער... דערקעגן קוויטלעך (וואס מיינט אויך קארטלעך, עיין כאן) איז געווארן די ווארט פאר די ספעציעלע פאראידישטע ווערסיע פונעם שפיל, אזוי אויך די קוויטל וואס מ'לייגט ביים כותל, און ווען מען קוויטל'ט זיך ביים רבין.
 
לעצט רעדאגירט:
היינט געטראכט אז אפשר די ענגלישע ווארט seal

מיט די ווארט בתולה איז די זעלבע שורש?
 
היינט געטראכט אז אפשר די ענגלישע ווארט seal

מיט די ווארט בתולה איז די זעלבע שורש?
איז נישט בתולים א זאך (ווס. א פעולה)?

לא מצאתי לבתך בתולים בלשון רבים ווייסט אויף חפצים, נישט א סטעטוס פון אפן אדער פארמאכט.

אבער דאס איז בעצם נישט קיין סתורה ווייל שפראך שפרייט זיך אויס פון חפץ צו פעולה, למשל pitted olives,

קען זיין אז "סל" קָארבּ וואס פארשפארט אריין אין זיך, איז אויך פון די זעלבע סלענג ווי seal
 
מן הסתם נישט.
ס'איז אין זעלבע קאטאגאריע פון sign.
אזויווי 'sign' מיינט סיי א 'צייכן' און סיי אן אונטערשריפט, ווייל אמאל האט מען געחתמעט דורך א זיגל/צייכן.

די זעלבע איז 'seal' בשורשו אויך א לשון פון צייכן, און פון דארט געווארן סיי וועלכע 'ענדגילטיג באשלוס' דערנאך געווארן סיי וועלכע זאך וואס איז שוין 'פארזיגעלט'.

אגב, זיגעל איז טאקע די זעלבע שורש ווי sign, מיין איך.
מערקט די פארשלאפענע G.

און מען נוצט עס טאקע סיי אויף אן עצם זיגל, און סיי צו זאגן אז אז א יונגל וואס לערנט נישט פלייסיג איז שוין פארזיגעלט צו אויסוואקסן א פארגרעבטע יונג.

***
יעצט געכאפט אז sign איז מלשון צייכן.
די g איז ענליך צו די gh ביי אנדערע ווערטער ווי נאכט - night, אכט - eight, ליכט - light...
אבער ס'ארבעט די זעלבע. צייכן קען מען נוצן צו זאגן. אז יענעם'ס גורל איז שוין פארצייכנט וכו'.

***
הוספה שנייה:
נאכן נישטערן אביסל זעה איך אז איך דארף אביסל קלאר מאכן די צעמישעניש דא.

אידיש/דייטש זיגעל איז די אייניג מיט ענגליש seal.
אידיש/דייטש צייכן איז די אייניג מיט ענגליש sign.
און אלע זענען אין די זעלבע משפחה.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top