אלעס ארום די מרים ענגל עקאונט 1
לייביש הכהן: די לעצטע צוויי דריי חדשים האט זיך געטון אויף טישן און אויף בענק, איבער א מיסטריעיזע ״שפיצל״ עקאונט אויף אינסטעגראם, מיטן נאמען ״מרים ענגל״, צו איז דאס אן עכטע לעדזשיט עקאונט, אדער Ai. דעריבער האב איך באשלאסן צו קאנטאקטן דיירעקט מרים, און הערן פון איר ״ביהיינד די סינס״ אלעס ארום ווער, און וואס עס ליגט אינטער דעם עקאונט.
שמועס: א גוטן מרים.
צום ערשט האסט לעצטנס אראפ געלאזט אן אטאם באמבע, זייענדיג מודיע פארן עולם אז די עקאונט איז אן Ai קערעקטער, טא וואס האט דיר בכלל געמאכט עפענען אזא עקאונט, און די ציהל דערפון?
מרים: צום ערשט ״שלום עליכם״ לייביש, שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, די עולם בענקט זיך גאר שטארק נאך דיינע זאפטיגע ארטיקלען.
בקיצור, לאמיר נישט אויפהאלטן, נאר גיין גלייך צום פאוינט.
צום ערשט, איך בין שטארק אריין געטון אין Ai, איך קוק אסאך אויף יוטוב ווידיאוס פון אלע נייע עי איי מאדעלס. מיין פאוקעס איז בעיקר געווען צו זעין אויב עי איי גייט קענען אנהייבן מאכן קאנסיסטענד קערעקטערס, ד.ה. אז מען נעמט איין מענטש און מען קען אים דזשענערעיטאן פון אסאך אנדערע ענגלס, אבער זאל דאך אויסזעין די זעלבע.
והשינית, זעין אויב סאיז שייך אז עי איי זאל קענען מאכן א פנים אויסזעין מיט גענוי די זעלבע דיטעילס ווי א ארגיניעילע בילד, וואס דאס רופט זיך סקין טעקסטשור. וואס ווי באקאנט ביז ממש לעצטנס, האבן אלע בילדער געהאט אזא פאלשע אויסזעין, איך וואלט דאס מדמה געווען ווי אין ענגליש געזאגט, א creamy look.
פאר בערך דריי חדשים צוריק האט א געוויסע קאמפעני ארויס געקומען מיט גאר א פארגעשריטענע עי איי מאדעל וואס האט גענוי די פיטשערס וואס איך האב געזוכט. איין פראבלעם האט עס אבער געהאט, אז די image quality איז נישט high resolution. כ׳האב אבער נישט געלייגט צופיעל געוויכט דערויף צוליב וואס אינסטעגראם אין אלגעמיין קאמפרעסט סייווי high-quality images, ממילא האב איך באשלאסן אנציהייבן ארבעטן מיט די image generator, אפי ס׳איז נישט א הינדערט פראצענטיגע שלימות.
זייענדיג גאר איבער גענומען ווי ווייט די עי איי טעכנעלאגיע האט זיך געריקט, האב איך באשלאסן צו מאכן א social experiment, זעין אויב מען קען אויסשפילן מענטשן מיט א עי איי קערעקטער, ווי כאילו דאס איז א עכטע מענטש. מיין ציהל איז בכלל נישט געווען קיינעם צו סקעמען, אדער ארויס דערווישן פריוואטע אינפא פון איינעם, אדער טאן סיי וואס פאר אן אומרעכט וואס איז נישט לעגאל.
נאך א סיבה פארוואס איך האב דיירעקט געעפנט די עקאונט איז געווען צו באקומען די motivation זיך צו לערנען די עי איי טעכניקן, מיט דעם וואס מענטשן קאמענטען, און לייקען עס, וואס דערמיט קען איך זעין אויב זעיט דאס אויס געניג עכט, אדער איז דא עפעס אין וואס איך ברויך מער אויסשארפן מיינע סקילס.
לייביש: צום ערשט, וואס פשט פון די נאמען ״מרים ענגל״? פארוואס האסטו געמאכט א שפיצל קערעקטער? און צו איז די קערעקטער געבויט אויף א עכטע מענטש?
מרים: די נאמען איז א קאמבענאציע פון ״פשוט״ און ״עלעגאנט״ אויסגעמישט. די נאמען מרים איז נישט קיין ספציעיל ציענדע נאמען, בעת וואס ״ענגל״ הערט זיך מער סעקסי און און מכובד׳דיג.
די סיבה פארוואס כהאב געמאכט א שפיצל קערעקטער, איז צוליב וואס עס איז נישט עכט בנמצא אויף סאושעל מידיא א היימישע שיינע פרוי מיט א שפיצל, אזאך וואס כהאב געהאלטן וועט ציען אסאך אויפמעקזאמקייט צווישן דעם היימישן עולם.
כלפי צו די קערעקטער איז א עכטע קערעקטער? יא און ניין. צום ערשט בין איך ארויף אויף ״חסידים יו עס עי״ אינסטעגראם פעידזש, כהאב געזוכט א פרוי וואס טראגט א שפיצל. די ענגל פונעם שפיצל איז אביסל זייטיג גענויגט, בעת וואס מ׳קען זעין סיי די פראנט און סיי די זייט דערפון, וואס דאס געבט צו פארשטיין פארן AI generator וואס א שפיצל מלבוש איז, און דערנאך קענען דזשענערעיטאן פון אלע סארט ענגלס. כ׳האב אבער זיכער געמאט אז די פנים זעיט אויס אנדערשט, נישט ווילנדיג בויען א פלאטפארמע אויף יענעם׳ס חשבון.
לייביש: ווי אזוי האסטו בכלל אנגעהויבן צו באקומען פאלויערס? וואס איז געווען דיין ערשטע בילד וואס האסט געפאוסט? און צו האסט זיך בכלל גע׳חלום׳ט ווי שטארק פאפולער דיין עקאונט וועט שנעל ווערן?
מרים: צום ערשט האב איך געפאוסט א בילד פון א שפיצל פרוי וואס רעד אויף א טעלעפאון אויף א ווייסע בעקראונד, אנגעטאן מיט גענוי די זעלבע שפיצל ווי די ארגיניעיל קרעקטער. כהאב אבער געטוישט איר לבוש צו א גרינעם top, און א denim skirt. די סיבה פארוואס איך האב איר אנגעטאן מיט א denim skirt, איז געווען דיירעקט צו הייבען ברעמען ביי מענטשן, וואס איז פשט אז א שפיצל לעידי גייט מיט א denim skirt. און דערמיט זעין די ריספאנדס פונעם עולם.
דערנאך האב אנגעהויבן פאלויען פילע עקאונטס אן קיין חשבון, מיטן ציהל זיי וועלן מיר צוריק פאלויען. וכך הוה, גלייך האבן פילע עקאונטס מיר אנגעהויבן צוריק צו פאלויען, גראדע מער ווי געראכטן, וואס דאס האט לכאורה גורם געוועם אז אינסטעגראם זאל מיר אנהייבן צו פראמאטען, וואס פון דארט איז אלעס געפארן ווי א באן, מענטשן האבן סובסקרייבט אן דעם וואס איך האב קיין ערגעץ עדווערטייזט מיין עקאונט.
לייביש: האבן מענטשן אריין געטשעקט מיט דיר אין פרייוועט, מיינענדיג אז דאס איז א עכטע עקאונט?
המשך יבא