אלעס ארום נייע חסידישע ישובים און געגענטער

שווארצע טייטס

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
סעפ. 4, 2024
מעסעדזשעס
83
רעאקציע ראטע
135
פונקטן
38
ברוכים הבאים צום נייעם שנירל אלסדינג ארום נייע חסידישע ישובים אין געגענטער פון די לעצטע 10/15 יאר , אזוי מיר נישט דיר נישט , וויפעל די געשפרעך פון טאג ווי אימער איבער די דירות קריזעס ביי די חסידים אין אמעריקע, שטעלט זיך ארויס אז עס איז שוין בכלל קיין קריזיס פארהאן, עס איז דא צענדליגע אפשענס פאר חסידישע אידן ווי צו וואינען אויסער די אמאליגע וויליאמסבורג אדער בארא פארק ,וויל מיר גיין פתיחה מיט די ליסטע כדלהלן

זשערסי סיטי
לינדען
סטעטען איילענד
יוניאן קרית באבוב 45
קרית יטב לב-בלומינגבורג
באלטימאר
מאנטיסעלאו
קאסא גראנדע אריזאנע
טעמפע פלארידא
סענטערוויל אינדיאנע
קרית וויזניץ קיימישע
קרית ברסלב ליבערטי
מאסן חסידישע ארויסוואנדרונג קיין לעיקוואד
דאס איז אויסער די ריזיגע מופעראציע קיין
קרית יואל והגלילות
מאנסי והגלילות

אין די לעצטע שטאפלען פונעם גרינדונג
קרית סקווירא סוואן לעיק
קרית זית רענן ניו זשערסי
לעיק פראנט פלארידא

בקיצור אזא נישטיגע 10 יאר צוריק האט זיך קיינער נישט געחלומט אדער געוועט געלט אז עס גייט זיין נייע חסידישע ישובים ווי שוואמען נאך א רעגן , פעסט פארווערד האלט מען וויל מען האלט!

מען קען פון ידע שטאט עקסטערע רעדן דעטאלען ווי עס האלט יעצט און די פלענער אויף ווייטער.
ועוד חזון למועד .

אדרבה לאמיר ברייט אויס שמועסן דעם נייעם רעיון אז א חסידישע אינגערמאן איז שוין בכלל נישט אנגעוויזן אויף וויליאמסבורג און בארא פארק ,נאר יעדער קען מופן ווי זיין תכונת הנפש ציט אים
 
גאר א גרויסע דערגרייכונג איז די פארגאנגענע שבת פארגעקומען אין די גאנץ יעריגע מאנטיסעלאו ישוב אין די קעטסקילס אין סאליווען קאונטי,
דאס איז באנייען די ערשטע גרויסע שיינע ברענד ניו בית המדרש פאר א גאנץ יאר מיט אלע קליפערלעך אין שטאט מאנטיסעלאו,
א הערליכע נייע מקוה מיט א שיינע גרויסע בור הטבילה מיט 8 שויערס, עטליכע שטיבלעך צו דאווענען , א הערליכע היכל פיקס פערטיג מיט הערליכע שענק מיט טישן און בענק,

אין די לעצטע יאר איז מאנטיסעלאו ישוב געוואקסן גאר שטארק באיכות ,מיט א נייע בית המדרש און מקוה, הערליכע מקוה טהרה אין א אייגן בנין, הערליכע גאנץ יאריגע גראסערי, סאטמאר בוטשער/בשר , די מוסדות החינוך האבן איינגעקויפט עטליכע נייע בנינים , בקיצור סאיז א שטאט מיט אלעס וואס מען ברויך פארן טאג טעגליכן לעבן ,בילדער וועלן נאכפאלגן
 
וויפיל משפחות וואוינען א גאנץ יאר אין מאנטיסעלא?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

מען זאגט אז בערך 100 , די הויפט שטארקייט און טאקע פארגעסן די הויפט פוינט ,אז אין די פארגאנגענע יאר האבן אסאך מענטשן געקויפט, און רוב אנוואינער וואינען אין זייערע אייגענע הויז, עס בויעט זיך יעצט צענדליגע נייע פריוואטע הייזער אין אלע זייטן פון שטאט
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
די וואוקס פון מאנטיסעלא האט זיך היבש פארשטייטערט די לעצטע 2 יאר צוליב דעם וואס סעקשן 8 עפנט מער נישט אויף קיין נייע סלאטס אין סאליווען קאונטי.

פאר ווער ס'ווייסט האט זיך מאנטיסעלא געבויעט נאר אויף סעקשן 8 אינגעלייט וואס זענען לכתחילה געקומען וואוינען פאר בלויז 1 יאר, עווענטועל (בפרט דורכאויס קאוויד 19) האבן מאנכע באשלאסן צו קויפן דארט היות הייזער זענען דארט'ן שפאט ביליג (מיט אפאר יאר צוריק האסטו געקענט טרעפן לייטישע הייזער פאר א דורכשניט פון 150-225K, און אפילו נאך היינט קענסטו טרעפן לייטישע זאכן פאר קנאפע 350-300 טויזנט דאלאר).

אבער היות סעקשן 8 האט שוין נישט געמאכט קיין פרישע בריעפינגס פאר די לעצטע 2 און א האלב יאר, איז די וואוקס שטארק געפאלן, און ס'שטייט בערך ביי די זעלבע נומער (ארום 85 משפחות).

רענט פרייזן זענען דעריבער היבש געפאלן, און קענסט דארטן דינגן א גאנצע פריוואטע 4 בעדרום הויז פאר $1800 אדער ווייניגער!, ווער ס'זוכט אפארדעבל האוזינג איז מאנטיסעלא די פלאץ! ס'איז בפשטות די סאמע ביליגסטע היימישע געגנט אין די טריי סטעיט עריע, אויכעט האבן די ארטיגע מוסדות וואוטשערס, סא בעיסיקלי פרי שכר לימוד, כאפטס!​
 
לעצט רעדאגירט:
ברוכים הבאים צום נייעם שנירל אלסדינג ארום נייע חסידישע ישובים אין געגענטער פון די לעצטע 10/15 יאר , אזוי מיר נישט דיר נישט , וויפעל די געשפרעך פון טאג ווי אימער איבער די דירות קריזעס ביי די חסידים אין אמעריקע, שטעלט זיך ארויס אז עס איז שוין בכלל קיין קריזיס פארהאן, עס איז דא צענדליגע אפשענס פאר חסידישע אידן ווי צו וואינען אויסער די אמאליגע וויליאמסבורג אדער בארא פארק ,וויל מיר גיין פתיחה מיט די ליסטע כדלהלן

זשערסי סיטי
לינדען
סטעטען איילענד
יוניאן קרית באבוב 45
קרית יטב לב-בלומינגבורג
באלטימאר
מאנטיסעלאו
קאסא גראנדע אריזאנע
טעמפע פלארידא
סענטערוויל אינדיאנע
קרית וויזניץ קיימישע
קרית ברסלב ליבערטי
מאסן חסידישע ארויסוואנדרונג קיין לעיקוואד
דאס איז אויסער די ריזיגע מופעראציע קיין
קרית יואל והגלילות
מאנסי והגלילות

אין די לעצטע שטאפלען פונעם גרינדונג
קרית סקווירא סוואן לעיק
קרית זית רענן ניו זשערסי
לעיק פראנט פלארידא

בקיצור אזא נישטיגע 10 יאר צוריק האט זיך קיינער נישט געחלומט אדער געוועט געלט אז עס גייט זיין נייע חסידישע ישובים ווי שוואמען נאך א רעגן , פעסט פארווערד האלט מען וויל מען האלט!

מען קען פון ידע שטאט עקסטערע רעדן דעטאלען ווי עס האלט יעצט און די פלענער אויף ווייטער.
ועוד חזון למועד .

אדרבה לאמיר ברייט אויס שמועסן דעם נייעם רעיון אז א חסידישע אינגערמאן איז שוין בכלל נישט אנגעוויזן אויף וויליאמסבורג און בארא פארק ,נאר יעדער קען מופן ווי זיין תכונת הנפש ציט אים
פארגעס נישט די נייע אויפגייענגע ישוב אין נארט קארליינע

אויכעט אויסגעלאזט לעיק פראנט אין אקעטשאבי פארידע

אויכעט האבעך לעצטנס באגעגנט א שיינע פאר "היימישע חסיד'ישע אינגעלייט" (מיט ביבער היט און ארויפגעצויגענע זאקן) וועלכע וואוינען א גאנץ יאר אין דעם עיר ואם בישראל 'פיניקס' אריזאנע​
 
קיינער וואוינט נאך נישט דארט.
 
די וואוקס פון מאנטיסעלא האט זיך היבש פארשטייטערט די לעצטע 2 יאר צוליב דעם וואס סעקשן 8 עפנט מער נישט אויף קיין נייע סלאטס אין סאליווען קאונטי.

פאר ווער ס'ווייסט האט זיך מאנטיסעלא געבויעט נאר אויף סעקשן 8 אינגעלייט וואס זענען לכתחילה געקומען וואוינען פאר בלויז 1 יאר, עווענטועל (בפרט דורכאויס קאוויד 19) האבן מאנכע באשלאסן צו קויפן דארט היות הייזער זענען דארט'ן שפאט ביליג (מיט אפאר יאר צוריק האסטו געקענט טרעפן לייטישע הייזער פאר א דורכשניט פון 150-225K, און אפילו נאך היינט קענסטו טרעפן לייטישע זאכן פאר קנאפע 350-300 טויזנט דאלאר).

אבער היות סעקשן 8 האט שוין נישט געמאכט קיין פרישע בריעפינגס פאר די לעצטע 2 און א האלב יאר, איז די וואוקס שטארק געפאלן, און ס'שטייט בערך ביי די זעלבע נומער (ארום 85 משפחות).

רענט פרייזן זענען דעריבער היבש געפאלן, און קענסט דארטן דינגן א גאנצע פריוואטע 4 בעדרום הויז פאר $1800 אדער ווייניגער!, ווער ס'זוכט אפארדעבל האוזינג איז מאנטיסעלא די פלאץ! ס'איז בפשטות די סאמע ביליגסטע היימישע געגנט אין די טריי סטעיט עריע, אויכעט האבן די ארטיגע מוסדות וואוטשערס, סא בעיסיקלי פרי שכר לימוד, כאפטס!​
יאפ טאקע די וויכטיגע נקודה געוואלט ארויס ברענגן פריער, אז די ישוב שטייט אסאך בעסער זייט סאיז נישט דא די סעקשען 8 , סאיז געבויעט אויף פעסטע פאנדעמענטען, אז ווער עס וואינט דארט יעצט און קויפט א אייגענע הויז איז דא פאר די הצלחה פון די ישוב, און איז אינוועסטעד אין די מקום ,
אגב בלומינבערג- קרית יטב לב אטעמט אויך אפ פון די סעקשען 8 אנשיקעניש און סאיז אסאך מער סטאביל
 
לעצט רעדאגירט:
אויכעט האבעך לעצטנס באגעגנט א שיינע פאר "היימישע חסיד'ישע אינגעלייט" (מיט ביבער היט און ארויפגעצויגענע זאקן) וועלכע וואוינען א גאנץ יאר אין דעם עיר ואם בישראל 'פיניקס' אריזאנע​
וואוינען דארט? אדער באזוכער פון קאסא גראנדע?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top