12 יאר צוריק זענען געזעצן אפאר אינגערלייט און מטכס עצה געווען אז אייוועלט איז צופיל צענזור, פאליש זעהט מען אז עס גייט זיך שוין פארמאכען. וואס טוט מען דא?
האבן אפאר ענערגישע אינגערלייט אפגעמאכט, גיי מיר עפענען א נייע סייט. ויקרא שמו בישראל ״קאווע שטיבל״.
עס האט אנגעהויבן אזוי היימיש און צוביסלעך אנגעהויבן באמען מער און מער ביז א יאר צוויי איז עס געווארען א מעכטיגע פלעטפארם
איז דורך אזא 2-3 יאר אין אינגערלייט ווערן אויס אינגערלייט, און די פירער האבן אפגעמאכט אז עס נישט פאר זיי מער
האבן א חלק פון זיי ארויפגעשארט די ארבל און אריינגעטאנצן זיי וועלן קער נעמען פון איצט און ווייטער
אבער יארן בלייבן נישט שטיין און די וואס זענען געווען אינגערלייט ווען די מייסדים זענען געווארן אויס אינגערלייט, זענען אויך געווארן אויס אינגערלייט
און צוביסלעך איז די הנהלה געווארן שיטערער און שיטערער ביז מען האט זיך געטראפן נאר מיט איין מנהל
די מנהל איז אויך נישט געבליבן אינג אבער ער האט געפילט אן אחריות. און אזוי געשלעפט און געשלעפט
ביז איינמאל איז געשעהן א שטיקל מיספארשטענדעניש מיט פרישע אינגע כוחות און עס האט אנגעהויבן קרעשן
וואס האט געגעבן די געפיל פאר די מנהל אם כן למה זה אנוכי, און פון דארט האט זיך עס געקייקלט ביז ווי מיר שטייען יעצט
די שאלה איז, עס איז קלאר אז אונז גיי מיר אויך נישט בלייבן אינג, און אויב זיין אמת׳דיג איך זעה מיר נישט דא זיצן אין 10 יאר
וואס קען מען טוהן אז די נעקסטע דור זאל דאס נישט דארפן נאכאמאל אריבערגיין?
לדעתי איז נישט גענוג צו טוהן נאר איין זאך מען דארף עס מאכן אויף א שטארקע סיסטעם אז עס זאל זיך נישט איבערחזר׳ן אין א ריפיעטינג סייקל
פליז קומט אריין מיט הצעות