klerinshare
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 2, 2024
- מעסעדזשעס
- 31
- רעאקציע ראטע
- 145
פאלשע דילעמא
ווען מען מאכט אן ארגומענט וואס שטייט אויף די הנחה אז עס איז פאראן א געוויסע צאל אפציעס און אויב עס וואלט געווען מער אדער ווייניגער אפציעס וואלט די ארגומענט צופאלן, איז דאס א דילעמא ארגומענט. אויב איז באמת דא מער אדער ווייניגער אפציעס, איז דאס א פאלשע דילעמא.
עס איז לייכט צו מאניפולירן מענטשן מיט אזא ארגומענט ווייל די פעלעסי (פאלשקייט) ליגט נישט אינעם ארגומענט: די פעלעסי איז באהאלטן אין די אומארויסגעזאגטע הנחה.
דוגמאות:

- "הלנו אתה אם לצרינו" - ביסט מיט אדער קעגן? די הנחה אויף וואס די פראגע ווערט געבויעט איז פאלש ווייל עס איז פאראן א דריטע אפציע, נעמליך נישט מיט און נישט קעגן.
- אף דע דרך - אראפ פון וועג. די הנחה איז אז ס'איז פאראן א דרך וועלכע מ'איז אדער אויף איר אדער פון איר אראפ. די הנחה איז פאלש אויב ס'איז דא א מיטל-גרונד.
- "ביסט א רעפאבליקאנער אדער א דעמאקראט?" מ'קען זיין א דריטע זאך.
- "ביסט פרא-איזרעל צו פרא-פאלעסטין?" די הנחה איז פאלש ווייל מ'קען זיין ביידע, נעטראל, טיילווייז, וכדו'
- איר האט נאך דוגמאות?
לעצט רעדאגירט: