לאגישע פאלשקייטן

דאס איז דער פעלאסי פון די פעלאסי'ס
אויב איך טענה (למשל אז ס'איז דא א גאט) און איך ניץ א פעלאסי אלץ הוכחה, און דו פרעגסט עס אפ.
האסטו סך הכל אפגעפרעגט מיין הוכחה, אבער נישט די עקזיסטינס פון גאט. מ'איז יעצט סך הכל נאטראל, אהן מיין ראיה.
די Fallacy fallacy.
קיינמאל נישט געהערט דערפון!!Wow
 
ס'איז בעצם א שמועס פאר זיך, אבער לאגיק ביסודו האט דעם פראבלעם אז מ'קען עס נאר דזשאסטיפייען מיט צירקולעריטי (אדער דורך אינפיניט ריגרעסעס), ממילא איז עס ווייניגער א פאלאסי ווי א באג אין די עצם סיסטעם. ואכמ"ל.
איך ווייס אז דו זאגסט נאך מיכי אברהם, אבער עס איז נישט ממש אזוי.

לדוגמא:
סוקרטס איז א מענטש
אלע מענטשן שטארבן
= סוקרטס גייט שטארבן

וועט איינער טענה'ן, אז דאס איז סירקולער ריזאנינג ווייל דו קענסט נישט זאגן אז אלע מענטשן שטארבן נאר אויב דו האלטסט אז סוקרטס גייט אויך שטארבן. אבער דאס איז נישט ריכטיג, אוודאי דער וואס האלט אז סוקרטס גייט נישט שטארבן קען זיך דינגען אויף די הנחה אז אלע מענטשן שטארבן. אבער מ'קען האלטן אז אלע מענטשן שטארבן אן וויסן פון פאראויס אז סוקרטס גייט שטארבן. און לאמיר עס איבערגיין מיט די הסברים אויף יעדע הנחה.

סוקרטס איז א מענטש. מהיכי תיתי? ווייל ער האט אלע סימנים וואס אלע מענטשן האבן.
אלע מענטשן שטארבן. מנלן? ווייל די טבע פון א מענטש איז אזוי (פיל אריין די פונקטליכע סייענטיפישע הסבר)
= סוקרטס גייט שטארבן

דער וואס האלט אז סוקרטס גייט נישט שטארבן איז מסתם מחולק אויף די טעם וואס ליגט אונטער די הנחה אז אלע מענטשן שטארבן. אבער איינער וואס איז מסכים דערצו, אפילו ער האט נישט קיין מיינונג איבער סוקרטס, האב איך יעצט א הוכחה אז סוקרטס גייט שטארבן. קומט אויס אז דאס איז בכלל נישט סירקולער ריזאנינג, עס עפלייט נאר צו איינער וואס נעמט אן די הוכחות.

אין אנדערע ווערטער: אויב נעמסטו אן די הנחה אז אלע מענטשן שטארבן מכח די טבע, האסטו יעצט א ראי' אז סוקרטס גייט שטארבן.

משא"כ דער משל פון גאט און די תורה איז גענצליך ווערטלאז און איז תלוי אין די אייגענע מסקנא.

גאט האט געגעבן די תורה. מהיכי תיתי? מסורה/טיעון העד.
די תורה זאגט אז גאט עקזיסטירט.
= גאט זאגט אז גאט עקזיסטירט.

אבער אויב גאט האט געגעבן די תורה דארפסטו שוין נישט צוקומען צו די המשך פון דיין ארגומענט ווייל דו האלסט שוין ביי דיין מסקנא אז גאט עקזיסטירט. און אויב ביסטו מסופק דערין איז די המשך נישט וואליד.
 
לעצט רעדאגירט:
גליטשיגע גליטשער (slippery slope)
ווען איינער טענה׳ט אז מען טאר נישט טוען עפעס א קלייניקייט ווייל דאס קען גורם זיין אז מען זאל טוען עפעס וואס קען ברענגען געפערליכע זאכען.
למשל, מען טאר נישט האבן קיין סמארטפאון, ווייל דאס קען ציברענגען צי געפילטערטע אינטערנעט, וואס קען ציברעינגען צי אומגעפילטערטע אינטערנעט, וואס קען צי ברעינגען צי פארן סייטס, וואס קען צי ברעינגען צי זרע לבטלה וואס קען צי ברענגען אז משיח זאל נישט קומען ווייל די אלע נשמות וואס מען האט מוצא געוועהן דארפן א תיקון.
פארוואס איז דאס א פאלאסי? עס איז ביסודו אן אמת'ע געדאנק
 
פארוואס איז דאס א פאלאסי? עס איז ביסודו אן אמת'ע געדאנק
די קראסט אריבער די גאס יא, וואס הייסט ס׳איז א סכנה א קאר קען קומען און אראפקלאפען, אה פאר דעם מאכט מען זיכער פארדעים אז קיין קאר קומט נישט און אזוי קען מען אריבערגיין די גאס.
איי ס׳איז דאך א סליפערי סלאופ, אמת היינט קוקסטו טאקע פאר די גייסט אריבער אבער אפשר מארגען גייסטו נישט קוקען פאר די קראסט און ס׳גייט קומען א קאר און ער גייט דיך אראפקלאפען, במילא זאלסטו שוין היינט אויכט נישט אריבערקראסען אפילו מיטן קוקען?
אלא על כרחך די גליטשיגע גליטשער איז א פעלאסי.
 
דא איז שווערער אויפצווייזן די פעלאסי. ס'איז אן השערה און איינער האלט ס'איז עקסטרעם און די צווייטע האלט ס'איז זייער מסתבר.
פארוואס איז דאס א פאלאסי? עס איז ביסודו אן אמת'ע געדאנק
דעם געדאנק איז נישט ליגענט.
נאר צוויי לעכער,
1. ס'נישט מוכרח אז איין זאך וועט ברענגען דעם צווייטע. רוב מאל ניצט מען עס אויף גאר ווייטער זאכן.
2. סך הכל טענה'סטו אז די לעצטע שטאפל פונעם סלאופּ איז נישט גוט, אבער אונז טענה'ן זיך אויף דעם ערשטען שטאפל.

לדוגמא. ראובן זאגט: מארכיוואנא אמאל אמאל פאר א באזעסענע מענטש איז אקעי.

זאגט שמעון: פון אמאל אמאל ווערט יעדען טאג, ביז א גאנצן טאג, ביז מ'דארף שוין עפעס שטערקער פון דעם און מ'נעמט קאוקעין, ביז מ'אווער דאוזט.

1. ביי יעדע שלב איז נישט מוכרח ער וועט גיין צום קומענדיגן שלב.
2. והוא העיקר. האסט גארנישט אפגעפרעגט ראובן'ס טענה. 'מארכיוואנא אמאל אמאל פאר א באזעסענע מענטש איז אקעי'.

כ'האף כ'האב זיך קלאר ארויסגעברענגט
 
ס'איז א מחלוקה צו עס וועט ווארשיינליך זיין לאנג טערם דעמעדש צו נישט. קיינער איז נישט זיכער גערעכט דא אחוץ אויב ווייזט מען אויף אז די לאנג טערם עפעקט איז יא/נישט מסתבר.
1. ביי יעדע שלב איז נישט מוכרח ער וועט גיין צום קומענדיגן שלב
סאויך נישט מוכרח אז נישט
2. והוא העיקר. האסט גארנישט אפגעפרעגט ראובן'ס טענה. 'מארכיוואנא אמאל אמאל פאר א באזעסענע מענטש איז אקעי'.
ער זוכט נישט חולק צו זיין צו שארט-טערם איז אקעי, צו דעם איז ער מודה. ער רעדט וועגן לאנג-טערם. און כלפי לאנג-טערם עפעקט, אויב איז ער גערעכט, איז אפילו אמאל אמאל נישט אקעי.
 
רונדיכיגע הסברים (circullar reasoning)
ס׳מוז זיין אז ס׳דא א גאט ווייל אזוי שטייט אין די תורה, וויאזוי ווייס איך אז די תורה איז אמת ווייל גאט האט עס געגעבען מוז עס זיין אמת.

(למען לא נחשוד, איך זאג ח״ו נישט אז ס׳איז נישט דא קיין גאט, נאר איך זאג אז די הוכחה איז פאלש)
כ'קען מיך דא באציען צום משל?
 
1. ביי יעדע שלב איז נישט מוכרח ער וועט גיין צום קומענדיגן שלב
סאויך נישט מוכרח אז נישט
די לאך איז אז מ'מאכט דעם ארגימענט אהן אריין רעכענען די פראבעבילעטי פון איין זאך ברענגען דעם צווייטען. נאר כאילו ס'וועט עס גאנץ זיכער אנברענגן,

ווען ער זאגט ס'איז דא א טשענס אז ס'וועט ברענגן צו שלב ב', וואס דאס האט א טשאנס ס'וועט ברענגן צו שלב ג', וואס דאס האט א טשאנס אז ס'וועט ברענגן צו שלב ד' איז עס אקעי

2. והוא העיקר. האסט גארנישט אפגעפרעגט ראובן'ס טענה. 'מארכיוואנא אמאל אמאל פאר א באזעסענע מענטש איז אקעי'. ער זוכט נישט חולק צו זיין צו שארט-טערם איז אקעי, צו דעם איז ער מודה. ער רעדט וועגן לאנג-טערם. און כלפי לאנג-טערם עפעקט, אויב איז ער גערעכט, איז אפילו אמאל אמאל נישט אקעי.
קודם כל. כ'מיין כ'מיין אז כ'האב געמאכט א טעות מיטן 'והוא העיקר' כ'ווייס נישט אויב דעס איז די עיקר.

פארוואס איז ער גערעכט, מ'דארף זעהן די פראבעבילעטי פון יעדע שלב באזינדער, און דערנאך די פראבעבילעטי אז די גאנצע בילד זאל געשען.
--

@קרעפל. יא, אין דת ואמונה. מ'קען דארט ליינען און שרייבן אויב מ'בעהט מחנים עס צו עפענען
 
די לאך איז אז מ'מאכט דעם ארגימענט אהן אריין רעכענען די פראבעבילעטי פון איין זאך ברענגען דעם צווייטען. נאר כאילו ס'וועט עס גאנץ זיכער אנברענגן,

ווען ער זאגט ס'איז דא א טשענס אז ס'וועט ברענגן צו שלב ב', וואס דאס האט א טשאנס ס'וועט ברענגן צו שלב ג', וואס דאס האט א טשאנס אז ס'וועט ברענגן צו שלב ד' איז עס אקעי

קודם כל. כ'מיין כ'מיין אז כ'האב געמאכט א טעות מיטן 'והוא העיקר' כ'ווייס נישט אויב דעס איז די עיקר.

פארוואס איז ער גערעכט, מ'דארף זעהן די פראבעבילעטי פון יעדע שלב באזינדער, און דערנאך די פראבעבילעטי אז די גאנצע בילד זאל געשען.
--

@קרעפל. יא, אין דת ואמונה. מ'קען דארט ליינען און שרייבן אויב מ'בעהט מחנים עס צו עפענען
יישר כח פאר דיין ערקלערונג.
אויב איך גוט פארשטאנען, צו סאמאראזירן זאגט איר אז אין א פאלאסי וועט זיין איינס פון צוויי פאקטארן,
1) ער זאגט אז עס 'גייט' צוברענגן
2) אפילו ער זאגט אז א' 'קען' צוברענגען צו ב' און ב' 'קען' צוברענגן צו ג' א.א.וו., אבער איינס פון די שלבים/די גאנצע סעריע איז נישט פראבאבל
 
@שעפטאל בעצם ביידע זענען פראביליטי סא הייני הך.
א גרויסן דאנק פארן ערקלערונג.
 
איך וויל דא אוועק שטעלן אפאר יסודות

קודם כל ס'איז דא צוויי חלקים אין מח פון טראכטן אין זיי האבן צוטוהן מיט די personality types, און די צוויי חלקים זענען Extroverted thinking און introverted Thinking, און פאר קיצור הלשון וועלן מיר נוצן Te פאר Extroverted Thinking און Ti פאר introverted Thinking.

יעדער איינער נוצט ביידע, נאר 8 פון די 16 טייפס נוצן בעיקר Te און 8 נוצן בעיקר Ti,
יעצט וואס זענען די צוויי זאכן, Te איז Rational, און Ti איז Logic, און דאס זענען די צוויי זאכן וואס אונז נוצן צו מחליט זיין וואס איז ריכטיג,
איז וואס זענען Rational און Logic?
Logic, איז Reductionistic, דאס מיינט צו זאגן אז די מהלך צו וויסן וואס יא איז צו קודם וויסן וואס נישט, און פראבירט צו אנקומען צו איינציגסטע אפציע וואס קען זיין, און סמאכט דאס דארך אויב דאס דעמאלס דעם.
משא"כ Rational איז deduction, דאס מיינט צו זאגן אז עס נעמט צאם פוינטס צו העכערן א צד און די צד מיט די מערסטע פוינטס איז די מערסטע מסתבר.

לדוגמה א סייענטיסט וויל אויסארבעטן די סיבה פארוואס א געוויסע מחלה פארשפרייט זיך
Ti וועט פראבירן אראפ נעמען אלע זאכן וואס זענען נישט די גורם דארך עקספערעמענטן וכדו', און אראפ נעמען צדדים וואס איז נישט די סיבה, ווי גענעטיק, דיעט , ביזן אנקומען צו די איינציגסטע סיבה שייך.
Te וועט צאמנעמען דאטא statistics היסארישע געשיכטעס, און זיי אריינלייגן אין א סיסטעם אדער מאָדעל, און באשליסן אויפן סיבה מיט די מערסטע פונקטן.

נאך דוגמאות:
לדוגמה אז דו ביסט א פארשער און די ווילסט וויסן ווער איז די פארברעכער
דער Ti נוצער וועט פראבירן אראפנעמען אלע וואס זענען נישט די פארברערכער אנצוקומען צו די אייניגסטער געבליבן
דער Te נוצער וועט צאמנעמען ווייזונגען צו ווער האט די מערסטע ווייזונגען.
נאך א דוגמה צוויי מענטשען לאזן זיך ארויס אויפן וועג, און ווילן אויסארבעטן די שנעלסטע וועג, דער Ti נוצער וועט אנהייבן אראפ רעכענען אלע אפציעס וואס זענען נישט גוט צוליב טרעפיק, נישט גראדע וועגן, וכו' ביז ער טרעפט די בעסטע וועג.
די Te נוצער, וועט צאמנעמען מעלות פון יעדע וועג, און נאכדעם אפוועגן וואס האט די מערסטע מעלות

ווי מיר זעהן logic האט נישט אין זיך קיין Fallacy ווייל סאיז deterministic, אבער סאיז נאכאלס דא א external fallacy, און דאס איז ווען איינע פון די הנחות זענען פאלש אדער מ'האט פארזעהן עפעס.
און Rational האט אויך אין זיך א fallacy ווייל עס איז נאר געבויעט אויף probability הגם ס'קען זיין אזא שטארקע probability וואס מיר נעמען דאס אן ווי א וודאי כגון אז איך בין מיין טאטע'ס זון.

יעצט, יעדער איינער נוצט ביידע, נאר וועלכע מ'נוצט מער און ווי פיל, ווענט זיך אויפן פערסאנאליטע.
איך וועל געבן א דוגמה ווי אזוי אונז נוצן זיי צוזאמען א גאנצע צייט: ווען איך זאג אז ס'מוז זיין עפעס פאר די בינג בענג דאס איז rationality ווייל סאיז מסתבר פון וואס זעהט מיך אויס צו זיין נארמאל, און איז deductionistic, אבער אויב סאיז דא א מקום לחלק אז ס'איז אנדערש פון נארמאל, ווייל אלעס וואס די ווייסט און די זעהסט אז ס'האט א קודם פארדעם, איז אלס נאר זאכן וואס געפונען זיך אינעווייניג פון צייט און ממילא פארשטייט זיך מוז זיין צו דעם א קודם, אבער אזאך אינדרויסן פון צייט ווי קען זיין א קודם?, דאס איז שוין Logic ווייל דאס איז Reductionistic, אבער ס'קען נאך זיין אז די הנחה אז אינדרויסן פון צייט איז נישטא קיין קודם איז פאלש ווייל דו ווייסט נישט וואס דאס מיינט אינדרויסן פון צייט, און אפשר קען נאך אלס זיין א גורם אפילו אן צייט, און ס'איז אויך מסתבר ווייל אז נישט וואס האט אנגעהויבן די יונעווערס מיט די צייט, דאס איז שוין צוריק Rational, אזוי נוצן אונז ביידע א גאנצע צייט.

ויותר ממה שכתוב כאן....
און דא איז נאך אביסל צו פארשטיין די Te און Ti פאנקשענס

לעצט רעדאגירט:
אפיעל צו איגנארענץ
ווען כ'האב ווייניג עווידענס צו מיין טענה, אנשטאט פון דארפן ברענגן הוכחות ווערט דאס גופא א ראי' אז מיין טענה איז ריכטיג.

ס'ווערט אסאך מאל געניצט ביי קאנספיראציע טעאריעס.

די מענטשן וואס גלייבן אז די וואס דינען דעם שטן פירן די וועלט, און האלב וועלט ארבעט פאר זיי ביודעים ובלא יודעים.
ווען מ'פרעגט זיי פאר מער באווייז, זאגן זיי 'די חברה זענען אזוי פאווערפול און קלוג אז זיי באהאלטן עס אזוי גוט אז ס'בלייבט נישט קיין עווידענס'.
סאו ווי אזוי קענסטו זיין זיכער אז ס'איז נישט אמת?!!

די אמת איז. די פאקט אז ס'איז נישטא קיין ראי' איז נישט קיין הוכחה אז דו ביסט גערעכט. אבער אויך נישט קיין הוכחה אז ביסט אומגערעכט.

אפיעל צו אטארעטעיט
די פאקט אז איינער איז א מומחה אין רפואה איז טאקע א סיבה אים צו טראסטן איבער דעם. אבער נישט נאר צוליב דעם. ער איז דאך אזא גרויסע למדן קען נישט זיין אז ער האט געמאכט א טעות אין פשט.

א שטאפל ווייטער איז ווען מ'ניצט דאס אז ער איז אן עקספערט אין איין תחום אלץ א סיבה אים צו אננעמען ערענסט אין א צווייטן תחום.

ער איז דאך דער מנהל השטיבל קען נישט זיין אז ער אביוזד זיין פאווער. גרויסע געלערנטע דאקטוירים און לויערס זענען שומרי תורה ומצות ווייל אידישקייט איז אמת.
 
ל
פאלשע דילעמא
עס איז לייכט צו מאניפולירן מענטשן מיט אזא ארגומענט ווייל די פעלעסי (פאלשקייט) ליגט נישט אינעם ארגומענט:
איך מיין אז די ריכטיגע אפטייטש פון פאלאסי איז "שטרויכלונג". א לאגישע שטרויכלונג פירט (קען פירן) צו פאלשע מסקנות.
 
רונדיכיגע הסברים (circullar reasoning)
ס׳מוז זיין אז ס׳דא א גאט ווייל אזוי שטייט אין די תורה, וויאזוי ווייס איך אז די תורה איז אמת ווייל גאט האט עס געגעבען מוז עס זיין אמת.

(למען לא נחשוד, איך זאג ח״ו נישט אז ס׳איז נישט דא קיין גאט, נאר איך זאג אז די הוכחה איז פאלש)
אמת מלכינו אפס זולתו, ככתוב בתורתו וידעת היום וכו'.

ס'פונקט ווי א חסיד זאגט, מיין רבי איז א צדיק אמת, וויאזוי ווייסטו? דער רבי האט אליינס געזאגט.

(און ווי די באוואוסטע ווערטל: און אפשר זאגט דער רבי ליגנט? א צדיק אמת זאגט ליגנט?!...)
 
די בארד פלאסי (beard falacy)
ווען עפעס איז שווער צו דעפינירן פונקטליך מיינט נישט אז די זאך עקזיסטירט נישט, פונקט ווי אן אפגעשוירענע בארד איז קיין בארד נישט - א באוואקסענע איז יא - אבער קיינער קען נישט אנצייגן די פונקטליכע ליניע וואו עס גייט אריבער פון 'נישט בארד' צו 'בארד'..
(עס דערמאנט פון די שייער-פאראדאקס - וואו מ'קען נישט אנצייגן ווען אסאך ברעקלעך ווערן אינאיינעם א הויפן...)

עס איז דא א פאלאסי וואס ווי ווייט איך ווייס האט עס נישט קיין נאמען אבער איך בין עס אסאך אנקעגן געקומען לעצטנס, עס איז אין די 'שטרוי-מאן' משפחה, אבער אנדערש ווי שטרוי-מאן'ען וואו מ'שטעלט פאר א פאזיציע וואס איז בעצם פאלש און דער קעגנער האלט אפי' נישט אזוי, איז דאס מער אז מ'נעמט אן עקסטרעמע ווערסיע פון דעם קעגנערס פאזיציע.
לדוגמא ווען מ'טענה'ט זיך איבער רעפאבליקאנער און מ'שרייט אז אלע שטיצן דעם JAN 6 איבערפאל,
ווען מ'זאגט אז אלע אידן האבן געלט,
אלע מוסלעמענער זענען אנטיסעמיטן,
וואס עס ליגט א שטיקל אמת אין יעדע פון די סטעיטמענטס, דהיינו, עס זענען דא א טייל פון די גרופעס ביי וועמען די באשולדיגונג איז טאקע א טייל פון זייער אידענטיטעט, אבער עס איז נאך אלץ פאלש עס צו נוצן אין אן ארגומענט אנקעגן אן אומשולדיגער פון דעם זעלבע גרופע...
 
דיינע משלים זענען גערופן generalizations.

אן עקסטרעמער ווערסיע פון אן ארגומענט איז די strawman fallacy וואס דו ברענגסט.
 
Back
Top