- זיך איינגעשריבן
- מאי 15, 2024
- מעסעדזשעס
- 558
- רעאקציע ראטע
- 2,482
- פונקטן
- 423
אנטיסעמיטיזם איז מער ווייניגער טויט. איך מיין נישט דער ערשיינונג זעלבסט -דאס שפרודלט דווקא און וואקסט אויף א געפערליכע פארנעם- נאר די טערמין 'אנטיסעמיטיזם', די נעראטיוו, די באשולדיגונג, די קאמפיין. דאס האט פארלוירן די משמעות און איז מער נישט אנגענומען ערנסט. די פאליטיקאנטן שטעלן זיך נאך טאקע צו צו די מיטינגס און ראליס, אפישעלס פארן נאך אראפ קיין אוישוויץ און די מעינסטרים מידיע צעטרייסעלט זיך נאך דא דארט פון אנטיסעמיטישע אויסברוכן. אבער די ציבור אינעם שטח, אויף סאושעל מידיע קויפט עס שוין נישט אפ. ביי א גרויס חלק איז עס שוין סתם א ליידיגע טשעפע. אזוי ווי די לינקע 'נאצי', די רעכטע 'קאמוניסט', און די פרומע 'אפיקורס'.
איינער פון די הויפט סיבות דערצו איז לדעתי די שווערע מיסיוז פון דעם טערמין.
איך וויל ברענגען טשארלי קירק אלץ א גוטע ביישפיל. טשארלי איז א פאפולערע קאנסערוואטיווע שטערן אין די MAGA לאגער און דער גרונדער פון 'טורנינג פאוינט USA', אן ארגאניזיציע געווידמעט צו מחזיר בתשובה זיין די אמעריקאנער יוגענט אין פארשפרייטן די קאנסערוואטיווע אידעאלאגיע אין די אוניווערזיטעטן.
לעצטנס ווערט ער באשולדיגט אין אנטיסעמיטיזם מצד די רעכטע פרא-איזראעל לאגער צוליב וואס ער קריטיקירט מד"י אויף ספעציפישע אישוס, ווי למשל אויף די ריזיגע מיליטערישע און פינאנציעלע הילף וואס אמעריקע שיקט פאר מד"י און די מאכטפולע Aipac לאבי וואס צווינגט לדעתו די אמעריקאנער פאליטיקאנטן אוועק פון די אמעריקע פירסט פאליסי. פון דער אנדערע זייט פון די פאליטישע מאפע האבן מיר געזען ידידנו @אינטעליגענט באטיטלען טשארלי'ן אלץ "אן אפענער אנטיסעמיט" צוליב וואס ער האט קריטיקירט די היפאקריטיע פון ליבעראלע אידן וועלכע האבן נאך אקטאבער זיבן פלוצים אנטדעקט די פראבלעם פון אנטיסעמיטיזם ביי די עקסטרעם לינקע, אדער צוליב זיין שטיצער פון די גרעיט ריפלעסמענט טעאריע. דאס איז טראץ וואס טשארלי איז נישט נאר א יארן לאנגע קאנסיסטענט פארדאמער פון אנטיסעמיטיזם נאר איינער וואס אקטיווילי באשיצט אידן אין פובליק און איז אוועראל א פרא איזראעל שטיצער.
די סיבות פאר די אביוז פון די אנטיסעמיטיזם קארטל קומט לכאורה אדער פון אמת'ע טראומע וואס אונז אידן האבן אין אונזער בלוט פון יארן לאנגע רדיפות וואס גייט אן ביז צום היינטיגן טאג, וואס איז גורם צו זען צל הרים כהרים און קומט מיט אן אטאמאטישע אינסטינקט פון סעלף דעפענס קעגו יעדער חשש פון סכנה. אדער איז עס אסאך מאל פשוט פון פאליטישע און צינישע אינטערעסן, סיי פון רעכטס און סיי פון לינקס אדער סתם גרופעס און מענטשן וואס לעבן פון דעם און זיך געבויעט זייערע קאריערע אויף דעם.
די אבסעסיע ארום אנטיסעמיטיזם און די סענסיטיווישקייט ארום אידן אין פובליק דיסקורס איז אוודאי נישט ניי. נאך פאר די איידענטיטי פאליטיקס און קענסעל קולטור האבן אידן גענאסן פון א ספעצילע סטאטוס. זיי האבן ספעציעל דעזיגנירטע אנטי העצע געזעצן, מען טאר נישט מאכן קיין דזשאוקס אויף זיי, מען טאר זיי נישט קריטיקירן, אויך נישט חלקים פון זיי. מענטשן זענען א דורך פובליק שיימינג און פארלוירן זייער זשאבס נאכן קומען צו נאנט צו דעם.
אין די לעצטע צוויי יאר אבער, זינט די אקטאבער זיבן Horrors איז דאס געווארן מער עקסטרעם און מער דורכזיכטיג צו די עולם. כמעט נישטא קיין מד"י-עזה דעבאטע ווי די ווארט 'אנטיסעמיט' קומט נישט אריין פריער אדער שפעטער, און פארהארגעט די וויכוח בדרך כלל. בשם דעם בלאקירט מען יעדער קריטיק אויף די מדינה. פון דער אנדערע זייט איז קוים געליבן רעכטע פערזענליכקייטן וואס זענען נאכנישט באשמירט געווארן מיטן אנטיסעמיטישן טיטל מצד לינקע. (בדר"כ קומט עס אלץ א 1+1 דיעל מיט 'נאצי').
די אינפארסירונג איז אויך געווארן שטרענגער. טראמפ האט אונטערגענומען דראסטישע שריט צו קעמפפן אנטיסעמיטיזם צווישן זיי וואס זענען Darconian וואס צוטרעט אדער שפילט זיך מיט בעיסיק פרי ספיטש רעכטן, ווי למשל אימפאטירן סטודענטן וואס זענען פרא פאלעסטינע אריינגערעכנט אזעלכע וואס זענען קלאר נישט חמאס שטיצערס אדער אריינגעמישט אין אידן העצע (אגב, עס איז געווען מאדנע צו זען נישט לאנג צוריק א רייע רעכטע גאווערנארס און סענאטארן וואס זענען בדר"כ פארנומען מיט פרי ספיטש ווי טעד קרוז, דעסאנטיס, ריק סקאט וכו' וואס האבן גערופן צו אסר'ן יעדער פרא פאלעסטינער פראטעסט אין זייערע סטעיט. כ'בין זיכער איך בין נישט די איינציגסטע וואס האט באמערקט די היפאקריטיע און כ'גלייב אסאך האבן זיך געווינדערט מאי שנא).
אפגעזען צו דו שטיצט דאס אדער נישט איז דאס נאכאלץ אויפפאלענד פאר אמעריקאנער די גאנצע אנשטרענונג וואס טראמפ נעמט אונטער קעגן אנטיסעמיטיזם בפרט אז דאס איז קעגן זיינע פרי ספיטש פאליסיס.
*
די נקודה ווי כ'האב איינגעזען אז די אנטיסעמיטיזם קאמפיין איז ארויס פון קאנטראל איז געווען מיט די שליח חב"ד וואס האט אויפגעטרויטן אין קאנגרעס און דערקלערט פארן וועלט אז ''עס איז נישט גענוג נישט צו זיין אנטיסעמיטיש נאר עס ליגט די פליכט אויף יעדן צו זיין אנטי- אנטיסעמיטיש''. דער פערד רב (כלשונו הבהיר פון @קהל׳ס נער ) זיצט דארט און איז קענטיג צופרידן מיט די בריסקע'ר כאפ וואס ער האט דערלאנגט נישט כאפענדיג ווי מאדנע דאס קוקט אויס פון די זייט, אפילו פאר אידן כל שכן פאר גויים. מיט רעכט האט מאט וואלש רעאגירט צו דעם אויף טוויטער זאגענדיג אז דאס איז א ווארט ביי ווארט די BLM רעטאריק, די זעלבע אבסעסיע, די זעלבע פאדערונג פון יעדן צו אויפווייזן ער איז נישט קיין אידן האסער און רדיפות נאך יעדעם וואס איז נייטראל.
אלזא איז זייער פארשטענדליך לדעתי, פארוואס די אנטיסעמיטיזם באשולדיגנונג וואס פלעגט ווארפן א שרעק און יראת הכבוד ביי די באשולדיגטע איז היינט שוין נישט עפעקטיוו. איך רעד מיך נישט איין אז דאס איז די איינציגטסע סיבה. קלאר אז עס איז דא אן אויפשטייג פון אנטיסעמטיזם וואס רוקט זיך מער און מער צו די מעינסטרים און מאכט עס מער עקסעפטעבל און עס איז דא אנדערע סיבות דערצו אבער דאס אז די קאונטער אטאקע איז נישט רילייבעבל און האט אן עפעקט ווי דער 'וואלף וואלף' שרייער איז א שטארקע פעקטאר.
דער פראבלעם איז אבער ווי דער שליח חב"ד וואלט געזאגט: עס איז נישט נאר 'נישט עפעקטיוו' עס איז 'קאונטער- עפעקטיוו'. קוקט אויס אז די אנטיסעמטיזן טערמין און קאמפיין איז גורם מער שאדן ווי תועלת. עס איז אזוי ווי די מוגזמ'דיגע ''קוק נישט דארט'' וואס ציעט אויפמערזאמקייט און ברענגט מענטשן דווקא יא זיך ארומרייצן דערמיט. אדער מענטשן וואס זענען מלכתחילה אנטי עסטעבלישמענט און זענען סקעפיטיקעל צו אנגענומענע נעראטיווס און טאבו'ס פון געעזלשאפט און מידיע וועלן דווקא עמברעסן די באשולדיגונג און זיך שטאלצרין דערמיט אלץ א רעוואלט קעגן די 'פראפאגאנדע', אנדערע וועלן זען אין די אגרעסיווע קאמפיין א באווייז אז די טענות קעגן די פרעצעדענטלאזע כוח פון אידן איז ריכטיג. אנדערע וועלן אנהייבן טראכטן אויב די דאזיגע נעראטיוו איז לעכערליך און פארשטילט אפשר איז אויך די 9 11 נעראטיוו און די האלאקאוסט נעראטיוו לעכערליך.
*
איז וואס איז די לעזונג?
קטונתי פון טראכטן איבער א לעזונג צו די אנטיסעמיטיזם פראבלעם און איך גלייב נישט עס איז דא איינס אזא און אז וואס איך פראביר צו מציע זיין איז ריאליסטיש. עס איז א געוויסע ריכטונג וואס איך טראכט און פראביר צו ארויסברענגען בקיצור:
מיט די הנחה אז די 'אנטיסעמיטיזם' קאמפיין איז א פעין אין נעק פאר די קאמפף קעגן אידן-העצע דארף מען פטור ווערן פון דעם ASAP. ס'נישט די טערמין פער סע, ס'איז די קולטור, די נעראטיוו און די מיינדסעט דערונטער וואס מען מוז אויפגעבן. די מיינדסעט פון די ספעציעלע אייגענארטיגע וויקטימס וואס פארדינען זיך אן עקסטערע לעבל און עקסטערע געזעצן און קאמיטעס און ארגאניזאציעס דארף מען אויפלעזן און אריבערגיין צו 'ציווילע' רעגולער מיטלען וואס שטייען צו די הענט פון אלע אנדערע מענטשן.
מען דארף א נייע מיינדסעט וואס זעט זיך אלץ גלייך מיט אלע אנדערע גרופעס און מענטשן און פאדערט דיגניטי און שוץ מער אלץ 'מענטש' און אלץ 'בירגער' און ווייניגער אלץ 'איד'. מען דארף א מיינדסעט וואס איז זעלבסט זיכער און שטאלץ און מער ווייעך און איזי גאוינג, דהיינו קען אריינעמען יומאר, קען דילן מיט קריטיק לגופו של עניין, קען צוריקשטעכן און אפלאכן פון אירע בדר"כ נארישע פיינט, און מוז נישט יעדער זאל איר ארומענעמן און ווייזן ליבשאפט.
מד"י דארף אויך אויפגעבן די אנטיסעמיטיזם קארטל וואס זיי האבן אויסגענוצט ביזן סוף כאטש וואס א חלק דערפון איז ריכטיג און אויפלעזן די לינקעדזש צווישן אנטי איזראעל קריטיק-= אנטיסעמיטיזם וואס מאכט שאדן. זיי מוזן אנהייבן זיך צו ספראווען מיט די קריטיק און זיך מסביר זיין, אויפדעקן היפאקריטיע, זיך רעכענען מיט די די פובליק אימעדזש און נעמען אחריות אויף אירע טעותים אנשטאט זיך באהאלטן אונטער די אנסטיעמיטיזם קארטל, און זיי זענען גענוג שטארק און גענוג קלוג דאס צו טון. (אויך דארפן זיי זיך אפפטר'ן ווי שנעל מעגליך פון די אמעריקאנער הילף און נאכלאזן די לאבי און קאמפיינס אין אמעריקע, אבער דאס איז א ברייטערע נושא)
דאס איז א ריסק, אויפצוגעבן די וואפן אין א צייט וואס אנטיסמעטיזים איז אין אל טיים היי, אבער אולי, אפשר, דווקא דאס אראפנידערן דאס פראפיל און רעדוצירן די מוגזמדיגע רעש וועט עס כאטש אוועקנעמען די שאדן פון די יעצטיגע צוגאנג און אפשר אויך אוועקנעמען אסאך פון די וואפן פון די אנטיסעמיטן וואס מיר שענקען זיי אומווילענדיגעהייט.
איך בין נייגעריג צו הערן ענקער מחשבות.

לעצט רעדאגירט: