- זיך איינגעשריבן
- מאי 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 984
- רעאקציע ראטע
- 8,384
- פונקטן
- 923
כ'האב שוין דעם דרעפט ביי מיר פאר א שטיק צייט, אבער כ'טרעף נישט די ישוב הדעת עס אויסברייטערען און אויסקלארן.
כ'לייג עס ארויף ווי א פתח פאר חכמים בעלי נסיון צו שעירן קנאלידש.
-
יעדע דור און תקופה האט זיך זיין צורך
כ'מיין אז מ'דארף א עצה געבער סטייל ארטיקל פאר מענטשן וואס ווילן זיך טוישן פון זייער קאמיוניטי.
זיי זאלן וויסן זייערע אפציעס, די פרייז, וועגן ווי אזוי ס'גייט נישט אויפרעגן משפחה און אלטע פריינט.
-
מיין הארץ גייט אויס ווען כ'טרעף א אינגערמאן וואס זיכט צו טרעפן זיין פלאץ אין די וועלט, און האט נישט קיין אננונג ווי אזוי צו דיעלן מיט אלע הרגשים און פראסעסן וואס ער גייט אדורך. ביז ער האט די יאהר צוויי זיך צו טרעפן מיינט ער אז מ'מוז זיך לעבּלן אטד און מיט דעם פארלירן די ווייב, משפחה, גוטע פריינט. זיך טרעפן אליין אין די וועלט אויפגערעגטערהייט אויף זיין יוגנט וואס איז צוגערויבט געווארן, אבער אהן קיין קאמפאס ווי אזוי ער קען אויסוועלן א גוטער לעבן.
כ'מאך קלאר. די ציהל איז אויסדריקלעך נישט זיין צו אויפמאכן מענטשן, טוישן, אויפקלערן, אראפ פירן.
נאר ידיעות און אפציעס פאר ווער ס'טראכט פון מאכן א טויש, סיי וואס.
-
כ'וועל אנהייבן מיט אביסל עקספיריענס און עצות וואס מ'האט מיר אויסגעלערנט אין מיין דשורני. און האפנטליך וועלן חברים צולייגן נאך עצות און אפציעס.
שלאג זיך נישט מיט זיך אליין לטב ולמוטב, למשל ווילסט כאפן א צוגארעטל אויף שבת און דו האלסט אז גאט האט נישט קיין פראבלעם דערמיט, אבער דאך פיהלסטו גילטי עס צו טון, דאן פארוואס זיך שלאגן מיט זיך אליין? ס'איז דיר ווערד זיך ארומצודרייען פארטריפט איבערן צוגארעטל? (גייט דורך אפאר שעה אדער מינוט און דו שפירסט נישט גילטי עס צו טון דאן וועסטו זיך נישט שלאגן מיט זיך)
לעבל זיך נישט, כ'בין אטד, כ'בין אן אטאיסט. ענדערש לאז זיך אפן צו אלעס, אלעס קען זיין. איך בין א הומען ביאינג, כ'בין געבוירן אינעם אידישן שבט, אויפגעוואקסן אין א חסידיש/ליטוויש משפחה.
מ'קען יא טאנצן אויף צוויי חתונות!
לאז נישט אפ די קאנצעפט פון דיינע מנהגים. קענסט אויפהערן זיין רעסטריסקטעד צו הלכה, אבער לאו דוקא דו ווילסט מער נישט האבן קיין מושג פון א שבת וואס איז א יום מנוחה, א שבת סעודה, א יו"ט, א.א.וו. אפגערעדט אויב דו גלייבסט ס'קומט פון גאט צו נישט האסטו אויפגעוואקסן דערמיט און ס'איז א חלק פון דיין אינערליכן קינד.
דיסרעספעקט נישט די קאמיוניטי און זייער אמונה. מענטשן ווערן זייער בייז, זיי פיהלן אז זייער פעסטקייט ווערט אויפגעשאקלט ווען איינער לאכט פון זייער אנגענומענע אמונה.
די 'קשר נפשי' ארבטן שווער צו געבן פאר די עלטערן א פערספעקטיוו פון 'סטראגעלינג קידס', הגם אסאך פון דעי קינדער האבן עמאציאנעל א גוטע לעבן, זיי האבן גאר 'סטראגעלינג עלטערן' איז דאס א וועג פאר די עלטערן - כדי זיי זאלן נישט שפירן דעם דיסרעספעקט.
קענסט מודיע זיין פאר ווער דו שפירסט סעיף און באקוועם אז דו גייסט דורך א תקופה פון זיך טרעפן, ביסט צומישט, אבער פעהלט נישט אויס צו סטעיטן אז דו ביסט עפעס זיכער אז דו גלייבסט נישט.
עשה לך רב.
די ווייב דארף נישט שפירן אז די ערד אונטער איר פאלט צאם.
ס'דא גענוג רבנים וואס קענען דיר העלפן מיט התירים פאר אזוי פיל זאכן אויב דאס איז די קעיס. סאו ביסט סך הכל מער טשילד און דיין רב איז מקיל.
למשל רב עבאדי'ס וועבזייטל. kashrut.org | Practicing Judaism without all the pain
או חברותא
ס'דא גראופעס פאר מענטשן וואס טראכטן אפן. (מ'דארף נישט זיין אטד, אטאיסט, וכדו' צו דשוינען)
ס'דא גראופעס פון מענטשן וואס גייען נאך זייער הארץ.
ברייטער אויס דיין ערד פון חברים מיט מענטשן וואס דו קענסט זיין זיך ארום זיי.
-
יהי רצון שיבואו חברים וואס זענען אדורך אזא מסע און מיט טיילן עקספיריענסעס.
געדענק! גארנישט איז נישט גע'אייניגט פאר יעדעם! טוה ווי אזוי דו זעהסט און שפירסט, ניץ דעם שנירל נאר פאר מער אויסברייטערונג פון אפציעס.