לאחינו יושבי ארץ ישראל

חסידיש משפיע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 11, 2024
מעסעדזשעס
289
רעאקציע ראטע
985
פונקטן
123
די שאלה איז אזוי, די לעצטע תקופה זייט די מלחמה איז כסדר דא אזעקות. לויפט איר אין שעלטער/ממ"ד/מרחב מוגן וכדומה? אדער זענט איר צוגעוואוינט אין האפט אויף ניסים?
ואת"ל אז מען לויפט יא ביי יעדע אזעקה, וואס טוט מען מיט די קינדער, וועקט מען זיי אויף ביי יעדע אזעקה?
ווייל איינער זאגט מיר אז זיין רב האט אים גע'פסק'נט אז ער דארף נישט אויפוועקן די קינדער זיי צו נעמען צום מרחב מוגן אינמיטן די נאכט...
 
ביסט גוט מיט @ איש ציון פין אייוועלט?
1773588543238.webp
 
די שאלה איז אזוי, די לעצטע תקופה זייט די מלחמה איז כסדר דא אזעקות. לויפט איר אין שעלטער/ממ"ד/מרחב מוגן וכדומה? אדער זענט איר צוגעוואוינט אין האפט אויף ניסים?
איך פערזענליך שלאף אין די ממ"ד, איך פארקנאק די טיר און פענצטער פארן גיין שלאפן, און איך שלאף דורך די נאכט מיט א רואיגקייט.

ואת"ל אז מען לויפט יא ביי יעדע אזעקה, וואס טוט מען מיט די קינדער, וועקט מען זיי אויף ביי יעדע אזעקה?
מיינע משפחה קרובים, מיט פאמיליעס מיט 10 קינדער, מוועקט זיי פאר יעדע אזעקה און מגייט און שעלטער...
ווייל איינער זאגט מיר אז זיין רב האט אים גע'פסק'נט אז ער דארף נישט אויפוועקן די קינדער זיי צו נעמען צום מרחב מוגן אינמיטן די נאכט...
ווען סוועט עפעס געשעהן (נישט אויב....סאיז פחדים, סאיז דא היטס אן א שיעור, און נישט אלעס איז און די נייעס) ווען מען פראקן דעם אזוי גערופענעם רב, און ער וועט טראגן אידיש בלוט אויף זיינע הענט
 
ווייל איינער זאגט מיר אז זיין רב האט אים גע'פסק'נט אז ער דארף נישט אויפוועקן די קינדער זיי צו נעמען צום מרחב מוגן אינמיטן די נאכט...
דיין חבר קען מיר אריינשיקן די נאמבער פון דעם רב? איך זיך א היתר ארייצוגיין אין דעם שטייג פונעם לייב אין בראנקס זו.
וואטס גאונג אן וויט דיס פיפאל?? זייט ווען פרעגט מען אזא זאך פון א רב??
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
די שאלה פון רב קומט אריין ווען מען לויפט אריין אין א מקלט למשל א בחור מיט א מיידעל און זיי זענען אליין צו
עס גייט אהן איסור יחוד , אויב עס איז פתח פתוח איז מער פשוט להיתר, אויב אבער דער טיר איז פארמאכט מוז מען צוקומען צו עס הייסט פיקוח נפש .
דאס מיינט אז אויב מען נעמט אהן אז יחוד איז נישט אביזרייהו גילוי עריות ( יחוד מיט א מיידעל איז אסור מן התורה וועגען איסור נדה ) קען מען מתיר זיין אויב מען זאגט אז די ריסק איז גענוג גרויס אז עס גייט אריין בגדר פיקוח נפש , דער מגן אברהם זאגט אז א סכנה אויף די רעיט איינס פון טויזענט הייסט נישט פיקוח נפש, דארף
מען מחלק זיין אז ביי שממית ( דער מגן אברהם רעדט פונדעם) אפילו ווען ער בייסט איז נאר אחד מאלף,אבער ביי די טילים אויב כאפט עס יא,
איז אין לך פיקוח נפש גדול מזה .
קען מען מתיר זיין אפילו בחור ובתולה .
 
לאמיר דא אריינווארפן א קאנטערווערסיאלער געדאנק.

מאנכע טענה'ן אז אויפוועקן די קינדער און אריינלויפן אין שעלטער איז יצא שכרו בהפסידו.

זייער טענה איז אז די טשאנסן צו ווערן געשעדיגט ווען מען איז אינדערהיים איז גאר קליין (קלענער ווי פארן אין א קאר אויף א ישראל'שער שאסיי???), ווידעראום די טשאנסן צו ווערן געשעדיגט פון די טראומא פון אריינלויפן אינמיטן די נאכט אין שעלטער איז גאנץ הויעך.

איך בין נישט גענוי באקאנט מיט די סטאטיסטיקס. ס'איז אבער ווערד אריינצוקוקן דערין.
 
Back
Top