לכבוד יו״ט געטראפן א אידישע סייט פון poetry

שפרה לאווען

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
פעב. 6, 2025
מעסעדזשעס
58
רעאקציע ראטע
718
@מארלי האט צוגעצייכנט אין איינע פון די שנירלעך
Yiddish Book Center | Yiddish Book Center
פאר ווער עס וויל טרעפן אידישע אוצרות פון אמאליגע אידישע געשמאקע שרייבער ווי אברהם רייזן (דער מחבר פונ׳ם ליד א סוכה׳לע א קליינע- נאר ס׳אסך שענער ווי מ׳זינגט עס ביינונז) אדער אויב איינער וויל ליינען די אינטערעסאנטע ווערק פון מענדעלע מוכר ספרים אדער שלום עליכם און נאך

בין איך אבער איבעראשט געווארן היינט, הערנדיג די אויסערגעווענטליכע שטיקלעך פון יוסף בּולאף וואס מיר האבן א דאנק @יאסעלע ברוין -ווען איך האב פרובירט זיכן די ווערטער פון זיינע פּיעסעס אנליין;

אנשטאט צו געפינען וואס כ׳האב געזוכט האב איך געטראפן א סייט וואס כ׳האב נישט געזעהן בעפאר:
א זאמלונג פון פארשידענע אידישע poetry
און א טייל ווערן אפילו פארגעליינט פאר דיר!
 
על טעם ועל ריח אין להתווכח איך האב נאר ליב טרויעריגע גראמען ווען איך בין אין א גוטע שטימונג, אנדערע זענען פארקערט: זיי ווילן וויסן אז זיי זענען נישט די איינציגע וואס ליידן: צרות רבים חצי נחמה

ממילא ברענג איך דא צוויי טרויעריגע poems וואס זיי ליינען פאָר אויפ׳ן סייט (כ׳האב נאך דערווייל קיין סאך פאעמעס דארט נאכנישט געליינט)

1. פונ׳ם שרייבער ה. לעוויק - ״זייט טרויעריג מענטשן״
2. מיין שוועסטער חיה א הארציגע הספד פון ישראל איבער איר שוועסטער אומגעקומען אין די שואה (גראדע האב איך דעם פּאעם בעסער ליב געהאט אליין צי ליינען, ס׳האט געפילט פאר מיר צו שטאַט וויאזוי זיי ליינען עס)

דא איז נאך איין שארפע פאעם:
אני מאמין
עס רעדט וועגן די טשעלענדש פון גלייבן אין גאט, געשריבן דורך אהרן צייטלין, וואס ער וויל יא גלייבן - ווייל ער האט נישט ליב ברוך שפינאזע׳ס פארשלאג…
 
ש'כח @שפרה לאווען
איך האב געטראפן דארט דעם באקאנטן קורצע פאעמע פון אהרן צייטלין.

זעקס שורות
דורך: אהרן צײטלין

כ׳װײס: קײנער דאַרף מיך נישט אױף אָט דעם עולם,
מיך, װערטער־בעטלער אױף דעם ייִדישן בית־עולם.
װער דאַרף אַ ליד — און נאָך דערצו אױף ייִדיש?

נאָר בלױז דאָס האָפֿנונגסלאָזע אױף דער ערד איז שײן,
און געטלעך איז נאָר דאָס, װאָס מוז פֿאַרגײן,
און נאָר הכנעה איז מרידה׳ש



ווער וויל איהם גיין אויפוועקן און דערציילן אז אידיש גייט פעסט אן...
 
Back
Top