למי אני עמל (יל"ג)

שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,622
רעאקציע ראטע
11,691
פונקטן
1,943
הקדמה:
באמת האט דער ארטיקל געדארפט צו אריינגיין אין דעם סוכות "כוואליע", וויבאלד די פיוט איז געבויעט אויפן פסוק אין קהלת (ד, ח), אבער אזויווי ס'האט זיך אפגעשטופט וועל איך עס דא ברענגן (בלתי מוגה/first draft).

איך ברענג עס אלס תגובה אויף די הערליכע ארטיקל פון @אלפא. מענין לענין, וויבאלד ער האט דערמאנט סיי מיר און סיי די פיוט פון יל"ג. זאל די קרעדיט גיין צו איהם פארן ארויסברענגען די טיפערע מאטיוואציע מיינע ביים שרייבן דאס ארטיקל.


***

עוֹד לִבִּי הוֹגֶה וִימִינִי כּוֹתֶבֶת
כּוֹתֶבֶת שִׁירִים וּבְשָׂפָה נִשְׁכַּחַת


יהודה ליב גורדון (1830-1892) איז געווען א גאר טאלאנטפולער שרייבער, און פון די מערסט פראמינענטע משוררים צווישן די ערשטע משכילים פון מזרח אייראפע.

צווישן זיינע מערסט באקאנטע פיוטים ציילט זיך "הקיצה עמי", א ראמאנטיש נאציאנאלע פאעמע פאר אידן זיך צו הייבן די קעפ אין גלות, ווי אויך זיין באקאנטע פאלעמיק-פאעמע קעגן די רבנים, גערופן "קוצו של יוד".

זיין ספעציעלע טאלאנט איז אין די וועג וויאזוי ער פלעכט אריין פסוקים אין מאמרי חז"ל, צומאל אויף א צינישן אופן, אין די שורות פון זיינע שירים. ס'האט א היימישקייט צו זיך, געמישט מיט א מאדערנע געדאנקען גאנג.

די פיוט "למי אני עמל", (זעה קהלת ד, ח), האט ער געשריבן אויף די עלטערע יארן זייענדיג היבש אנטוישט און אראפ געקלאפט איבער די שוואכע השפעה (לדעתו) וואס ער האט געהאט אויף די מזרח אייראפעאישע אידן וויבאלד מ'האט איהם פארשריגן און מחרים געווען און נישט געוואלט הערן וואס ער האט צו זאגן. ווי אויך קלאגט ער אויף דעם וואס די אויפגעקלערטע יונגערע דור רעדן שוין און שרייבן שוין אין די שפת המדינה, און ס'בלייבט ליידער נישט איבער ווער זאל ליינען זיינע שרייבעריי אין עברית.

איך האב אויסגעקליבן צו ברענגען די שיר וויבאלד מען קען טרעפן אין יעדע שורה עפעס וואס איז נאך פולשטענדיק נוגע. ס'איז ווי גלייך צייט האט זיך גארנישט גערוקט און מיר זענען פארפרוירן אינעם זעלבן דילעמע ווי 150 יאר
צוריק.

די שיר איז צוטיילט אין זיבן, גייענדיג פון איין גרופע צום צווייטן ארויסצוגעבן זיין ווייטאג. פון זיינע עלטערן ביז זיינע חברים, פון די קהילה ביז זיינע קינדער, איינס ביי איינס גייט ער דורך פארוואס ער זעהט נישט די המשך פון זיין פאך, און די אוידיענס פאר זיינע ווערק.

אינעם ערשטן שטיקל רעדט ער זיך אפ אז זיין האנט שרייבט ממש געצווינגען און ער איז נישט זיכער אויב עס דינט סיי וואספארא ציל. פארוועם און פארוואס גיבט ער אוועק אזויפיל צייט פון זיין לעבן צו שרייבן אין א פארגעסענע שפראך?

די נעקסטע בית איז א קלאגעניש אויפן אנטי-אינטעלעקטועליזם וואס איז איינגעווארצלט ביי זיינע עלטערן און קהילה, עפעס וואס מאכט זיי שרייען אויף איהם 'אפיקורס' בלויז פארן שרייבן אביסל שיינע שירים.

אינעם דריטן, דריידט ער זיך אויס צו זיינע חברים משכילים און באשולדיגט זיי אין לאכן פון איהם פארן שרייבן אין העברעיש, "ווער דארף עס האבן?", שרייען זיי, "זאל זיך יעדער רעדן די שפראך פון זיין לאנד!".

ביים פערטן טראכט ער, אפשר די ריינע לויטערע ווארעמע אידישע טעכטער קענען זיין זיין אוידיענס?
אבער וואס זאל מען טוהן זיי זענען אויפגעוואקסן ווי פארכאפט, און מ'האט זיי נישט געלערנט לשון הקודש. ער טוט דערביי רעפערענצן דעם באקאנטן "כל המלמד בתו תורה כאילו מלמדה תפלות" (משנה סוטה).

אינעם פינפטע קלאגט ער אויף די יונגערע דור וואס רוקט זיך אזוי ווייט שוין אז פאר זיי איז שוין נישטא כמעט קיין וועג אויף צוריק. זיכער זענען זיי נישט אינטערעסירט אין זיינע מאמרים.

איז איהם נאר געבליבן א הייפעלע אידן "אחד בעיר ושנים במדינה" וואס פארשטייען איהם און ליינען זיינע ווערק…

און ער ענדיגט צו, ווער ווייסט דען וואס וועט זיין די צוקונפט. אפשר איז ער גאר דער לעצטער שרייבער... און זיינע ליינער די לעצטע ליינער…

לְמִי אֲנִי עָמֵל?

עוֹד בַּת הַשּׁירָה אֵלַי מִתְגַּנֶּבֶת,
עוֹד לִבִּי הוֹגֶה וִימִינִי כּוֹתֶבֶת –
כּוֹתֶבֶת שִׁירִים וּבְשָׂפָה נִשְׁכַּחַת.
מַה-יִשְׁעִי מַה-חֶפְצִי וּמְגַמַּת פָּנָי,
וּלְמִי אֲנִי עָמֵל מִבְחַר כָּל שָׁנָי
וּמְחַסֵּר נַפְשִׁי מִטּוֹבָה וָנָחַת?

הוֹרַי – הַדְּבֵקִים בַּאלֹהִים וּבְעַמָּם,
עוֹסְקִים בִּסְחוֹרָה וּבְמִצְוֹת כָּל יוֹמָם,
מָאֲסוּ הַדַּעַת, לֹא לָמְדוּ טוּב טַעַם;
"מָוֶת בַּשִּׁיר, אֶפִּיקוּרְסוּת בַּמְּלִיצָה!
“אָסוּר עִם הַמְּשׁוֹרֵר לָדוּר בַּמְחִיצָה!”
כֵּן יִגְעַרוּ בָּנוּ, יִרְדְפוּנוּ בַּזָּעַם.

אַחַי הַמַּשְׂכִּילִים דַּעַת לָמְדוּ,
בְּדֶבֵק לֹא-טוֹב לִלְשׁוֹן עַמָּם נִצְמְדוּ,
הֵם בָּזִים אֵם זָקְנָה תּוֹמֶכֶת פֶּלֶךְ:
"עִזְבוּ שָׂפָה, עָלֶיהָ אָבַד כֶּלַח,
" עִזְבוּ סִפְרוּתָהּ, תָּפֵל מִבְּלִי מֶלַח;
“עִזְבוּהָ כִּי אִישׁ לִשְׂפַת אַרְצוֹ נֵלֶךְ”.

אֲחוֹתַי בְּנוֹת צִיוֹן! אוּלַי אַתֵּנָה
אֶל שִׂיחַת בַּת-שִׁירִי לִבְּכֵן תִתֵּנָה,
וַאלֹהִים חֲנַנְכֶן נֶפֶשׁ נֶחְמֶדֶת,
רוּח חֵן, חֵךְ טֹעֵם, לֵב חַם בַּקֶּרֶב –
אַךְ הָהּ כִּי גֻּדַּלְתֶּן כִּשְׁבֻיוֹת חֶרֶב,
כִּי “בַּת תִּלְמַד תּוֹרָה – תִּפְלוּת לוֹמֶדֶת!”

וּבָנֵינוּ? הַדּוֹר הַבָּא אַחֲרֵינוּ?
הֵם מִנְעוּרֵיהֶם יִתְנַכְּרוּ אֵלֵינוּ,
– לָמוֹ פִּצְעֵי לִבִּי יִדְווּ יָזוֹבוּ –
הִנָּם הוֹלְכִים קָדִימָה שָׁנָה שָׁנָה,
מִי יֵדַע הַגְּבוּל עַד מָתַי? עַד אָנָה?
אוּלַי עַד מָקוֹם – מִשָּׁם לֹא יָשׁוּבוּ…

וּלְמִי אֵפוֹא אֶעֱמוֹל אֲנִי הַגֶּבֶר?
לִמְתֵי מִסְפָּר הַשְּרִידִים מִבְּנֵי עֵבֶר
שׁעוֹד לֹא נָתְנוּ שִׁיר צִיוֹן לִשְׁנִינָה?
הוֹי, שִׁבֳּלים בּוֹדְדוֹת, מִי יֵדַע אַיֶּמוֹ,
מִי יִשָׂא רֹאשָׁם, יִמְנֶה מִסְפָּר לָמוֹ? –
אֶחַד בָּעִיר הֵם וּשְׁנַיִם בַּמְּדִינָה!
הֱיוּ אֲשֵׁר תִּהְיוּ וּבַאֲשֶׁר שָׁמָּה!
לִשְׂפַת עֵבֶר תֹּאמְרוּ: אֲחוֹת רֻחָמָה,
נִיבִי לֹא תִּבְזוּ, תֹּאמְרוּ לִי: אָחִינוּ.
וּבְעוֹד רַבִּים אַחֲרַי רֹאשָׁם יָנִיעוּ
לָכֶם שִׁירַי אֵלֶּה רוּחִי יַבִּיעוּ,
אַתֶּם תֵּדְעוּ נַפְשִׁי, לִבִּי תָּבִינוּ.

לָכֶם אֶזְבַּח רוּחִי, אַגִּישׁ דִּמְעָה לַנָּסֶךְ!
הָבָה אֵבְךְ עַל צַּוַארְכֶם וּכְאֵבִי יֵחָשֶׂךְ,
אֲחַבְּקְכֶם אֶשָׁקְכֶם רִבּוֹא רִבְבוֹת מוֹנִים;
הוֹי, מִי יָחוּשׁ עֲתִידוֹת, מִי זֶה יוֹדִיעֵנִי
אִם לֹא הָאַחָרוֹן בִּמְשׁוֹרְרֵי צִיוֹן הִנֵּנִי,
אִם לֹא גַּם אַתֶּם הַקּוֹרְאִים הָאַחְרוֹנִים?!


***

יהודה ליב גורדון איז אבער ווייט פון דער איינציגסטער זיך צו מוטשען מיט די ספיקות.

ליינענדיג זיינע הארציגע שורות, קומט גלייך אויפן געדאנק א באקאנטע סטענזע אויף יודיש, געשריבן ביים סוף פונעם צוואנציגסטן יאר הונדערט, דורך דער באקאנטער יודישער דיכטער און פאעט אהרן צייטלין (1898-1973).


זעקס שורות

כ׳װײס: קײנער דאַרף מיך נישט אױף אָט דעם עולם,
מיך, װערטער־בעטלער אױף דעם ייִדישן בית־עולם.
װער דאַרף אַ ליד — און נאָך דערצו אױף ייִדיש?

נאָר בלױז דאָס האָפנונגסלאָזע אױף דער ערד איז שײן,
און געטלעך איז נאָר דאָס, װאָס מוז פאַרגײן,
און נאָר הכנעה איז מרידה׳ש


אהרן צייטלין, פונקט ווי יהודה לייב, האט זיך געפארכט אז ער איז פון די לעצטע שרייבער פון א שפראך וואס האלט ביים שטארבן. און פונקט ווי יודא לייב איז איהם געווען אוממעגליך צו פאראויסשאצן אז יארן שפעטער וועלן נאך הונדערטער טויזנטער רעדן, ליינען, און שרייבן אין די זעלבע שפראך, און ליינען זיינע ווערק.

מיר קענען זיך אליין פרעגן די זעלבע שאלה, אבער לאמיר נישט מאכן זייער טעות. אויב קען מען עפעס לערנען פון היסטאריע, איז עס אז מ'קען קיינמאל נישט פאראויסשאצן וואס גייט זיין יארן שפעטער.

און אפשר טאקע איז אט די פחד פון אלעס פארלירן, וואס טרייבט אונז צו אוויקגעבן אזויפיל צייט צו שרייבן, ווייל מיר פילן א חוב צו פאראייביגן א חלק פון אונזער געוויסן אז זי זאל נישט פארגעסן ווערן ווען אונז זענען מער נישטא?

***

Screenshot_20250522-143749.webp

יהודה לייב גארדאן


Screenshot_20250522-224924.webp

אהרן צייטלין

Screenshot_20250522-143452.webp

א חלק פונעם אריגענעלע שיר "הקיצה עמי", געדרוקט אין צייטונג.
 
לעצט רעדאגירט:
וואלט נישט געווען בעסער אז אונז זאלן רעדן ענגליש?

די טשאנסן אז די ענגליש זאל אונטערגיין איז גאר גאר קליין, משא"כ אידיש דארף רחמי שמיים

פארוואס זאל מען דארפן טראכטן אין יעדע גענעראציע אז אונז זענען די לעצטע צו רעדן די שפראך

אונז רעדן א שפראך וואס אפילו אונזערע ווייבער און שוועסטער קענען עס נישט אזוי גוט

פארוואס זאלן אונז רעדן א שפראך וואס כמעט קיינער קען נישט, ניטאמאל ביי די פרומע אידן רעדט מען עס איבעראל
 
ענגליש איז געווארן א supernova, און א סופער נאווע פלאצט צום סוף, ענגליש האט פארלוירן איר אינטימישקייט, יעצט קום מיר נישט זאגן ליין דאס ליין יענץ, איך רעד פון ענגליש אין גאס און אין די שטיבער, מיט אירע איינגערעדטע מיליאן ווערטער, איז זי למעשה היינט זייער שטחיות׳דיג. אראמיש איז אמאל געווען דער סופערנאווא, דערנאך גריכיש, לאטייניש, פערסיש. אדער איז פון זיי געבוירן געווארן קריאלס וועלעכע האבן באגראבן דעם ארגינעלן (לאטייניש), אדער לכל הפחות משנה צורה געווען עד בלי היכר כלל (פערסיש), אדער פשוט איינגעשרינקען צו א הייפעלע רעדערס (גריכיש, אראמיש). דערווייל קען איך נאך צוויי סופערנאוואס וואס ציען שוין אן הונדעטער יארן כמתכונותם, שפאניש (צירקע פיר הונדערט יאר), און מאשריקי אראביש (ווענדט זיך פון ווען מען רעכנט, ס׳איז מוסכם די קאלאניסטישע תקופה האט געברענגט א שינוי צורה אזוי אז דער קעגנזייטיגער-פארשטענדליכער מאשריקי אראביש פון היינט איז באמת נישט מער ווי א קנאפע פּאָר 100 יאר אלט).

להערכתי וועט ענגליש זיין אין טויזנט יאר ארום די שפראך פון די פארבליבענע אנגליזירטע קירכעס, א לוטירגישער שפת קודש, און פון נאך אפאר איזאלירטע גרופעס, דער איבעריגער עולם וועט שוין לאנג האבן געגאנגען ווייטער
Read patterns, dude
יידיש ווי קליין זי איז, האט א מעכטיגער בעיס ליין, נישט געבויט אויף פרסום אדער וועלטליכע כוואליעס, נאר ווירדן, אפילו די פארבליבענע אידישסטן זענען ווייט נישט מוכן אויפצוגיבן אויפן יידיש, דאס איז א רעליגיע ביי זיי.

אין לובאוויטש און גער, און ביי ליטוואקן און נאך איז אידיש די שפראך פון נאסטאלגיע, פון לומדות, און פאעזערוויסטן, בקיצור א לוטירגישער שפראך. אין סאטמאר און סקווירא, און נאך האט אידיש ציינער אפילו צווישן רובם ווייבער. איך וואלט אפילו געגלייבט אז אפילו צווישן פארשידענע שיכטן פון לובאוויטשער און ליטוואקן קען אידיש מאכן א קאמבעק, איינמאל ענגליש ווערט שוין איבערגעטריבן וועלטליך אז ס׳בלייבט שוין נישט קיין מארך דערין.

לדעתי האלט מען שוין דארטן ווי ענגליש האט שוין פארלוירן איר גלאנץ פון די תור הזהב יארן, אריבער זענען די צייטן ווען ענגליש האט דיך געמאכט א חלק פון די (bro’s), פארביי זענען די צייטן ווען דער עולם האט געשפירט ס׳דא א חברה, א גאס, די היסטארישע אמעריקאנער גייסט פון די בראשית יארן פון די גרויסע אימיגראציעס. נעם למשל די שפאניש רעדנדע, זיי וואוינען דא דרייסיג פערציג יאר און זיי שפירן נישט פאר וויכטיג צו לערנען ענגליש, און פאר א גוטער סיבה, ס׳שוין נישט די זאך היינט. היינט האסטו מיליאנערן וואס רעדן כמעט בלויז אידיש, און אמאל דוקא וועגן זייער אידיש, ווייל דאס איז אן אינווייניגסטער מאפיא שפראך. מען האט אמאל געמיינט אז אינטערנעט וועט פארגרעסערן ענגליש, וואס ס׳האט אבער פאסירט איז, מענטשן פאר ברענגען ווייניגער אינדרויסן, און פיל מער אנליין, און מיט AI קען מען פליקן מעסידזשעס און זיך פארטייטשן

איך וועל נעמען מיך אלץ משל, איך קען היינט א גענוג גוטער ענגליש אז כ׳זאל קענען שרייבן אין איר א זאפטיגער ארטיקל, איך האב מיך גענוג געדרייט צווישן די שיכטן פון פאלק, איך קען די זיבן קללות וואס מען זאגט מיטן האנקינג, פינדעסטוועגן, אז כ׳שרייב אויף ענגליש שפיר איך נישט אז ס׳וועט איינער אפילו כאפן די טיפענישן פון מיין שטורעמישער נשמה, יא, כ׳וואלט אפשר געשריבן א בריוו צום יוניווערס אין מארק טוועין׳ס צינישער שפראך, אבער דער עולם, טאמער שרייב איך נישט מיט אזא וואנילא refined and effortless סטיל, קען איך מיך נישט מצייר זיין במחשבתי צו וועמען איך רעד אפילו.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב היינט ביינאכט געדאוונט מעריב מיט אפאר תמנים וואס זענען אהער געקומען פון תימן.

איך געדענק נאך ווען זיי פלעגן זיך אלע צאמקומען גאנצעטע משפחות און פארברענגען צוזאמען, מיט זייערע מנהגים, קאלטור, און זייערע לבוש.

היינט זענען זייערע קינדער צושפרייט, יעדער איז געגאנגען אויף זיין אייגענע וועג איינער גייט ווי א ליטוואק די צווייטער ווי א חסיד די דריטער פריי. די טאטע'ס אליינס האבן געטוישט זייער נוסח קליידער וכו' ס'איז א וועלט וואס איז חרוב און "גענדיגט".

ס'האט מיך געמאכט טראכטן.. זיי האבן נישט געחלומט - נישט צו לאנג צוריק א זייער געשיכטע גייט זיך ענדיגן. און זייערע אייניקליך וועלן קיין שייכות נישט האבן מיט דעם אלעס. זיי האבן געדארפט משלים זיין מיט די מציאות אז זייער קינדער גייען נישט טראגן זייער חלום ווייטער.

און דאס צווינגט זיי צו פרעגן די שאלה: וואס איז די עיקרונות? וואס איז וויכטיגער ווי טראדיציע?

אבער דאס איז נישט נאר זייער שאלה, און אזא זאך קען דאך געשען צו יעדער פון אונז, אויב די אלטע וועג הערט אויף צו זיין א מעגליכקייט, וואס בלייבט?? וואס איז די עיקרונות ווען די דרויסנדיגע וועלט פאלט צאם??
 
לעצט רעדאגירט:
ענגליש איז געווארן א supernova, און א סופער נאווע פלאצט צום סוף, ענגליש האט פארלוירן איר אינטימישקייט, יעצט קום מיר נישט זאגן ליין דאס ליין יענץ, איך רעד פון ענגליש אין גאס און אין די שטיבער, מיט אירע איינגערעדטע מיליאן ווערטער, איז זי למעשה היינט זייער שטחיות׳דיג. אראמיש איז אמאל געווען דער סופערנאווא, דערנאך גריכיש, לאטייניש, פערסיש. אדער איז פון זיי געבוירן געווארן קריאלס וועלעכע האבן באגראבן דעם ארגינעלן (לאטייניש), אדער לכל הפחות משנה צורה געווען עד בלי היכר כלל (פערסיש), אדער פשוט איינגעשרינקען צו א הייפעלע רעדערס (גריכיש, אראמיש). דערווייל קען איך נאך צוויי סופערנאוואס וואס ציען שוין אן הונדעטער יארן כמתכונותם, שפאניש (צירקע פיר הונדערט יאר), און מאשריקי אראביש (ווענדט זיך פון ווען מען רעכנט, ס׳איז מוסכם די קאלאניסטישע תקופה האט געברענגט א שינוי צורה אזוי אז דער קעגנזייטיגער-פארשטענדליכער מאשריקי אראביש פון היינט איז באמת נישט מער ווי א קנאפע פּאָר 100 יאר אלט).

להערכתי וועט ענגליש זיין אין טויזנט יאר ארום די שפראך פון די פארבליבענע אנגליזירטע קירכעס, א לוטירגישער שפת קודש, און פון נאך אפאר איזאלירטע גרופעס, דער איבעריגער עולם וועט שוין לאנג האבן געגאנגען ווייטער
Read patterns, dude
יידיש ווי קליין זי איז, האט א מעכטיגער בעיס ליין, נישט געבויט אויף פרסום אדער וועלטליכע כוואליעס, נאר ווירדן, אפילו די פארבליבענע אידישסטן זענען ווייט נישט מוכן אויפצוגיבן אויפן יידיש, דאס איז א רעליגיע ביי זיי.
עס איז נישט ריכטיג צו צוגלייכן אן אמאליגע מציאות צו די היינטיגע אפענע טעכנאלאגישע וועלט
 
נעם דיך דאס אריין אין קאפ, טעכנילאגיע שמעכנילאגיע, גאר נישט בלייבט נישט פאר אייביג, ואין כל חדש תחת השמש. חוץ מזה, כ׳האב געברענגט נאך נימוקים חוץ היסטארישע
 
יישר כח @שושני פארן באשרייבן יל"ג אביסעלע, און עפענען דעם שנירל איבער א פאעם וואס טאפט אריין שטארק אין אונזער מיסיע דא אויף קרעמל אויך..

איך ווייס אז צווישן די נאכפאלגער פון די משכילים און מעגליך גאר צווישן זיי אליין (פארלאנגט זיך אן עקסטערע באשרייבונג ווער פונקטליך זיי זענען אלס אן היסטארישע מאנאטאנישע גרופע - אויב בכלל..) איז געווען א דעבאטע אויב מ'זאל ענדערש נוצן לשון הקודש אדער אידיש צו פארשפרייטן געדאנקען און ליטעראטור, וועלכע איז מער עפעקטיוו, רייך, און 'ליטעראטוריש'..
בן יהודה'ס אטראקציע מיט עברית און זיין ארבייט עס אויפצופרישן איז זיכער א (סוקסעספולע) מעניפעסטאציע פון דעם דעבאטע, אבער באופן כללי וואלט איך געטראכט אז טאקע דאס פיקסאציע מיט לשון הקודש/לשון המקרא אנשטאט די קאמאן-דעי שפראך איז אביסל וואס האט אפגעשוואכט די השפעה פון די משכילים.. הגם צייטלין'ס שורות לייגן דאס אונטער פראגע צייכן..

זעט אויס מ'דארף קענען מער היסטאריע - סיי וויאזוי די משכילים זעלבסט האבן אויף זיך רעפלעקטירט אינדרויסן פון די צוויי אנעקדאטן, און סיי זייער אקטועלע אודיענץ און השפעה צווישן די מאסן..
 
מען דארף נישט מער ווי אונזער היסטאריע מיט לשון הקודש, פאר תלמידי חכמים האט מען געשריבן לשון הקודש, צו די ווייבער אין אידיש-דייטש. דאס זעלבע מיט לאטייניש, ניוטן אין ענגלאנד, שפינאזא אין האלאנד, האבן געשריבן אין לאטייניש. די גמרא זאגט שוין, פיר שפראכן יעדער מיט זיין יתרון. בימי מאצארט איז שוין געווען א מחלוקה צו מען מעג זינגען אין די אייגענע דייטש מאמע לשון אנשטאט איטאליעניש. ווי האט פיליפ מלך שפאניע געזאגט: שפאניש רעד איך צום פאלק, פראנצויזיש צום אריסטראקראט, און דאטש צו מיין פערד…
 
לעצט רעדאגירט:
וואלט נישט געווען בעסער אז אונז זאלן רעדן ענגליש?

איך האב שוין אן אלטע חקירה צו די 'אידישע וויקיפידיע' האט עפעס א משמעות'דיגע נוצן פאר סיי וועמען אדער איז עס סתם ארויסגעווארפן צייט צו שרייבן/מגיה זיין דארט..

די ארגומענט אז עס איז א שאד די צייט איז אזויווי דו זאגסט: רוב מענטשן - און געוויס די וועלכע ליינען לכתחילה וויסנשאפטליכע נושאים - זענען ממילא באהאוונט אין ענגליש ורוב חכמתם ממנה, טא פארוואס זיך פלאגן.

פון די אנדערע זייט אבער קען מען נישט אונטערשאצן די השפעה וואס אידישע ליטעראטור קען האבן, נישט בלויז פאר צוקונפטיגע היסטאריקער אדער PhD סטודענטן, נאר זאגאר פאר היימישע אינגעלייט און בחורים וואס די חילוק צווישן ענגליש און אידיש איז די חילוק צווישן וויסן די אינפארמאציע און נישט!
לענגווידזש אלס א גדר איז נישט קיין קלייניגקייט אונטערצושאצן, זייער אסאך היימישע וואלטן גערן געליינט א זאפטיגע שטיקל לשון הרע, פאליטיק, אדער אפי' שמוץ, ווען נאר ס'איז אויף מאמע לשון. (ביודעי ומכירי קאמינא פון געוויסע וואס האבן אנדעקט די וועקער והמסתעף בלויז ווייל ס'איז אויף אידיש). און די outreach דורך די פאקט אז עס אויף אידיש קען זיין זייער ווייטגרייכנד.

דא קומט אויך אביסל צו די נושא וואס איך ברענג ארויס אין די אנדערע שנירל אז אויב קען א 'קרעמל קהילה' ווערן א רעאליטעט, איז זיכער אז ס'גייט זיין מיט אידיש אלס איר צענטער-פונקט.. ענגליש-רעדענדע מאדערנערע קהילות זענען דאך דא לרחצה, עס איז די פשעווארסקע קוגל מיט די שפראך וואס מיר זוכן אמערסטנס צו פרעזערווירן, אזוי מיין איך עכ"פ. צו עס איז רעאליסטיש למעשה - אדרעסיר איך שוין דארט..
 
אז מ'רעדט פון עברית, איך האב ממש רחמנות אויף אחינו הישראלים פאר'ן זיך דארפן באגניגען מיט די ארעמע אור אלטע שפראך, און וויפיל ענגליש זיי וועלן נאר אימפארטירן וועט עס קיינמאל נישט צוקומען צו די געוואלדיגע רייכקייט פון ענגליש.
נעמט למשל סיי וועלכע ענגלישע בוך וואס איז איבערגעזעצט געווארן אויף עברית און שטעל צו די טייטלען פון די צוויי ווערסיעס איינער צום צווייטן, למשל:
Man's search for meaning
עברית: האדם מחפש משמעות
איז דאס את טייטל אדער א סטעיטמענט...? וכהנה רבות
איך וואלט נאך היינט גע'עצה'ט די ציונים צו אפלאזן עברית און גיין מיט ענגליש (אפשר דעמאלטס וועלן א מערהייט געשעפטן אין בני ברק טראגן דווקא א העברעאישע נאמען...!)
 
להערכתי וועט ענגליש זיין אין טויזנט יאר ארום די שפראך פון די פארבליבענע אנגליזירטע קירכעס, א לוטירגישער שפת קודש, און פון נאך אפאר איזאלירטע גרופעס, דער איבעריגער עולם וועט שוין לאנג האבן געגאנגען ווייטער
Read patterns, dude

ס'איז א בּאָלד קלעים - מילד גערעדט, זיכער ווען דו ווילסט עס קאנטראסטן מיט אידיש אז דאס גייט זיך יא האלטן לענגער..

און ווי @אפענער ברענגט ארויס, די פאקט אז טעכנעלאגיע היינט - וואס נעמט אריין קאמפיוטער קאודינג און די אינטערנאציאנאלע סייענס שפראך, צווישן אנדערע - לויפט בעיקר אויף ענגליש, איז לדעתי א ריזיגע חילוק כלפי דעם אז עס קען זיך אזוי גרינג 'פארלירן' ווי פארגייער משלים וואס דו שטעלסט אהער.. הגם איך פארשטיי אז ענליכע ארגומענטן האבן געקענט געמאכט ווערן בעק-אין-די-דעיס אז די טאבלעטן וכדומה וועלן אפהיטן יענע שפראכן לעולם ועד.. ויש לדון..
 
אבער דאס איז נישט נאר זייער שאלה, און אזא זאך קען דאך געשען צו יעדער פון אונז, אויב די אלטע וועג הערט אויף צו זיין א מעגליכקייט, וואס בלייבט?? וואס איז די עיקרונות ווען די דרויסנדיגע וועלט פאלט צאם??

גיסט שוין אריין אביסל צו פילאזאפיש. וואס בלייבט ווען די גוף ווערט פארפוילט? וואס איז די 'מיך' דערינען? וואס איז די טיש ווען די העלצער צופאלן אא"וו..

אונז דארפן נישט אזוי ווייט דעפינירן די 'עיקרון' פאר פרעזעוואציע purposes, ווי איידער טעכניש צו רעפלעקטן און פארשטיין וואס בכלל מיר טוען דא מיטן שרייבן here and now.
 
דער גאנצער ארגומענט ביז אהער מצידי איז געווען לפלפולי בעלמא, פראקטיש גערעדט, הכל לפי הענין, וכל ערום יעשה בדעת, נאר וואס איך זאג יא, ס׳וועט זיין טראגיש אונטערצושאצן אידיש אין אונזער ראלע
 
ס'איז א בּאָלד קלעים - מילד גערעדט, זיכער ווען דו ווילסט עס קאנטראסטן מיט אידיש אז דאס גייט זיך יא האלטן לענגער..

און ווי @אפענער ברענגט ארויס, די פאקט אז טעכנעלאגיע היינט - וואס נעמט אריין קאמפיוטער קאודינג און די אינטערנאציאנאלע סייענס שפראך, צווישן אנדערע - לויפט בעיקר אויף ענגליש, איז לדעתי א ריזיגע חילוק כלפי דעם אז עס קען זיך אזוי גרינג 'פארלירן' ווי פארגייער משלים וואס דו שטעלסט אהער.. הגם איך פארשטיי אז ענליכע ארגומענטן האבן געקענט געמאכט ווערן בעק-אין-די-דעיס אז די טאבלעטן וכדומה וועלן אפהיטן יענע שפראכן לעולם ועד.. ויש לדון..
@אלפא אט אזוי, הוא מפרק והוא מותיב… דער אמת, קען מען דען וויסן, נאר אזוי שאץ איך, דאס איז געבויט אויף דעם וואס איך זעה נישט ״אנגלית לאן״, סתם קוידינג מיינט נישט אז דאס גייט מאכן די שפראך לויפן אין די מיילער פאר אייביג, און פארגעס נישט, היינטיגער קוידינג גייט אמאל זיין ניצליך פאר בלויז זאמלער און ארכילאגן, עפעס ווי די קוידינגס פון זאסימאס, און אל רזי.
שפראך איז אן ענין פון רגש, זהות, איך זאג נישט אידיש איז שטערקער ווי ענגליש, בסך הכל זאג איז, דער נוקליעס וואס האלט היינט דעם אידיש, איז וואס האלט א שפראך ביים לעבן, ווייל אויך ענגלישעס עתיד ליגט אין די הענט פון אזעלעכע פונדאמענטאליסטן ווי מיר אין אידיש
 
אז מ'רעדט פון עברית, איך האב ממש רחמנות אויף אחינו הישראלים פאר'ן זיך דארפן באגניגען מיט די ארעמע אור אלטע שפראך, און וויפיל ענגליש זיי וועלן נאר אימפארטירן וועט עס קיינמאל נישט צוקומען צו די געוואלדיגע רייכקייט פון ענגליש.
נעמט למשל סיי וועלכע ענגלישע בוך וואס איז איבערגעזעצט געווארן אויף עברית און שטעל צו די טייטלען פון די צוויי ווערסיעס איינער צום צווייטן, למשל:
Man's search for meaning
עברית: האדם מחפש משמעות
איז דאס את טייטל אדער א סטעיטמענט...? וכהנה רבות
איך וואלט נאך היינט גע'עצה'ט די ציונים צו אפלאזן עברית און גיין מיט ענגליש (אפשר דעמאלטס וועלן א מערהייט געשעפטן אין בני ברק טראגן דווקא א העברעאישע נאמען...!)
דו האסט נישט קיין נאציאנאלער נשמה זעהט זיך אויס, פאר א שפראך גייט מען אין שייטער הויפן…

חוץ מזה, ענגליש איז אפשר רייך אין די ביכער, נישט אין גאס, אתנחתא (period בלע״ז). עברית אז מען טייטשט איבער פון אנדערע שפראכן וואס א פנים ווילסטו שוין ס׳זאל האבן? פעלט גאלדענע שרייבער אין עברית? הערסט א מעשה
 
Back
Top