- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,107
- רעאקציע ראטע
- 7,395
- פונקטן
- 943
אריינפיר
לאנדאן מיט ל"ג בעומר הדלקות זענען נישט פרעמד איינער צום צווייטן, קהילת 26 (סאטמאר מהר"א) מאכט שוין א פייער ביינאכט א שיינע פאר יאר, ביאלע רבי פראוועט די לעצטיגע יארן דען צווייטן נאכט, און נאך קלענערע און גרעסערע צעלעבראציעס קומען פאר מדי שנה בשנה דורך פארשידענע קהילות ובתי מדרשים. וואס איז אבער פארגעקומען היינט האט בלי ספק איבערגעשטיגן סיי וואס לאנדאן האט נאר אמאל מיטגעהאלטן!
ר' שמעלקע בידערמאן אב"ד לעלוב לאנדאן – א אינגערע ברודער פון ר' אלימלך – האט געפראוועט אן הדלקה צום ערשטן מאל במעמד קהל ועדה וישראל בחצר יסודי התורה, און מי שלא ראה מעמד זו איז לכאו' פשוט נישט געווען אין לאנדאן בשעת מעשה, ווייל צו דעם מעמד איז יעדער מיט פיס געקומען!
אביסל הונטערגרונד
ר' שמעלקע איז א וואוילער איד, יעדער וואס קען אים האט בלויז גוטס צו זאגן אויף אים, די וועלכע האבן אים געהערט אמאל רעדן זענען מעיד אז ער האט זיך נישט וואס צו שעמען פונעם ברודער זיינער, און זיין ביהמ"ד אויף נארטפיעלד פירט ער בזעיר אנפין ווי א געשמאקע קרעמל פאר זיינע נאכפאלגער. די פראבלעם איז נאר אז פון איבעריגע פאפולאריטעט האט ער קיינמאל נישט גענאסן, זיין מצב הפרנסה זאגן זיי האט שוין געזען בעסערע צייטן, און די פאקט אז די שטאט קען אים נישט גענוג האט דערצו נישט צוגעגעבן.
זענען געקומען א גרופע פון זיינע מעריצים דאהי און פון אמעריקע און מחליט געווען אז די צייט איז רייף נתגלה צו ווערן, מ'האט געדינגען א מארקעטינג גרופע, אויסגערישט דעם חצר, אנגעגרייט דעם שטאט, והנה, א נייע הדלקה אין לאנדאן איז געבוירן, די לעלובער הדלקה!
קאנטראווערסיע
די סענטימענט ביים ציבור איידערן מעמד -נאר הערענדיג פון דעם געדאנק- איז געווען זייער ווארעם, ס'האט גאר אויסגעזען ווי לאנדאן איז געווען ממש גרייט פאר אזא פינק וואס זאל אויפפלאקען דעם ל"ג בעומר דאהי. יעדער האט שוין ווארשיינליך ארויסגעקוקט אויף אזא צענטראלע הדלקה, און ווען מ'האט געהערט אז ר' שמעלקע, א בידערמאן, א לעלובער, גייט עס פירן, איז די עקסטאז נאר פילפאכיג געשטיגן ביים עולם.
פאר וועמען דאס האט אבער יא געבאדערט, איז פאר געוויסע עסקנים וראשי ישיבות, וואס זענען געקומען מיטן טענה אז מ'טאר נישט לאזן א איד מיט א סמארטפאן נעמען די לייצעס פונעם ציבור, (גלייבט מיר, איך האב אויך נישט געוויסט ביז יענער מינוט אז דער רבי ר' שמעלקע האט בכלל א סמארטפאן – לצורך פרנסה גראדע..) געוויסע ישיבות האבן עס געהאלטן ביים אסר'ן – מאנכע זאגן זיי האבן עס טאקע גע'אסר'ט. אזוי צו אזוי, איז די אויסגאנג פונעם מעמד געווען עדות וואו דער עולם שטייט באמת און מ'קען רואיגערהייט זאגן אז נארמאלקייט האט געווינען אין שטאט – אין דעם רעספעקט.
און רעדענדיג פון דעם איז אויך אינטרעסאנט אנצומערקן אז אפאר חדשים צוריק איז אויפן סאמע זעלבן פלאץ פארגעקומען א גרויסע מעמד תחנונים ובקשה אפצושאפן די א.ג. גזירת החינוך וואס הערשט אויפן שטאט, און לדעתי איז די קאנטראסט געווען געוואלדיג, אויב דארט איז געווען האלב ליידיג האט מען דא נישט געהאט קיין פלאץ פאר קיין פאדעם, ווער רעדט נאך פון א נאדל, און אויב דארט האט זיך דער עולם ארומגעדרייט גוטמוטיג און וויצלדיג האט דא געהערשט אן ערענסטקייט און דערהויבנקייט. מער איבער דעם קען מען האפן אז רבי טיקל וועט נאך ארויסלייגן זיינע געריבענע אנאליזן..
דעם מעמד
וויאזוי די מעמד איז געווען מער ספעציפיש האט אונזער חשוב'ער קאריספידאנט @חסידיש משפיע שוין הערליך אראפגעלייגט. איך וועל אבער מוסיף זיין נופח משלי.
גערופן איז עס געווארן אויף 2:15 פרייטאג נאכמיטאג, און באמת איז געשטאנען צו ערשט 1:30 אויף די צעטלעך, נאר נאך א משא ומתן מיטן ביאלע רבי איבער די צוזאמשטויס פון ביידע הדלקות האבן ביידע אביסל גערוקט זייערע צייטן. (דאס קומט נאכן פארשלאגן פארן ביאלע צו מאכן זיינס ביינאכט, אדער אפי' צו באקומען די זכות הדלקה ביי דעם מעמד – נאך וואס ר' שמעלקע האט עס סייווי נישט געפלאנט צו נעמען פאר זיך..).
שוין פון 2:00 האבן די גאסן אלע אנגעהויבן שטראמען אין איין דיירעקציע, די שטאט האט פשוט געוויסט נאר פון איין אדרעס אין יענע מינוטן. גייענדיג אויפן גאס איז געווען הערליך צו זען וויאזוי פון סאטמאר ביז גור, פון צאנז ביז ליטא, פון וויזניץ ביז פשעווארסק, קיינער האט אזאנס נישט געוואלט פארפאסן.
איך האב פערזענליך פארפעלט דעם ערשטן טייל מעמד, אבער אנקומענדיג ממש פארן צינדן האב איך געקענט שפירן די ערענסטקייט אין די לופט, ער האט דאן פונקט גערעדט פון א איד וואס גייט ארום העלפן אנדערע אין שפיטעלער, און איבערגעזאגט א שיין ווארט, פארוואס ה' אוהב צדיקים ליגט פונקט נעבן דעם ה' שומר את גרים ה' פוקח עוורים וגו'?! נאר פשט איז אז אזעלכע סארט צדיקים וואס טוען די פעולות – זיי האט ג-ט ליב! א לעלובער דערהער...
דאן האט מען פארקויפט די הדלקה און געצינדן, ווי די ריקודים האבן זיך געצויגן ביז ארום 4:15 דערהויבענערהייט, נישט חלילה אויסלאזענדיג דעם 'בידערמאן – יבטל כל הגזירות' אינדערמיט, און ביים ענדע האט די כאר געזינגען א רייע פון שבת'דיגע ניגונים לקראת שבת הממשמש ובא, געבענדיג דעם פאסיגן אויספיר פאר אזא הערליכן מעמד.
א לעפעלע קריטיק
זאגן אז ס'איז געווען געפאקט איז אן אונטערשאצונג! פאר די ווייבער איז אפגערעדט אז די פלאץ איז געווען קצר מהכיל, ווען קערידזשעס מאמעס מיט קינדער האבן פארנומען דעם גאס מתחילתו ועד סופו. אבער אפי' ביי די מענער איז געווען אומדעטרעגליך און צו ווינציג פלאץ.
אויב מעג מען קריטיקירן, וואלט איך געזאגט אז די אנפירער האבן זיך מיאוס פאררעכנט וואס לאנדאן איז in for.. די גאס האבן זיי נישט פארשפארט און דאס האט פארשווערט סיי פאר די מענטשן און סיי פאר די קארן, די פארענטשעס זענען געווען צו קליין און צו נאנט, אזוי אז רוב מענטשן זענען געשטאנען אויפן ערד הונטער די פארענטשעס. די פייער איז געווען צו נידעריג, און אויב האט שוין איינער יא געהאט א האלבע פלאץ האט ער בלויז געקענט זען די סטעידזש מיט ר' שמעלקא'ן אבער נישט די פייער, (פאר מיינע קינדער האט דאס די מערסטע געבאדערט..).
אבער פון די אנדערע זייט האבן זיי אריינגעלייגט אסאך כוחות אז עס זאל זיין צוגעשטעלט און געשמאק פארן עולם, ס'געווען א שפע פון טרינקען, אייסעס פאר די קינדער, קוגל ביים ענדע מעמד מיט א רחבות פאר דער וואס האט געוואלט טועמיה אויפן פלאץ. ובכלל איז די מוזיק, די סאונד, די צייטן, און אלעס ארום געווען הערליך און געלונגען.
מיינע צוויי צענט
אין קורצן האט זיך דא אויפגעוויזן אויף א קלארער פארנעם אז 'אין לך אדם שאין לו שעה'! א טייערע איד ווי ר' שמעלקא, מיט די ריכטיגע הכנות, די ריכטיגע מינוט, קען איבערשטייגן אלע ערווארטונגען און צוזאמברענגען אן עולם וואס קיינער וואלט נישט גע'חלומ'ט אפאר וואכן פריער.. אפגעזען די נארישע קעגנערשאפט זענען זיינע שעירס בלי ספק געשטיגן ביים גאנצן ציבור דאהי, און עס איז צום האפן אז ער וועט עס טאקע ארויסקעשן ריכטיגערהייט מכאן והלאה און פארדינען די שעצונג וואס קומט זיך אים מיט רעכט. [און אויב שוין, זיין א גוטע לעקציע אז א סמארטפאן מיינט נישט קיין אטאמאטישן אויסווארף..]
וואס איז שולדיג אין די סוקסעספולע אויסגאנג פון דעם עקספערימענט, קען מען לכאו' צוטיילן צו אפאר פאקטארן:
איינס ווי געזאגט – זיין איידעלע כאראקטער, וועמען יעדער שעצט. בנוסף די שטילקייט ארום אים וואס איז נאר א מעלה אין די לאנדאנער פארביסענער געלויף נאך כבוד.
צווייטנס, די צייט און פלאץ, ערב שבת נאכמיטאג אין די זומער האט נישט קיין קאמפעטישאן, און יעדער איז דאן אביסל לאנגווייליג און וויליג צו גיין וואו אומער מ'רופט. יסודי התורה ווידעראום – א מכובד'דיגע שטח אין צענטער פון שטאט איז בלויז א מעלה.
ועל כולם, האט לאנדאן שוין בייגעוואוינט אסאך מעמדים, אבער משום איזה סיבה איז יעצט די צייט געווען רייף פאר אזא צענטראלע כמו מירון סטיל הדלקה, און נאר מיטן ערשטן אנאנס האט יעדער זיך געגארטלט דאס לעפצן און עווענטואל בייגעוואוינט די גלאנץ פונעם שטאט.
ענדע
נ.ב. בנוגע וויאזוי איך פערזענליך קוק אן די וואנזיניגע 'מנהגים' און ריטואלן ווי הדלקות בכלליות – אין ליכט פון דעם מעמד, וואלט איך געענטפערט מיטן זעלבן 'מי כעמך ישראל' ניגון וואס האט מיר פארבלענדערט די אויגן נישט לאנג צוריק..
א גוט שבת, האטס געפועלט ביי ר' שמעונ'ן אלעס גוטס!
לעצט רעדאגירט: