ס'איז א ציפעדיג פארווייטאגטע נושא. כ'וויל נישט יעצט אריינגיין אין די גאנצע זאך, ס'קומט מיט אסאך טראמא און פערזענליכע ווייטאג פאר אלע צדדים.
אזויפיל וועל איך זאגן אויפן שפיץ גאפעלע: איך קען מיך אביסל אויס מיט די יאפעד עקזעקיוטיוון, פאר א שיינע שטיק צייט.
און איך בין גוט מיט ביאטריס וועבער, יאפעד'ס לעגאלע טיעם. זי האט א זוהן אין צעהלים וואס זי האט געסוט די סטעיט אין 2019 און זינט דעמאלטס און נאך די הערליכע ארבעט פון די ניו יארק טיימ'ס האט זיך אנגעהויבן א נייע קאפיטל אין דעם פארצויגענעם פרשה.
איך וויל סתם אנשטרייכן, אנדערש ווי אין אויסטראליע, מדינת ישראל, לאנדאן ווי ס'איז די מוסדות ווס. די רעגירונג ווי ווייט איך פארשטיי איז דא די פייט שטערקער וויבאלד די יחידים זענען אונזערע און זינגען הויעכע זמירות און פארטרעטן די אישאו מיט אייגענע עקספירענס, וואס שאקלט די גאנצע אידישע וועלט אינדרויסן פון די חרדי'שע דיסטריקטס, מ'מאכט צאמקונפטן און פי אר, און מער און מער, מאדערן און ריפארם מיט סימפאטיע אפילו נישט אידן האלטן אין איין געוואר ווערן מער און מער וואס ס'קומט פאר סא די שטינק איז אויף א גרויסע פארנעם.
כ'האב נישט געזעהן אזאנס אפילו אין ארץ ישראל. נאר דא.
קוק די אינטערוויא, א לאקאלע ארויפגעקוקטע ניו יארקע טשענל וואס האוסט די מעיארעל דעבאטע אינטערוויאו'ט יאפעד, שווארצע פאליטיקאנטן אין אלבאני ווייסן פון יאפעד צו זאגן נאר פון דעם אליין, דאס קען העלפן אויב זיי האלטן ביים שטיצן די cause
Young Advocates for Fair Education executive director discusses yeshivas
נישט אלעס קען מען זאגן דא, כ'ווייס נישט ווער ס'דרייט זיך אלס דא. ס'איז דא אסאך פאקטן ארום די קעיס, און מערערע angles - די מוסדות וואס האבן זיך צוגעשטעלט,
די עלטערן וואס קענען רעדן און ציטערן פון ostracization, וואס איז א עקסטערע געפעכט אין געריכט,
די אדמיניסראטורן און רעבנים, פערלס/אבי שיק מיט זייער באראט פאר מוסדות יא אדער נישט אין איינשטימונג מיט וואס די דיינים/רעבנים האלטן אדער טוהן למעשה.
די אינפייטינג מוסדות/קהילות וואס שלאגן זיך מיט יאפעד, און מיט פערלס...
ארענדזש קאונטי מיט זייער סאטמארע קארופציע פון דזשאו פעטלין וואס טוט וואס ער וויל אין מאנרא, א פרשה פאר זיך מיט גג על גג קארופציע מיט די סקול דיסטריקט, לדעתי א עף בי איי קעיס.
די סאטמארע בלאק פון דעמאקראטישע אלייענס מיט האקול, קאומא, טשאק שומער...
די קאנסערוואטיווע פראקציע פון פערלס מיט אירע שטילע רדיפות אויף NYSED דיסטרעקשנס וואס מאכט סתם מער קאליע ווי אויפטוהן, talk about שנאת ישראל... ווען עטס זאלטס נאר וויסן וויאזוי זיי הערעסן די סטעיט וואלטס ענק געשעמט מיטן שטריימל...
נאכדעם איז דא די סטעיט, און סיטי, די דיפארטמענט אפ עדזשוקעישן - סיטי, דיפארטמענט אף עדזשוקעישן - סטעיט איבער די סיטי.
און אין דעם די קאמישענער, די גאווערנער, פאליטיקאנטן, סענאט און אסעמבלי אין אלבאני, ווי זעלענאר מיירי, שעלי מייער ראבערט דסשעקסאן, א איד Liz Kruger פון איסט סייד פון די יאפעד זייט, און סטעסי אמאטא, שמחה אייכנשטיין, יעגער, און אהרן ווידער פון די אנדערע זייט.
די סטעיט דיפארטמענט אף עדזשוקעישן איז געפירט ביי בעטי ראזע וואס ענטפערט.פארן גאווערנער, גראדע א שטארקע פראו, א לאטינא אימיגראנט וואס גלייבט זייער אין עדזשוקעישן און זי האט זיך שטארק ארויסגעשטעלט אויף דעם און זייט איר, האט אהרן טייטלבוים זיך דערקלערט א מיינונג זאגער אויף דעם ווייל ער האט אנגעהויבן פילן אז ס'טויג נישט, למעשה איז ער קעגן פערלס און זייער לויער און פון איין זייט רייסט ער זיי אראפ, אבער פון די אנדערע זייט ציטערט ער אין די הויזן ווייל ער כאפט אז זיין עקשנות איז אפשר קאונטער פראדאקטיוו, אבער יעצט זעהט אויס ווי מ'האט אים אונטערגעהעצט אז ער דארף נישט מורא האבן ווייל די גאווערנער איז דאך גוט מיט די בלאק און זיי פארהאנדלען צו דרייען דעם ציבור צו ברענגען א מעיאר קאנדידאט וואס קעטי האקל, די גאווערנער וויל... עמיר זעהן ווער ס'וועט זיין, זי וויל נישט קאומא, און קיין ווייניגער לינקער קאנדידאט מאכט זיך נישט אזוי אין ניו יארק נאר אלע זענען נאר אדער צענטער אדער גאר סאציאליסט סא זייער אויסוואל איז גאר שמאל און די ציבור ברעכט שוין פון זייער שפיל... סא דאס איז א פאליטישע שנירל פאר זיך וויפיל טשאנסן די בלאק האט נאך ביז ס'ברעכט אונטער צוביסלעך...
ווי ס'זעהט יעצט אויס האבן די חרדים דערלאנגט א קלאפ פארן ”גזירה” וואס מ'האט אריינגעשליידערט עפעס אינעם בודזשעט ביל וואס דארף אפשטעלן די סובסטענשל עווקווילענסי clause (וואס מ'שלאגט זיך שוין הין און צוריק כאטש 9 יאר) די שאלה איז וואס די העכסטע געריכט וועט זאגן אויף דעם, ווייל אין די צייט וואס ס'איז טאקע דורך אין די בודזשעט מאכט עס נאכנישט די געזעץ אליינס פון איבער 130 יאר לא שרירין ולא קימין, און וויבאלד די יאפעד קאנטראווערסיע איז שוין אזוי באקאנט און פונקט ווי די פערלס חברה לאביען, לאביען זיי אויך האט זיך געשאפן אפאזיציע און עטליכע סענעטארן האבן מוחה געווען... סא אין א וועג ס'האט אזא פנים ווי אילאן מאסק פירט אויס א געזעץ... אזא בעבישע טשידינג האבן זיי געטוהן.
ס'איז אויך אנדערש ווי ביי די שמחה פעלדער צייטן וואס דעמאלטס האבן די חרדים פרובירט די קארד פון רעליגיע, אז אפילו די קאטויליקן האבן נישט ליב געהאט געוויסע חלקים פון די דעמאלטסדיגע קאמאן קאור, למעשה יעצט איז עס כולו חרדים ווס. די סטעיט און דו האנדלסט דא מיט א ריזיגע סטעיט פון ארום 720 דיסטריקט און אפאר חרדים עקש'ענען זיך מיט א סטעיט דיפארטמענט.
אויב גייט עס ווייטער קומט מען אן צו truancy געזעצן וואס מיינט אז די געריכט וועט פסק'ענען אז די קינדער זענען ווי אויפן גאס, און אויב דאס גייט דורך, א דאנק צו אבי שיק'ס גרויסע שתדלנות וועלן די עלטערן דארפן זיך זארגן איבער קנסות/טוישן סקולס, די פראבלעם איז נאר די סטעיט איז בכלל נישט אזוי שטרענג אויף truancy ווייל ווי יענער חתן וואס האט געלייגט די האנט דורך די pitcher צו געבן מזל טוב פאלט נישט איין פאר די סטעיט אז מ'האנדלט דא מיט אזעלכע ראדיקאליסטן אז מ'זאל דארפן האבן אזעלכע שטראפן ווייל געווענליכע מענטשן אפילו רעליגיעזע דיסטריקטס שטעלן זיך צו.
ס'איז דא א קלער אז מ'קען אריימישן טשיילד פראטעקשן, אבער יאפעד גלייבט נישט אז זיי וועלן דאס טוהן, אבער מ'קען יא ארעסטירן, און געבן געלט שטראפן, און די עלטערן וועלן נישט זיין off the hook טאקע ווייל אבי שיק האט פרובירט צו פארקירעווען די קעיס צו די עלטערן אין א קאנסערוואטיווע פארזוך צו סיגנעל'ן פאר די קאנסערוואטיווע פערלס אז סקול טשויס בלא בלא בלו...
יאפעד קען אויך רעפרעזענטירן עלטערן אנאנים, וואס די ריכטער האט געפס'קענט לטובת זיי אז זיי קענען רעפרעזענטירן פאמיליע'ס און די קאמיוניטי קען זיין גארנישט שעדיגן נאך וואס פערלס האט פרובירט די קארד ”ווער האט ענק געפרעגט עטס זענטס נישט פון די קאמיוניטי” fingers crossed אויב איינער וויל וויסן מער איבער א קאמפלעינט קען מיך שיקן א פריוואטע מעסעדזש.
אויך איז דא די קלער אז מוסדות קענען ווערן געדראעט פאר deceptive business practices פארן לייקענען פאר די סטעיט אז זיי זענען סקולס ווען זיי האבן געוויסט אז זיי זענען נישט
@אלפא קארעקט מי איפ איי עם ראנג אז דאס איז אויך די קעיס מיט אפסטעד אז די רעגירונג ווייסט אז די חרדים האבן נישט קיין לעגאלע מוסדות. איך מיין אז דאס האט מער טשענס ווי זיך נעמען צו אינדיווידואלע עלטערן, כבר היה דברים לעולמו אז מ'האט ארעסטירט א מנהיג בישראל נפתלי צבי ווייס, אפילו ער איז א חשובע רבי, נישט פארן מאלעסטירן איינעם, נאר פשוט פארן דרייען געלטער... איך האף אז קיינער זאל נישט גיין און מ'וועט זיך נעמען צושטעלן אבער אויב וויל מען גיין די קרומע וועג, קען דאס זיין איין אויסגאנג און ס'שרייט זיך נישט אזוי גרינג אנטיסעמיטיזם ווען איינס צוויי רבנים'לעך וועלן ווערן אויפגעפיקט אויב ווילן זיי דוקא זיך עקש'ענען.
וועט דאס פאסירן? כ'האב נישט קיין אהנונג, איז דא אויף וואס צו קלאגן געזעצליך סיי אויף רידזשענטס פראוד, סיי אויף לאנדערינג און סיי אויף במזיד נישט געבן די קאריקילום און שפילן אינעסענט? 300 פראצענט אז יא.