צווייטנס, ווי ווייט איך שמעק (און ר'
@יששכר כץ האט אויך דערויף עלעבארירט) איז עס אסאך מער ווי 'די קליין הייפעלע' פאר וועמען ס'גייט אן, ס"ה ווילן זיי נישט זיין די מורדים..
אזוי צו אזוי שפירן זייער אסאך מענטשן אז זייערע פאטענציאלן אין געוויסע קאריערעס וכדו' איז זיי געווארן צוגענומען מיטן נישט האבן די נויטיגע כלים און עדיוקאציע, און עס איז גענוג 'וויכטיג' אז ס'זאל דזשאסטיפייען אינטערווענציע.. אפגערעדט די עקאנאמישע ארגומענט אז דא זיצן קאמיוניטיס אויף פודסטעמפס און רעגירונג פראגראמען אלעס מיטן תירוץ אז זייער עדיוקאציע סיסטעם פראדוצירט די ווייניגסטע קרימינאלן..
'nobody cares' ווילאנג די קאנצעקווענצן זענען צו ווערן ארויסגעווארפן פון די אייגענע סאסייעטי און פון אויפהערן זיין טייל פון די קהילה. אין אנדערע ווערטער, אויב די צוויי אפציעס זענען עדיוקאציע (פאר די קינדער..) אדער ווערן סאשעלי אקצעפטירט נעמען מענטשן טאקע די צווייטע, ס'מיינט אבער נישט אז זיי קעירן נישט אדער אז זיי ווילן נישט אז די לענדסקעיפ זאל זיין אנדערש אויסגעשטעלט..
פראפעסאר זלמן נופיעלד האט געזאגט א טייער ווארט:
קיינער האט נישט קיין רעכטן צו קריטיקירן היימישע ישיבות
אויב ביזטו נישט קיין מעמבער פון די קאמיוניטי און מ'הערט פון די ניו יארק טיימס עפעס אז ישיבות באגייען אן אומרעכט?
פרעגט מען אים - ווער ביזטו? וואס ווייסטו? דו ביסט אן "outsider" איז עס איז נישט אויסגעהאלטן פאר אייך זיי צו קריטיקירן. אקעי.
ווען דו ביזט א מעמבער אין די קאמיוניטי, און דו זאגסט "האלא, ר'איד איך וואוין דא מיין גאנץ לעבן, ס'איז נישט קיין נארמאלע זאך מיינע קינדער גייען אין ענקער מוסד, דא דארף מען עפעס טוהן" - אים זאגט מען "פרי קאנטרי" קיינער צווינגט נישט, וואק ארויס, האסט א פראבלעם, שיק נישט דא און פארטיג. דעריבער טארסטו זיי נאך אלס נישט קריטיקירן.
אויב טוט מען טאקע דאס און מ'ליווט די קאמיוניטי, אבער דער פראבלעם גייט נאך אן, און געווענליך זעט מען עס דאן אפילו בעסער און מ'רעדט זיך אפ.
שרייט מען - what are you talking about ווער ביזטו? וואס ווייסטו? דו ביזט אן "outsider" יעצט, ביזט דאך זיכער אבי אן "אנגעווייטאגטער "פארביטערטער" דו האסט קיין רעכט אונז צו קריטיקירן!

האסט אמאל געהערט פון א קולט?
----------------------------------------
ער איז פיינע נייעס, ער איז א אויטיד חב"ד פראפעסאר, אבער בכלל נישט האסטייל, ער לייגט זיי צונאר מיט א תמימות פון א בעל התניא'שן טיפקייט בעסיקלי... ער דערמאנט אינעם פילם נאך אזעלכע ספייסי ווערטער: אויב איך זאל דיר צובינדן און אריינווארפן אין א סווימינג פול און למעשה קומסטו ארויס אומגעשעדיגט מיינט יעצט אז דו ביזט א "סוקסעפולע" שווימער?
(אפשר קענסטו נאך גיין קאמפיטן ביי די אלימפיקס אויך?)
איך גיי ניטאמאל אויספירן די נמשל, ווייל ווער ס'פארשטייט פארשטייט די איבריגע דארפן ניטאמאל פרובירן. שוין, סתם געשאסן פון שווימען אבי גערעדט...