- זיך איינגעשריבן
- מאי 20, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,564
- רעאקציע ראטע
- 3,456
- פונקטן
- 443
יאפ, די סטעיט איז שוין געווען סך שטרענגער, און אין אנהייב האט אהרן זיך נאך געפרייט אז פעלדער האט עס "געמאכט" יעצט איז קעגן אלעס וויל ווערן געבריפט אויף אלעס ווייל ער זעהט איין אז ס'ווערט נאר מער קאמפליצירט.קען זיין דאס וועט בעקפייערן אדער ווערן גטשעלענדשעד אין קאורט פאר נאך אפאר יאר, מדארף ווארטן אויף וויאזוי די סטעיט וועט אפלערנען די געזעץ
די ארגינעלע געזעץ איז געווען אז די אחריות ליגט אויפן לאקאלע סקול דיסטריקט, דאס איז געווען נפתלי מאסטער ערשטע מהלך גיין צום עדיוקעשאן קאמישינער פון די סיטי
איז געקומען די פעלדער געזעץ אין עס געשטופט צו די סטעיט און ארויפגעלייגט די אחריות אויפן סטעיט עדיוקעישאן קאמישינער, וואס דאס איז געווען א טעות מצד די מוסדות ווייל למעשה איז די סטעיט זייער שארף געווען מיט די סאבסטענשאל עקיווילינסי געזעץ
למעשה מיט די נייע געזעץ האלטן לויערס אז מען האט אוועקגענומען די מאכט פון די סטעיט קאמישינער קוק דא
וויאזוי פעלדער האט עס געטוישט צו די סטעיט ווייס איך נישט, אבער דאס מאכט סענס מיט די טיימינג, האסט אויך אבער אויסגעלאזט א וויכטיגע ווענדפונקט, ווי זיי האבן געסוט די סטעיט און געווינען אויף א טעקניקאליטי אז מ'דארף איבערמאכן די גיידליינס און עס רופן אזוי, און נישט רעגולעישנס, און דאס האט נאכמער פארלענגערט, און דאס קען מען אפשר נוצן קעגן זיי, אויב די לויער פילט אז ס'קען פארשטערקערן יאפעד'ס קעיס, אז קוק אן, מ'גיט זיי א פינגער ווילן זיי א האנט, און זיי האלטן אין איין ווייזן דילעיס, און וואס מ'גיט זיי נאך נוצן זיי פאר אפשטופן און אונטערהאקן (obstruction) דאס קוק איך אן אלס א וויכטיגע פוינט אונטערצושטרייכן, און איז א שטארקע theme all throughout
די לויערס דארף נאר וואקסן אפאר ביצים און גיין אביסל מער שארף...
שכח פאר דיין ווידיא, איך האב סתם אזוי ליב צו קוקן אזוינע אנאליזירונגען פון לאו-טובערס... קוקסט אמאל ליגעל איגעל? ער האט געהאט א פילד דעי מיט טראמפ'ס קעיסעס... צוריק צום נושא זי זאגט נישט אז זי האלט אזוי, זי זאגט אז זי שטעלט זיך פאר וואס די פסק קען זיין באזירט אויף וואס די ריכטער האלטן יעצט. אבער ווי איך זאג, ס'איז חוזק געמאכט.
לאמיר צוריקטרעטן: איין מינוט איך צינד אן מיין דזשוינט.... הססס... אההה ... די גאנצע פייט דרייט זיך ארום וואס די טייטש פון עקווילענסי איז. דעציט און נאמאר און פארטיג.
די אלע "פארשפארן" ישיבות, עלטערן אחריות, אנטי רעליגיע זאג איך דיר שוין איז ריין דירעלמענט געשטעלט צו מישן א פאליטישע דיסטרעקשן. זעמיר אויף איין פעידש?
זיי, די ישיבה/רבישע עליטע זענען געגאנגען, פרובירט א זאך וואס זיי האבן שוין פרובירט אין די פעסט, אונז וועלן אריינלערנען פשט אין עקווילענסי וואס שמעקט אונז... למשל איינער פון שיק'ס ערשטע ארגומענטן, כ'מיין פעלדער האט עס אויך גענוצט, איז אז אונזער באדייט פון עקווילענסי איז, אז ווען מיר לערנען לולב הגזול אדער וויפיל כשר'ע בהמות גייען אריין אין נח'ס תיבה איז עס ווי גלייך מיר לערנען סייענס... קרינדש און ווען מיר לערנען חסר קורטוב און וויפיל סאה א מקוה איז וכו' איז עס מאטעמאטיקס. זיי זאלן נאר נישט אויפמישן די גמרא פון ברוריה און טעהנ'ן סעקס עד... עכ"פ יעצט שפילן זיי עס קלוגער, ס'איז דאך אבער בולשיט, די סטעיט קען לאזן, אז מ'זאל העלפן אויפשטעלן סופערווייזט אגענטורן וואס טוען די סטעיט'ס ארבעט, אבער איך גלייב נישט זיי זענען אזוי דאמב אז זיי כאפן נישט, לויט ווי איך קען די סטעיט, וואס זיי טרייען דא צו טוהן: אנפייפן די סטעיט און טוהן זייערס. דאס איז שוין אמיש, און אין ניו יארק קען דאס גאר שווער ארבעטן.
אויב אזוי, דעמאלטס וואס זי זאגט איז, אז בשם די ריכטער דארף מען שוין נישט זייער אויטארטי איז שוין נישט אזוי נוגע. יא אבער, מר. דזשאדזש דו כאפסט אז וואס זיי האבן דא געטוהן איז געמאכט די גנב דעם שומר, וואט די עף איז ראנג מיט ענק? איז נישט דא קאנפליקט אף אינטרעסט? און דעמאלטס איז שוין איר אפיניען נישט וועליד, נאר ס'וועט זיך טרעפן ביי אויספארשונגען און אויגן וועלן מעגליך ארומנישטערן אין אלע פלעצער ווי זיי ציטערן מ'זאל קוקן... אין די אקאונטס פון יו עס עי און דזשאו פעטלין וויפיל געלט זיי גנבע'נען און רוקן ארום דארט אויף די חשבון פון טעקספעיערס... קיינער וויל דאס נישט... איך דערמאן פעטלין וואס איז די סופעראינטענדענט פאר מאנרא/פאלם טרי וואס פון דארט האט זיך אנגעהויבן די גאנצע סעלף אקרעדידעישן בולשיט.
אויב זיי פרעגן מיר, אויב יאפעד נעמט זיך צו אים וועט זיין אסאך פאן פון דא און ווייטער... ביז יעצט איז מען געווען ביזי מיט שיט, סתם צו מ'זאל גיין מיט די רמ"א אדער מגן אברהם, די ווארט יענע ווארט, נישט די אייגנטליכע הינט באגראבן דא.
לאו דוקא, אין א וועג קען מען שפעקיולירן פארקערט, אז די קאורט האט נארוואס געענדיגט איין קעיס, און קען גראד הערן די נעקסטע,אזוי צי אזוי האט די געזעץ געגעבן אסאך צייט און אפארטאניטיס זיך צי שלאגן אין קארט אויף אסאך זאכן אז די אקטיוויסטן און די סטעיט וועלן אויסלויפן פון געדולד און אראפקריכן פון די נושא, קוק וואס איז געשען מיט נפתלי אליין
די קאמישינער בלייבט אויך נישט אויף איר פאזיציע פאר אייביג, די נעקסטע קאמישינער וועט זעהן אז דאס איז א שווערע מערכה און עס שטופן אונטער׳ן באס
די קאמישענער בלייבט טאקע נישט אויף אייביג, אבער די נעקסטע וועט נישט זיין בעסער, דארט האבן זיי שוין נישט די גרינגע פעלד וואס זיי האבן אין אסעמבלי אדער אין מארגערעטן לאנד... ווער נעמט אזא דשאב? בעטי ראוזע א לאיטינא אימיגראנט וואס שעצט באמת עדזשוקעישן, זי איז טאקע אריינגעמישט אין פאליטיק, אבער זי איז א ביוראקראט.