Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
יאפ, די סטעיט איז שוין געווען סך שטרענגער, און אין אנהייב האט אהרן זיך נאך געפרייט אז פעלדער האט עס "געמאכט" יעצט איז קעגן אלעס וויל ווערן געבריפט אויף אלעס ווייל ער זעהט איין אז ס'ווערט נאר מער קאמפליצירט.קען זיין דאס וועט בעקפייערן אדער ווערן גטשעלענדשעד אין קאורט פאר נאך אפאר יאר, מדארף ווארטן אויף וויאזוי די סטעיט וועט אפלערנען די געזעץ
די ארגינעלע געזעץ איז געווען אז די אחריות ליגט אויפן לאקאלע סקול דיסטריקט, דאס איז געווען נפתלי מאסטער ערשטע מהלך גיין צום עדיוקעשאן קאמישינער פון די סיטי
איז געקומען די פעלדער געזעץ אין עס געשטופט צו די סטעיט און ארויפגעלייגט די אחריות אויפן סטעיט עדיוקעישאן קאמישינער, וואס דאס איז געווען א טעות מצד די מוסדות ווייל למעשה איז די סטעיט זייער שארף געווען מיט די סאבסטענשאל עקיווילינסי געזעץ
למעשה מיט די נייע געזעץ האלטן לויערס אז מען האט אוועקגענומען די מאכט פון די סטעיט קאמישינער קוק דא
לאו דוקא, אין א וועג קען מען שפעקיולירן פארקערט, אז די קאורט האט נארוואס געענדיגט איין קעיס, און קען גראד הערן די נעקסטע,אזוי צי אזוי האט די געזעץ געגעבן אסאך צייט און אפארטאניטיס זיך צי שלאגן אין קארט אויף אסאך זאכן אז די אקטיוויסטן און די סטעיט וועלן אויסלויפן פון געדולד און אראפקריכן פון די נושא, קוק וואס איז געשען מיט נפתלי אליין
די קאמישינער בלייבט אויך נישט אויף איר פאזיציע פאר אייביג, די נעקסטע קאמישינער וועט זעהן אז דאס איז א שווערע מערכה און עס שטופן אונטער׳ן באס
בקיצור, ס'הענגט אין די לופטן און סאטמאר אהרן, קאשוי, און שאפראן האט נישט וואס צו טוהן מיט אפאר טויזנט קינדער און מ'דארף זיך פרייען מיט אבי שיק.
איר האט מעגליך נישט געקוקט די דרשה פון ליז קרוגער דא אין דעם שנירל, זי, און שעילי מייער האבן שטארק מוחה געווען און זענען בשליחות פון יאפעד, איינע פון זייערע עלייס.ונזכה ונחיה ונראה
קיין גרויסע האפענונגען לייג איך שוין נישט אויף יאפפע״ד. ווי זענען זיי געווען בשעת׳ן מאכן די געזעץ יעצט? מען האט קיין פיפס נישט געהערט פון זיי, זייער טוויטער פיעד איז געווען טויט. נישט געווען קיין מערכות אין אלבאני אין נישט אין סיטי האלל. די זאגסט זיי האבן געלט, אבער מען דארף האבן אקטיוויסטן און מויל מאכער און מענטשן וואס עס גייט זיי בנפשם. איז ביעטרייס וועבער נאך דארט? מען הערט נישט פון זיי און מען ווייסט נישט
קוקט מיר אויס איינער וואס איז אין די קאמיוניטי קען נישט/וויל נישט זיך ארויסשטעלן פייטן, איינער וואס איז שוין אינדרויסן איז געווענטליך אינטערעסירט צו ארבייטן אויף זיין אייגענע סוקסעס אין נישט זיין פארנומען א גאנצען טאג פייטן די קאמיוניטי וואס ער האט פארלאזט, און אפילו אויב ער פייט יא אביסל וועט ער שנעל אויסגעברענט
אין לנו להישען אלא על אבינו שבשמים
על משמר החינוך - דער לעגאלער קאמף אין איר פאקטישע פאזע!בקיצור, ס'הענגט אין די לופטן און סאטמאר אהרן, קאשוי, און שאפראן האט נישט וואס צו טוהן מיט אפאר טויזנט קינדער און מ'דארף זיך פרייען מיט אבי שיק.
זיי מיטן דאך אבער נישט גארנישט...הער אויס, ChatGPT איז נישט רילייעבל ביי מיר איך האב דיר גלינקט וואס פראמענירטע לויערס זאגן. אבער אויב די ווילסט דא האסטו פון מיין ChatGPT
Under the new amendment to Education Law § 3204(6), passed in April 2025:
If a private school meets any of the statutory criteria in § 3204(6),
then neither the Local School Authority (LSA) nor the State Education Commissioner (NYSED) determines whether the school is substantially equivalent.
Instead:
The law itself declares that such school “shall be deemed” substantially equivalent. So, the determination is automatic, based on the school’s own factual status.
נייע געזעץ... מ'האט אונטערגעשיקט א שליח צו טוישן די נוסח און ליז קרוגער און שעלי מייער ועוד האבן עס שארף פארדאמט ווייל מ'האט עס געגעבן אזא פיץ צו און דאס וואלט קיינמאל נישט געקענט זיין א סטענדעלאון ביל... קיינער האט נישט קיינעם געפרעגט צו אזא "געזעץ" איז וואס זיי ווילן אדער וואס זייערע קאנסיטושענטס ווילן. מ'האט דאס דורכגעפירט אינמיטן א צוהיצטע געשלעג איבער א 255 ביליאן דאלערדיגע פארשפעטיגטע בוזשעט... דריי נישט קיין קאפ. מאך נישט דא קיין שנאת הדת פון א קארופט אקט פון א קארופט און פאערפול קאמיונטי וואס ווייסט זייער גוט וואס זיי האבן דא אנגעארבעט.על משמר החינוך - דער לעגאלער קאמף אין איר פאקטישע פאזע!
היינטיגן מאנטאג גייט דער קאמף קעגן גזירת החינוך אריין אין א נייעם שטאפל בעזר ה'.
נאך וואס ניו יארק סטעיט האט באשטימט אז די 6 נאן-עקוויוועלענט מוסדות וועלן אראפגיין פון די ליסטע פון מוסדות און מער נישט אנערקענט ווערן ביי די סטעיט אלס אן עקזיסטירנדער סקול, אויף אזוי ווייט אז זיי לאזן זיי ניטאמאל אויסקלויבן די נייע סארט "אסעסמענטס" לויט די פרישע אלבאני געזעץ, איז געווארן אונטערגענומען א לאנג-ערווארטעטע און לאנג-אויסגעארבעטע שריט אויפן לעגאלן פראנט, ווען 3 פון די מוסדות האבן אריינגעגעבן א קלאגע אין די סטעיט סופרים קאורט קעגן די עדיוקעישן דעפארטמענט.
די 3 מוסדות זענען די מוסדות פון סאטמאר בארא פארק, שיכון-סקווירא מוסד אין בארא פארק, און סקווירא אין וומסב"ג.
די קלאגע, אריינגעגעבן געווארן דורכ'ן גרויסן לויער סטיוו בארשאוו, און באגלייט דורך נאך אויסגערופענע אדוואקאטן, איז באזירט אויף 2 לעגאלע טענות:
1) נייע געזעץ - ס'איז שוין דא א נייע געזעץ וואס איז געווארן דורכגעפירט אין אלבאני, און דאס וואס די עדיוקעישן דעפארטמענט גיבט נישט די מעגליכקייט פאר די 6 מוסדות צו קאמפלייען לויט די נייע געזעץ איז בלויזע האס,
סתם מיסאינפארמעישן. נישט די מעיאר, די טשענסלאר, נייעסעיד, יאפעד, אדער די קאורטס האבן סיי ווען גערעדט פון פארשפארן. דאס איז א פרעכע ליגנט וואס די אגודה האט פארשפרייט אזוי ווי אנטיסעמיטיזם סתם צו האלטן אפאר קארדס ווען ס'פעלט זיך אויס צו דערשרעקן און אזוי אויך סעלעברעיטן אז למעשה איז עס נישט געשעהן... צו דיסטרעקן פון די גראבע פארלוסטן וואס זיי ווייסן שוין גייען זיין. קענסט פאפן די ליינער, וועסט אבער נישט טרעפן אין קיין געזעץ, רעגולאציע, אדער נייסעיד מעלדונג אזא קלעים. דאס איז ריין פראפגאנדע. כ'געדענק נאך די עדס פון די אגודה 7 יאר צוריק פון קארטונען ווי מ'זעהט פאליציי און גרויסע אייזענע צוימען אויף ישיבה געביידעס. בולשיט שבולשיט, מ'האט נאר גערעדט פון פינעלייזן דורך אפהאקן פאנדינג. יואלי לאנדא קען נאך אנפילן די קאסע. סטאפ צו פארשפרייטן שקר!זיי דארפן לעגאל צושטעלן דעם אפציע. בפרט ווען די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט זעלבסט האט מודה געווען אז זיי קענען נישט 'צושפארן' קיין סקול - עפעס וואס דער קאורט אוו אפיעלס האט אויך באשטעטיגט אין זייער אורטייל פאריגע וואך קעגן פערלס - און ממילא דארפן די 3 'סקולס' ווייטער זיין בארעכטיגט צו נוצן יעצט די נייע געזעץ.
טענה? ס'איז א מציאות. ס'איז א פובליק סקול מיט פריוואטע רעליגיזע אינטערעסן, אבער כולי עלמא מודי אז ס'איז א הייבריד וויבאלד יעדע בעל שכל ווייסט אז די סטעיט פאמפט אריין די רוב פון די אקסידזישן קעגן די מאגערע שכר לימוד, זאגט איינער מענדי אז ס'איז לעכערליך. כ'פארשטיי נישט, ווער צאלט דערפאר? די ניו יארק סטעיט טעקספעיער? די סטעיט דארף רעפרעזענטירן אירע לינקע קאנסטישוענטס, נישט סאטמאר. פארוואס איז עס לעכערליך?(אויף די לעכערליכע טענה פון די עדיוקעשאן דעפארטמענט אז די סקול איז גענצליך 'אויס סקול', וויבאלד ס'איז דערקלערט נאן-עקוויוועלענט און דעריבער מער נישט קיין "עדיוקעישאן סקול" - עפעס וואס איז, ווי געזאגט, א אפענע סתירה מיט אירע אייגענע ווערטער אין געריכט, און אויטאמאטיש אויך מיט'ן קאורט אוו אפיעלס אורטייל - ווערט אנגעוויזן אז אין דעם נייעם געזעץ שטייט עטליכע מאל אז "א נאן-פאבליק סקול" קען אויסקלויבן די אסעסמענטס וכדו', אן זאגן אז ס'דארף זיין דוקא אן "עדיוקעישאן סקול".)