חינוך געראנגל: נייע געזעץ איבער פריוואטע שולעס אין ניו יארק סטעיט

1751242474517.png
 
קען זיין דאס וועט בעקפייערן אדער ווערן גטשעלענדשעד אין קאורט פאר נאך אפאר יאר, מדארף ווארטן אויף וויאזוי די סטעיט וועט אפלערנען די געזעץ

די ארגינעלע געזעץ איז געווען אז די אחריות ליגט אויפן לאקאלע סקול דיסטריקט, דאס איז געווען נפתלי מאסטער ערשטע מהלך גיין צום עדיוקעשאן קאמישינער פון די סיטי

איז געקומען די פעלדער געזעץ אין עס געשטופט צו די סטעיט און ארויפגעלייגט די אחריות אויפן סטעיט עדיוקעישאן קאמישינער, וואס דאס איז געווען א טעות מצד די מוסדות ווייל למעשה איז די סטעיט זייער שארף געווען מיט די סאבסטענשאל עקיווילינסי געזעץ

למעשה מיט די נייע געזעץ האלטן לויערס אז מען האט אוועקגענומען די מאכט פון די סטעיט קאמישינער קוק דא
יאפ, די סטעיט איז שוין געווען סך שטרענגער, און אין אנהייב האט אהרן זיך נאך געפרייט אז פעלדער האט עס "געמאכט" יעצט איז קעגן אלעס וויל ווערן געבריפט אויף אלעס ווייל ער זעהט איין אז ס'ווערט נאר מער קאמפליצירט.

וויאזוי פעלדער האט עס געטוישט צו די סטעיט ווייס איך נישט, אבער דאס מאכט סענס מיט די טיימינג, האסט אויך אבער אויסגעלאזט א וויכטיגע ווענדפונקט, ווי זיי האבן געסוט די סטעיט און געווינען אויף א טעקניקאליטי אז מ'דארף איבערמאכן די גיידליינס און עס רופן אזוי, און נישט רעגולעישנס, און דאס האט נאכמער פארלענגערט, און דאס קען מען אפשר נוצן קעגן זיי, אויב די לויער פילט אז ס'קען פארשטערקערן יאפעד'ס קעיס, אז קוק אן, מ'גיט זיי א פינגער ווילן זיי א האנט, און זיי האלטן אין איין ווייזן דילעיס, און וואס מ'גיט זיי נאך נוצן זיי פאר אפשטופן און אונטערהאקן (obstruction) דאס קוק איך אן אלס א וויכטיגע פוינט אונטערצושטרייכן, און איז א שטארקע theme all throughout

די לויערס דארף נאר וואקסן אפאר ביצים און גיין אביסל מער שארף...

שכח פאר דיין ווידיא, איך האב סתם אזוי ליב צו קוקן אזוינע אנאליזירונגען פון לאו-טובערס... קוקסט אמאל ליגעל איגעל? ער האט געהאט א פילד דעי מיט טראמפ'ס קעיסעס... צוריק צום נושא זי זאגט נישט אז זי האלט אזוי, זי זאגט אז זי שטעלט זיך פאר וואס די פסק קען זיין באזירט אויף וואס די ריכטער האלטן יעצט. אבער ווי איך זאג, ס'איז חוזק געמאכט.

לאמיר צוריקטרעטן: איין מינוט איך צינד אן מיין דזשוינט.... הססס... אההה ... די גאנצע פייט דרייט זיך ארום וואס די טייטש פון עקווילענסי איז. דעציט און נאמאר און פארטיג.

די אלע "פארשפארן" ישיבות, עלטערן אחריות, אנטי רעליגיע זאג איך דיר שוין איז ריין דירעלמענט געשטעלט צו מישן א פאליטישע דיסטרעקשן. זעמיר אויף איין פעידש?

זיי, די ישיבה/רבישע עליטע זענען געגאנגען, פרובירט א זאך וואס זיי האבן שוין פרובירט אין די פעסט, אונז וועלן אריינלערנען פשט אין עקווילענסי וואס שמעקט אונז... למשל איינער פון שיק'ס ערשטע ארגומענטן, כ'מיין פעלדער האט עס אויך גענוצט, איז אז אונזער באדייט פון עקווילענסי איז, אז ווען מיר לערנען לולב הגזול אדער וויפיל כשר'ע בהמות גייען אריין אין נח'ס תיבה איז עס ווי גלייך מיר לערנען סייענס... קרינדש און ווען מיר לערנען חסר קורטוב און וויפיל סאה א מקוה איז וכו' איז עס מאטעמאטיקס. זיי זאלן נאר נישט אויפמישן די גמרא פון ברוריה און טעהנ'ן סעקס עד... עכ"פ יעצט שפילן זיי עס קלוגער, ס'איז דאך אבער בולשיט, די סטעיט קען לאזן, אז מ'זאל העלפן אויפשטעלן סופערווייזט אגענטורן וואס טוען די סטעיט'ס ארבעט, אבער איך גלייב נישט זיי זענען אזוי דאמב אז זיי כאפן נישט, לויט ווי איך קען די סטעיט, וואס זיי טרייען דא צו טוהן: אנפייפן די סטעיט און טוהן זייערס. דאס איז שוין אמיש, און אין ניו יארק קען דאס גאר שווער ארבעטן.

אויב אזוי, דעמאלטס וואס זי זאגט איז, אז בשם די ריכטער דארף מען שוין נישט זייער אויטארטי איז שוין נישט אזוי נוגע. יא אבער, מר. דזשאדזש דו כאפסט אז וואס זיי האבן דא געטוהן איז געמאכט די גנב דעם שומר, וואט די עף איז ראנג מיט ענק? איז נישט דא קאנפליקט אף אינטרעסט? און דעמאלטס איז שוין איר אפיניען נישט וועליד, נאר ס'וועט זיך טרעפן ביי אויספארשונגען און אויגן וועלן מעגליך ארומנישטערן אין אלע פלעצער ווי זיי ציטערן מ'זאל קוקן... אין די אקאונטס פון יו עס עי און דזשאו פעטלין וויפיל געלט זיי גנבע'נען און רוקן ארום דארט אויף די חשבון פון טעקספעיערס... קיינער וויל דאס נישט... איך דערמאן פעטלין וואס איז די סופעראינטענדענט פאר מאנרא/פאלם טרי וואס פון דארט האט זיך אנגעהויבן די גאנצע סעלף אקרעדידעישן בולשיט.

אויב זיי פרעגן מיר, אויב יאפעד נעמט זיך צו אים וועט זיין אסאך פאן פון דא און ווייטער... ביז יעצט איז מען געווען ביזי מיט שיט, סתם צו מ'זאל גיין מיט די רמ"א אדער מגן אברהם, די ווארט יענע ווארט, נישט די אייגנטליכע הינט באגראבן דא.

אזוי צי אזוי האט די געזעץ געגעבן אסאך צייט און אפארטאניטיס זיך צי שלאגן אין קארט אויף אסאך זאכן אז די אקטיוויסטן און די סטעיט וועלן אויסלויפן פון געדולד און אראפקריכן פון די נושא, קוק וואס איז געשען מיט נפתלי אליין

די קאמישינער בלייבט אויך נישט אויף איר פאזיציע פאר אייביג, די נעקסטע קאמישינער וועט זעהן אז דאס איז א שווערע מערכה און עס שטופן אונטער׳ן באס
לאו דוקא, אין א וועג קען מען שפעקיולירן פארקערט, אז די קאורט האט נארוואס געענדיגט איין קעיס, און קען גראד הערן די נעקסטע,

די קאמישענער בלייבט טאקע נישט אויף אייביג, אבער די נעקסטע וועט נישט זיין בעסער, דארט האבן זיי שוין נישט די גרינגע פעלד וואס זיי האבן אין אסעמבלי אדער אין מארגערעטן לאנד... ווער נעמט אזא דשאב? בעטי ראוזע א לאיטינא אימיגראנט וואס שעצט באמת עדזשוקעישן, זי איז טאקע אריינגעמישט אין פאליטיק, אבער זי איז א ביוראקראט.
 
בקיצור, ס'הענגט אין די לופטן און סאטמאר אהרן, קאשוי, און שאפראן האט נישט וואס צו טוהן מיט אפאר טויזנט קינדער און מ'דארף זיך פרייען מיט אבי שיק.

איך קויף נאכנישט אזוי שנעל אפ דעס וואס זיי עסורטן דא. אבער וויאזוי ס'זאל זיין ווילאנג יאפעד האט פאנדינג פון נדבנים גייען זיי אונטער אזוי ווי פוטסטעפס, זעהסט דאך ווי אהרן איז אנגעקומען, איך ווייס נישט וואס דיין אינטערעסע אין די גאנצע זאך איז און פאר וועם דו ארבעסט, אבער ווער ס'האט געהערט אהרן'ס שמועס חנוכה, און ווער ס'האט געהערט מר. סעגעדין קען גרינג זעהן אז זיי גייען מיט א קרומקייט, ווייל זיי ווייסן אז גראד מוז מען הייבן הענט סונער אר לעיטער... נישט אומזינסט גייען זיי נישט די לעגאלע ראוט... ער מיינט ער קען אזוי גיין פארעווער.

נפתלי איז טאקע gone אבער דאס איז נישט די אישאו, א סי אי או קען מען אויפנעמען. קוק אן וואס ס'איז געקומען נאכדעם, מ'רעדט א גאנצע צייט מאסטער מאסטער, ווייסט וויפיל שווערער ביטריס וועבער האט געמאכט דאס לעבן פון ערוגת הבשם? זי האט געגעבן די גאנצע אישאו נייע לעבן. וואס הייסט א עלטערן גייט קעגן א אייגענע קינד'ס מוסד, וואס א נפקא מינא צום עצם קעיס אז זי איז נישט חסידיש, למעשה האט זי א רעכט צו קלאגן די מוסד וואס יאפעד האט פאר דעם נישט געהאט. זיי האבן געהאט רוט מעסינגער א גרויסע אידישע ליבעראלע קנאקער אין די סטעיט וואס איז געלאפן קעגן דזשוליאני...

ברעד לענדער האט שוין אויפגעטרעטן פאר יאפעד, איך זאג נישט דאס קען רוקן די פראגרעס אבער גיט זיי מער קרעדיביליטי אין די אויגן פון די סטעיט.

אז דו האסט שוין אריינגעווארפן אביסל כראנאלאגיע איז סתם פאר די שנירל נוגע ארויפצושטעלן טאקע מער איינצעלהייטן, כ'האב געזוכט א געלעגענהייט ווען. דא דאכט זיך לויפט נפתלי דורך בקיצור די גאנצע השתלשלות

 
ונזכה ונחיה ונראה

קיין גרויסע האפענונגען לייג איך שוין נישט אויף יאפפע״ד. ווי זענען זיי געווען בשעת׳ן מאכן די געזעץ יעצט? מען האט קיין פיפס נישט געהערט פון זיי, זייער טוויטער פיעד איז געווען טויט. נישט געווען קיין מערכות אין אלבאני אין נישט אין סיטי האלל. די זאגסט זיי האבן געלט, אבער מען דארף האבן אקטיוויסטן און מויל מאכער און מענטשן וואס עס גייט זיי בנפשם. איז ביעטרייס וועבער נאך דארט? מען הערט נישט פון זיי און מען ווייסט נישט

קוקט מיר אויס איינער וואס איז אין די קאמיוניטי קען נישט/וויל נישט זיך ארויסשטעלן פייטן, איינער וואס איז שוין אינדרויסן איז געווענטליך אינטערעסירט צו ארבייטן אויף זיין אייגענע סוקסעס אין נישט זיין פארנומען א גאנצען טאג פייטן די קאמיוניטי וואס ער האט פארלאזט, און אפילו אויב ער פייט יא אביסל וועט ער שנעל אויסגעברענט

אין לנו להישען אלא על אבינו שבשמים
 
ונזכה ונחיה ונראה

קיין גרויסע האפענונגען לייג איך שוין נישט אויף יאפפע״ד. ווי זענען זיי געווען בשעת׳ן מאכן די געזעץ יעצט? מען האט קיין פיפס נישט געהערט פון זיי, זייער טוויטער פיעד איז געווען טויט. נישט געווען קיין מערכות אין אלבאני אין נישט אין סיטי האלל. די זאגסט זיי האבן געלט, אבער מען דארף האבן אקטיוויסטן און מויל מאכער און מענטשן וואס עס גייט זיי בנפשם. איז ביעטרייס וועבער נאך דארט? מען הערט נישט פון זיי און מען ווייסט נישט

קוקט מיר אויס איינער וואס איז אין די קאמיוניטי קען נישט/וויל נישט זיך ארויסשטעלן פייטן, איינער וואס איז שוין אינדרויסן איז געווענטליך אינטערעסירט צו ארבייטן אויף זיין אייגענע סוקסעס אין נישט זיין פארנומען א גאנצען טאג פייטן די קאמיוניטי וואס ער האט פארלאזט, און אפילו אויב ער פייט יא אביסל וועט ער שנעל אויסגעברענט

אין לנו להישען אלא על אבינו שבשמים
איר האט מעגליך נישט געקוקט די דרשה פון ליז קרוגער דא אין דעם שנירל, זי, און שעילי מייער האבן שטארק מוחה געווען און זענען בשליחות פון יאפעד, איינע פון זייערע עלייס.

זייער טוויטער פאלוי איך נישט זייער, אבער זייער בלוסקיי יא, איך געדענק זיי האבן זיך יא געלאזט הערן, אויף אימעיל זיכער, די הויפט נייעס און באריכטן האבן זיי געמאלדן דארט, קוק מיי געלען בילד, דאס איז געווען אטשעדט צו יענע אימעיל, און ווען ס'האט פאסירט, האט עדינה, די יעצטיגע סי אי או געגעבן א פרעסע סטעיטמענט וואס זי האלט.

געווען עטליכע JTA און טיימס באריכטן אין די נייעס. ווי בכלל עקספעקסטו עס צו באקומען? קול מבשר? עמי?

ס'קומט נאך א בריוו אויף פאסט, כ'ווייס נישט צו דו באקומסט עס, צו דו קוקסט פאסט בכלל אבער ווער עס וויל עס ליינען קען עס ליינען

זיי האבן טאקע נישט אזויפיל שטימעס ווי אמאל, אבער זיי האבן א גוטע לאביאיסט, און ער טוט אסאך פון די טאלקינג, נישט אלעס פון ביהיינד די סינס קען מען ארויסגעבן אבער זיי האבן סופארט, און נישט יעדע זאך אויף וואס מ'ארבעט, קומט פאר אין די פובליק איי, רוב נישט
 
בקיצור, ס'הענגט אין די לופטן און סאטמאר אהרן, קאשוי, און שאפראן האט נישט וואס צו טוהן מיט אפאר טויזנט קינדער און מ'דארף זיך פרייען מיט אבי שיק.
על משמר החינוך - דער לעגאלער קאמף אין איר פאקטישע פאזע!

היינטיגן מאנטאג גייט דער קאמף קעגן גזירת החינוך אריין אין א נייעם שטאפל בעזר ה'.

נאך וואס ניו יארק סטעיט האט באשטימט אז די 6 נאן-עקוויוועלענט מוסדות וועלן אראפגיין פון די ליסטע פון מוסדות און מער נישט אנערקענט ווערן ביי די סטעיט אלס אן עקזיסטירנדער סקול, אויף אזוי ווייט אז זיי לאזן זיי ניטאמאל אויסקלויבן די נייע סארט "אסעסמענטס" לויט די פרישע אלבאני געזעץ, איז געווארן אונטערגענומען א לאנג-ערווארטעטע און לאנג-אויסגעארבעטע שריט אויפן לעגאלן פראנט, ווען 3 פון די מוסדות האבן אריינגעגעבן א קלאגע אין די סטעיט סופרים קאורט קעגן די עדיוקעישן דעפארטמענט.

די 3 מוסדות זענען די מוסדות פון סאטמאר בארא פארק, שיכון-סקווירא מוסד אין בארא פארק, און סקווירא אין וומסב"ג.


די קלאגע, אריינגעגעבן געווארן דורכ'ן גרויסן לויער סטיוו בארשאוו, און באגלייט דורך נאך אויסגערופענע אדוואקאטן, איז באזירט אויף 2 לעגאלע טענות:

1) נייע געזעץ - ס'איז שוין דא א נייע געזעץ וואס איז געווארן דורכגעפירט אין אלבאני, און דאס וואס די עדיוקעישן דעפארטמענט גיבט נישט די מעגליכקייט פאר די 6 מוסדות צו קאמפלייען לויט די נייע געזעץ איז בלויזע האס, זיי דארפן לעגאל צושטעלן דעם אפציע. בפרט ווען די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט זעלבסט האט מודה געווען אז זיי קענען נישט 'צושפארן' קיין סקול - עפעס וואס דער קאורט אוו אפיעלס האט אויך באשטעטיגט אין זייער אורטייל פאריגע וואך קעגן פערלס - און ממילא דארפן די 3 'סקולס' ווייטער זיין בארעכטיגט צו נוצן יעצט די נייע געזעץ.

(אויף די לעכערליכע טענה פון די עדיוקעשאן דעפארטמענט אז די סקול איז גענצליך 'אויס סקול', וויבאלד ס'איז דערקלערט נאן-עקוויוועלענט און דעריבער מער נישט קיין "עדיוקעישאן סקול" - עפעס וואס איז, ווי געזאגט, א אפענע סתירה מיט אירע אייגענע ווערטער אין געריכט, און אויטאמאטיש אויך מיט'ן קאורט אוו אפיעלס אורטייל - ווערט אנגעוויזן אז אין דעם נייעם געזעץ שטייט עטליכע מאל אז "א נאן-פאבליק סקול" קען אויסקלויבן די אסעסמענטס וכדו', אן זאגן אז ס'דארף זיין דוקא אן "עדיוקעישאן סקול".)


2) פעלדער געזעץ - אויך ווערט יעצט צום ערשטן מאל אויפגעברענגט די יסודות'דיגע טענה אז די קאמישאנער האט געפעלשט דעם פעלדער אמענדמענט. דאס הייסט, אז די גאנצע רעגולאציעס פונעם עדיוקעישן דעפארטמענט איז נישט מחייב די חרדי'שע "פעלדער מוסדות", זינט די פשט פונעם קאמישאנער אינעם פעלדער אמענדמענט אז די דערמאנטע לימודים זענען "א צוגאב" איז פאלש, באמת האט די פעלדער אמענדמענט געדארפט "אראפנעמען" פילע פובליק סקול סובדזשעקטס, און אויך דארף דער עדיוקעישאן דעפארטמענט נעמען אין באטראכט די "גאנצע" עדיוקעישאן אין א פעלדער סקול, אריינגערעכנט לימודי קודש, עפעס וואס זי האט בכלל נישט געטון.

דעריבער ווערט פארלאנגט אז דער געריכט זאל מבטל זיין די "נאן עקוויוועלענט" דעקלעראציע פון די סטעיט.

אויסער די עצם קלאגע איז אויך מיטגעקומען א בקשה פאר אן עמערדזשענסי TRO וואס מען האפט אז דער געריכט וועט שענקען, צו אפהאלטן די סטעיט פון יעצט דערקלערן אז די מוסדות זענען מער נישט אנערקענט, ווי זיי האבן שוין ארויסגעשריבן אין די בריוון וואס זיי האבן געשיקט צו אלע עלטערן וועלכע געניסן פון ספעשל עד אז זייערע קינדער וועלן מער נישט זיין געדעקט אויב שיקן זיי ווייטער אין די 6 מוסדות.

עס איז אלעמענס האפענונג און יעדנס תפילה צו השי"ת, אז דורכ'ן לעגאלער קאמף פון די 6 מוסדות זאל יעצט שוין קענען ארויסקומען א קלארקייט צו אפשלאגן דעם גאנצן גזירת החינוך פון אלע מוסדות התורה אין ניו יארק, אין איינקלאנג מיט די פאזיטיווע געזעצן וואס דאס יהדות החרדית האט ב"ה דערגרייכט אז די געזעצגעבער זאלן אדורכפירן, און די סטועיט עדיוקעישן דעפארטמענט זאל שוין ענדליך מוזן איינזען אז ס'איז צייט אנצוהייבן טוישן דירעקציע און אראפגיין פון בוים, ווייל דער יעצטיגער דירעקציע אז כלל ישראל זאל ח"ו טוישן זייער חינוך גייט אין קיין פאל נישט פאסירן בעז"ה, כי עם קשה עורף הוא.

אנו למערכה ולה' הישועה.
 
Back
Top