Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
יאפ, די סטעיט איז שוין געווען סך שטרענגער, און אין אנהייב האט אהרן זיך נאך געפרייט אז פעלדער האט עס "געמאכט" יעצט איז קעגן אלעס וויל ווערן געבריפט אויף אלעס ווייל ער זעהט איין אז ס'ווערט נאר מער קאמפליצירט.קען זיין דאס וועט בעקפייערן אדער ווערן גטשעלענדשעד אין קאורט פאר נאך אפאר יאר, מדארף ווארטן אויף וויאזוי די סטעיט וועט אפלערנען די געזעץ
די ארגינעלע געזעץ איז געווען אז די אחריות ליגט אויפן לאקאלע סקול דיסטריקט, דאס איז געווען נפתלי מאסטער ערשטע מהלך גיין צום עדיוקעשאן קאמישינער פון די סיטי
איז געקומען די פעלדער געזעץ אין עס געשטופט צו די סטעיט און ארויפגעלייגט די אחריות אויפן סטעיט עדיוקעישאן קאמישינער, וואס דאס איז געווען א טעות מצד די מוסדות ווייל למעשה איז די סטעיט זייער שארף געווען מיט די סאבסטענשאל עקיווילינסי געזעץ
למעשה מיט די נייע געזעץ האלטן לויערס אז מען האט אוועקגענומען די מאכט פון די סטעיט קאמישינער קוק דא
לאו דוקא, אין א וועג קען מען שפעקיולירן פארקערט, אז די קאורט האט נארוואס געענדיגט איין קעיס, און קען גראד הערן די נעקסטע,אזוי צי אזוי האט די געזעץ געגעבן אסאך צייט און אפארטאניטיס זיך צי שלאגן אין קארט אויף אסאך זאכן אז די אקטיוויסטן און די סטעיט וועלן אויסלויפן פון געדולד און אראפקריכן פון די נושא, קוק וואס איז געשען מיט נפתלי אליין
די קאמישינער בלייבט אויך נישט אויף איר פאזיציע פאר אייביג, די נעקסטע קאמישינער וועט זעהן אז דאס איז א שווערע מערכה און עס שטופן אונטער׳ן באס
בקיצור, ס'הענגט אין די לופטן און סאטמאר אהרן, קאשוי, און שאפראן האט נישט וואס צו טוהן מיט אפאר טויזנט קינדער און מ'דארף זיך פרייען מיט אבי שיק.
איר האט מעגליך נישט געקוקט די דרשה פון ליז קרוגער דא אין דעם שנירל, זי, און שעילי מייער האבן שטארק מוחה געווען און זענען בשליחות פון יאפעד, איינע פון זייערע עלייס.ונזכה ונחיה ונראה
קיין גרויסע האפענונגען לייג איך שוין נישט אויף יאפפע״ד. ווי זענען זיי געווען בשעת׳ן מאכן די געזעץ יעצט? מען האט קיין פיפס נישט געהערט פון זיי, זייער טוויטער פיעד איז געווען טויט. נישט געווען קיין מערכות אין אלבאני אין נישט אין סיטי האלל. די זאגסט זיי האבן געלט, אבער מען דארף האבן אקטיוויסטן און מויל מאכער און מענטשן וואס עס גייט זיי בנפשם. איז ביעטרייס וועבער נאך דארט? מען הערט נישט פון זיי און מען ווייסט נישט
קוקט מיר אויס איינער וואס איז אין די קאמיוניטי קען נישט/וויל נישט זיך ארויסשטעלן פייטן, איינער וואס איז שוין אינדרויסן איז געווענטליך אינטערעסירט צו ארבייטן אויף זיין אייגענע סוקסעס אין נישט זיין פארנומען א גאנצען טאג פייטן די קאמיוניטי וואס ער האט פארלאזט, און אפילו אויב ער פייט יא אביסל וועט ער שנעל אויסגעברענט
אין לנו להישען אלא על אבינו שבשמים
על משמר החינוך - דער לעגאלער קאמף אין איר פאקטישע פאזע!בקיצור, ס'הענגט אין די לופטן און סאטמאר אהרן, קאשוי, און שאפראן האט נישט וואס צו טוהן מיט אפאר טויזנט קינדער און מ'דארף זיך פרייען מיט אבי שיק.