אלפ"י זה"ב

יעצט געענדיגט ליינען, אוי מיין גאט! איי'ם שפראכלאז!

אביסל בינעך גראדע צומישט, עס הייבט זיך אן ביי די בית יוספ'ס קשיא אינמיטן א טבת נאכט (שוין נאך חנוכה לכאורה), אויף איינמאל בענטשט מען שוין ר"ח ניסן און מען מאכט פסח'דיג, און איידער וואס-ווען-וואו טרעפט מען זיך פארן אין קעמפ... און וואו קען מען דינגען א האנדא סיוויק? לויט מיין ידיעה קען מען נישט דינגען קיין האנדא אויטאס אין ערגעץ נישט.

שפעטער האב איך מיר געכאפט אז די נעמען, פלעצער, וכו' זענען פיקטיוו כדי צו היטן אויף די פריוואטקייט פון די באטרעפנדע, וכדי לערבב את השטן, אבער די ריכטיגע נעמען ליגט ערגעץ אין רעדאקציע.

אונטערשטע שורה בין איך געווארן אביסל אנגעצויגן און עקסייטעד פון די באשרייבונג, איך האב געהאפט אז דא גייט פאסירן א מזל טוב און א בילד פון נחום און שיינדי וועט ארומפארן אויף די חתן וכלה גרופעס...

נו שוין, אפשר אין חלק שני.

א עקסטערע לייק פאר דעם קעפל "אלפי זהב". זייער פאסיג!!

און מזל טוב פאר'ן טויזענטער.
 
Back
Top