אלס ארום הערן מוזיק אין ספירה

דו הערסט מוזיק אין ספירה?

  • יא

    Votes: 41 69.5%
  • ניין

    Votes: 18 30.5%

  • Total voters
    59
אין משנה ברורה שטייט טאקע אז ביז ראש חודש גייט נישט אן דעי אלע ספירה הלכות, וכן נוהגין אחינו בני ליטא.
מדינא האלט מען נישט די גאנצע ימי הספירה, נאר אדער פון פסח ביז ל"ג אדער פון ר"ח אייר ביז שלשת ימי הגבלה וכן נוהגין חלק ניכר מכלל ישראל שעושין חתונות עד בדר"ח אייר [ולפעמים אפילו ועד בכלל].

די "מנהג" פון גאנץ ספירה איז עפ"י קבלה וואס אויב אזוי דארף עס צו כולל זיין אויך שלשת ימי הגבלה
מונח בזכרוני אז ערגעץ אין ק"ש האבן מיר שוין גערעדט איבער דעם
 
ס'איז ממש א קידוש ה' ווי מ'זעהט ווי אזוי פיהל אידן האבן אזעלכע בחן'טע ספירה בערד'לעך...
די בארדיטשוב'ער וואלט זיך מחי' געוועהן....
 
על פי הלכה טאר מען נישט הערן קיין מוזיק א גאנץ יאר, סאו ספירה גייט מען צוויי מאל אין גהנם פארן הערן מוזיק?
 
על פי הלכה טאר מען נישט הערן קיין מוזיק א גאנץ יאר, סאו ספירה גייט מען צוויי מאל אין גהנם פארן הערן מוזיק?
פארקערט ס'ווערט מותר ווייל אין איסור חל על איסור

צוויי נעגאטיווס איז א פאזיטיוו...

ספירה וואלט מען געדארפט ענדערש מעגן ווי א גאנץ יאר...
 
איך זאג פאר מיין ווייב נאר צו הערן גויאישע מוזיק, טאקע וועגן אין איסור חל על איסור.

ספירה וואלט מען געדארפט ענדערש מעגן ווי א גאנץ יאר
לויט דעם דארף איך איר זאגן נאר צו הערן גויאישע א גאנץ יאר.
 
איך זאג פאר מיין ווייב נאר צו הערן גויאישע מוזיק, טאקע וועגן אין איסור חל על איסור.

לויט דעם דארף איך איר זאגן נאר צו הערן גויאישע א גאנץ יאר.
This is what you are saying to your wife, and what do you do for yourself?...
 
@Whats up
דא איז פאר טשעטן.
אדער קום אריין אין אישי און איך וועל פרובירן ענטפערן אלע קשיות.

איך וויל נישט פארדרייען די שמועס מיט קורצע מעסעדשעס אהין און צוריק. סשטערט די פלאָו...
 
ווייס איך נישט צו עס באלאנגט דא אדער אין דעם אייוועלט שנירל - איינער רעדט זיך אפ אויפן פענאמען פון 'הלכה'לאזע אידן' וואס האבן נישט קיין פראבלעם אויסצוהערן מוזיק אין ספירה רח"ל (רעדענדיג ספעציפיש פון ארי סאמעט'ס נייע אלבום וואס דער עולם הערט בגדול)..

לכבוד ספירה: ספירה טעיפס! - אידישע וועלט פארומס

עמער נישט רעדן פון דעם אז יענער זאל בעסער אדורכטון 'הלכה' איידער ער רעדט פון 'הלכה'לאזיגקייט'..
 
אזעלכע קליינע קינדער דארט!
 
3G אינטערנעט, מיט ווארימע קאוק, איז אויך אויפן מעניו..
איך האב געהערט פון א איבערלעבער אז זיי סערווירן ווארימע סעלצער אין א פאום קאפ! און די "שיינע" אידן באקומען הייסע סעלצער אין א זילבערנעם בעכער
 
ס'איז אינטערעסאנט וויאזוי די אידישע מוזיק וועלט טוישט זיך, ביז עטליכע יאר צוריק זענען נישט ארויסגעקומען קיין ניגונים מיט מוזיק פון אסרו חג פסח ביז די שלושת ימי הגבלה (אחוץ ל"ג בעומר פארשטייט זיך), די לעצטע 2-3 יאר האט אנגעהויבן ארויסצוקומען געהעריגע מוזיק פון חסידישע זינגערס בעיקר פון נאך ל"ג בעומר אבער ס'דא וואס זענען ארויסגעקומען אין די ערשטע האלב פון חודש אייר.

לכאורה ביז אפאר יאר גייט אפיציעל ארויסקומען מוזיק טרעקס אגאנץ ספירה.
 
איך האב געהערט פון א איבערלעבער אז זיי סערווירן ווארימע סעלצער אין א פאום קאפ! און די "שיינע" אידן באקומען הייסע סעלצער אין א זילבערנעם בעכער
איך האב גראדע געהערט אז פאר די שיינע אידן גיבט מען ווארימע מילך אין א זילבערנע בעכער....

(שוין איי געס ס'ווענד זיך פון וועלכע קרייז מ'קומט...)
 
Back
Top