אלטע טאהשער פאליטיק

יא, עס איז דא צווייטע סקול מיטן נאמען בנות ישורין, א הערליכע שיינע מוסד
איז עס היינט בנשיאות די רבי אדער איז דא דארט 2 קהילות
קען איינר מרחיב זיין אין די הנהגת השטעטל? טייט ווי סקווירא ברייט ווי קר"י אדער עפעס אינצווישען?
איז אמת אז עס דא דארט א קהילה/חבורה פון פאפא & מהרז"ל איז עס בתי מדרשים אדער נאר א leatherhead ?
 
די צווייטע קהילה גייט אן מיט א שטארקייט, אן קיין רבי און אן קיין מחלוקת קעגן די צענטראלע קהילה,

א גרויס פראצענט יודן פון די צווייטע קהילה וואוינען אונדרויסן פון שטעטל וואס האלט שוין היינט ביי איבער 100 תושבים, מיט אפאר בתי מדרשים

סאטמאר מהרז"ל האט א שיינע בית המדרש וואס איז בעיקר א היכל התורה פאר ביינאכט, יעצט ווען די רבי איז נישט אין שטאט פראווענען זיי שלש סעודות אויך

טאהש איז היינט א הערליכע ליפטיגע שטאט נישט טייט און נישט לאאז, געשמקע אטמאספער מיט אפציעס פאר יעדע סארט חסידישע יוד
 
שלום עליכם!
ווער שטייט אונטער דעם?
לעת עתה איז די שיינע יוד הרב מיילעך מערץ שליט"א א איידעם ביי רבי הערשל פיש נכד הרה"ק מטאהש

די דיין די לעצטע פאר יאר הרב טייטלבוים האט זיך געצויגן קיין קרית יואל האט רב מערץ איבערגענימען
 
רבי הערשל איז טאקע רבי פאר זיך אבער כ"ז ער איז געוועהן אין טאהש איז ער געוועהן נכנע צום פעטער, אויב אזוי איז נישט מסתבר אז די מוסד פון זיין איידעם איז אנטי די רבי, ס"ה א צווייטע פריוואטע מוסד, פון די אנגעגעבענע מעשה פריער האב איך פארשטאנען אז ס'איז א מערכה קעגן די קהלה און די דעמאלסטיגע רב
 
ייש"כ פאר דיינע קלארע תשובות יהא בואכם לברכה

די צווייטע קהילה גייט אן מיט א שטארקייט, אן קיין רבי און אן קיין מחלוקת קעגן די צענטראלע קהילה,
פון די אמאליגע מתנגדים זענען נאך געבליבען תושבים?
א גרויס פראצענט יודן פון די צווייטע קהילה וואוינען אונדרויסן פון שטעטל וואס האלט שוין היינט ביי איבער 100 תושבים, מיט אפאר בתי מדרשים
אין שטעטל איז דא נאך א קביעות'דיגע ביהמ"ד חוץ ביהמ"ד הגדול & אברכים?
סאטמאר מהרז"ל האט א שיינע בית המדרש וואס איז בעיקר א היכל התורה פאר ביינאכט, יעצט ווען די רבי איז נישט אין שטאט פראווענען זיי שלש סעודות אויך

טאהש איז היינט א הערליכע ליפטיגע שטאט נישט טייט און נישט לאאז, געשמקע אטמאספער מיט אפציעס פאר יעדע סארט חסידישע יוד
 
רבי הערשל איז טאקע רבי פאר זיך אבער כ"ז ער איז געוועהן אין טאהש איז ער געוועהן נכנע צום פעטער, אויב אזוי איז נישט מסתבר אז די מוסד פון זיין איידעם איז אנטי די רבי, ס"ה א צווייטע פריוואטע מוסד, פון די אנגעגעבענע מעשה פריער האב איך פארשטאנען אז ס'איז א מערכה קעגן די קהלה און די דעמאלסטיגע רב
די מוסד און צווייטע קהילה האט זיך געפענט בשעת די מחלוקת אבער היינטאיז נישטא עכט קיין פאליטיק, קיינער פון די נייע קהילה האט נישט קיין פראבלעם צו גיין צו טישן פון די נייע רבי וכו'

אוודאי איז די רבי נישט ארויפגעקוקט, א גרויס טייל זענען פארווייטאגט אבער מען לעבט באחדות די בעסטע מעגליך

מצד די צענטראלע קהילה איז יא דא קליינע מערכות, ווי נישט געבן עליות ווער עס וואוינט אונדרויסן, אדער אסאך וועלן נישט אריינצוגיין אין די נייע קהילה׳ס בית מדרש וכו, אבער מצד די אפגעטיילטע יודן איז נישטא קיין מחלוקת

ווען רבי מיילך האט חתונה געמאכט נישט לאנג איז 99% קהילה געווען מיט בגדי שבת
 
אין שטעטל איז דא נאך א קביעות'דיגע ביהמ"ד חוץ ביהמ"ד הגדול & אברכים?
עס איז דא א אפיציעלע בית המדרש אין שטעטל פון די נייע קהילה מיט מנינים און שיעורים א גאנצן טאג (מען ריפט עס 555 לויטן אדרעסס)

מנחה מעריב יעדן טאג און שב"ק איז דא אונדרויסן נאך בתי מדרשים
 
עס זייער אינטערעסאנט צו הערן די דעטאלן און די מעשיות,
שכח @הורקינוס פארן נעמען די צייט און מי צו אראפ שרייבן אזוי הערליך,
מיר קוקן ארויס אויף די איבריגע.
 
ס'איז אינטערעסאנט ווי די מאכסט א געמישאכטס פון עטליכע זאכן
ס'דא א ביהמ"ד וואס ווערט גערופן 555
ס'דא א סקול בנות ישורין
ס'דא אסאך משפחות וואס וואוינען אין די טאהשע אומגעגענט
סאטמאר מהרז"ל האט א היכל התורה וואס אפיציעל האט מהרז"ל עס נאר געלאזט עפענען אויב ס'נישט א ביהמ"ד נאר א היכל התורה
די גיבסט אזא מיש צוזאם כאילו מ'רעדט דא פון 100 משפחות וואס וואוינען און די אומגעגענט פון טאהש, שיקן אין בנות ישורין סקול, און דאווענען אין 555.
ס'דא מענטשן וואס זענען אזוי, אבער ס'דא איבער גענוג וואס פיטן נאר איינס אדער צוויי פון די קאטעגאריעס
נישט אז ס'מאכט שטארק אויס נאר קוק אין מיין חתימה
 
בד"וו
שלום עליכם הרב @מארמאראשער
ביסט ניי דא אדער ס'נאר א נייע ניק?
איך פרעג נאר ווייל דיין אלע מעססעדזשס זענען אין די שנירל
 
די מוסד און צווייטע קהילה האט זיך געפענט בשעת די מחלוקת אבער היינטאיז נישטא עכט קיין פאליטיק, קיינער פון די נייע קהילה האט נישט קיין פראבלעם צו גיין צו טישן פון די נייע רבי וכו'

אוודאי איז די רבי נישט ארויפגעקוקט, א גרויס טייל זענען פארווייטאגט אבער מען לעבט באחדות די בעסטע מעגליך

מצד די צענטראלע קהילה איז יא דא קליינע מערכות, ווי נישט געבן עליות ווער עס וואוינט אונדרויסן, אדער אסאך וועלן נישט אריינצוגיין אין די נייע קהילה׳ס בית מדרש וכו, אבער מצד די אפגעטיילטע יודן איז נישטא קיין מחלוקת

ווען רבי מיילך האט חתונה געמאכט נישט לאנג איז 99% קהילה געווען מיט בגדי שבת
פון ביידע זייטן קריגט מען זיך נישט
ס'דא גאנצע 10 מענטשן (בערך) וואס זענען נאך פארנומען מיט די אלטע נארישקייטן
מצד די צענטראלע קהילה איז געבליבן די אלטע זאכן וואס ס'באדערט קיינעם נישט גענוג שטארק צו טוישן

די גיין מיט בגדי שבת איז אן אלטע משוגעס אין טאהש אז יעדע אור אור אור אור אייניקל פון די פאריגע רבי וואס מאכט חתונה א אור אייניקל גייט מען שבת'דיג
ס'נישט ממש א שלעכטע זאך וואס מ'דארף אויסרייסן ס'איז סתם א זאך וואס ס'איז געבליבן פון ווען חסידים זענען געגאנגען זיך מיטפרייען מיט זייער רבי'ס שמחה
 
עס איז דא א אפיציעלע בית המדרש אין שטעטל פון די נייע קהילה מיט מנינים און שיעורים א גאנצן טאג (מען ריפט עס 555 לויטן אדרעסס)

מנחה מעריב יעדן טאג און שב"ק איז דא אונדרויסן נאך בתי מדרשים
כמעט צו יעדן וואס איך רעדט וואס דאווענט דארט, רעדט זיך זייער שטארק אפ, איז די מצב דארט ממש שלעכט און אומבאטעמט? אדער מ'רעדט זיך אפ די זעלבע ווי יעדע אנדערע ביהמ"ד?
 
  • לייק
רעאקציעס: BE'H
געהערט: סקומט זיך אסאך קרעדיט פאר ר' מיילך פאר שלום מאכן מיט זיינע מתנגדים צו זיי נאכגעבען אנשטאט צו אינטערדרוקן.

פון שלום מאכן האט מען נאר ריווח!
 
כמעט צו יעדן וואס איך רעדט וואס דאווענט דארט, רעדט זיך זייער שטארק אפ, איז די מצב דארט ממש שלעכט און אומבאטעמט? אדער מ'רעדט זיך אפ די זעלבע ווי יעדע אנדערע ביהמ"ד?
די קהילת המתנגדים באשטייט פון 2 גרופעס א חלק זענען געווען די פרומע יונגעלייט א שיין חלק פון זיי נ.ק. געשטימט וואס זענען געווארן אנגעווייטאגט אויף די קהילה ביי די פרשה מיטן פארשפארן די כולל פון ר' אברהם כ"ץ און די צווייטע גרופע זענען געווען מער בעל הבתישע יונגעלייט וואס זענען געווארן אנגעווייטאגט ווען די ניימאנן'ס זענען געווארן ארויסגעווארפן
פארשטייט זיך אז עס איז געווען נאך וואס זענען אנגעקומען אהין פאר סיי וועלכע סיבה אבער מער ווייניגער איז דאס געווען די עולם,
די ביהמ"ד איז געווען אלע יארן גאר א געשמאקע פלאץ ווי בעצם און אנדערע פלעצער וואלט געווען שווער פאר א קליינע ביהמ"ד מיט ארום 100 מתפללים מיט אזא שארפע קאנטראסט און די עולם צו זיך אויסקומען מיט אזא אחדות
בנוסף צו דעם האט און יענע יארן די דאווענען און ביהמ"ד הגדול גענומען זייער לאנג און א גרויסע נייטראלע עולם איז געקומען דאווענען דארט שבת ווי א געווענליכע שבת איז געווען 3 מנינים
די לעצטע פאר יאר זייט מען האט אנגעהויבן א מנין און אבריכים שבת זענען אלע נייטראלע אהין געגאנגען און אין עס האט זיך אנגעהויבן א ווינט פון קויפן הייזער אין די געגנט אינדרויסן פון שטעטל ארום 80 יונגעלייט האבן זיך ארויסגעצויגן און אנפאנג פלעגן זיי אריינוואקן שבת מיט די צייט האבן זיי זיך געבויט א ביהמ"ד מיט א מקוה אן אנגעפאנגען צו מאכן מנינים מנחה מעריב מיט שיעורי תורה אינדערוואכן איז אויסגעקומען אז א גרויס חלק פון די בעל הבתישע עולם האט אויפגעהערט דאווענען און 555 און די פרומע/עקסטרעמיסטן זענען געווארן א גרויסע רוב אין ביהמ"ד און די א חלק פון די עולם האט אנגעהויבן פילן אומבאקוועם דארט און זיי זענען אריבער און אבריכים אדער צו שלמה ראטער איז עס געבליבען זייער אויסגעשפילט גי לעצטע 2 3 יאר בפרט נאכדעם וואס ר' סענדר משה טייטלבוים די דיין אין ביהמ"ד האט זיך געצויגן קיין קר"י
 
די מוסד און צווייטע קהילה האט זיך געפענט בשעת די מחלוקת אבער היינטאיז נישטא עכט קיין פאליטיק, קיינער פון די נייע קהילה האט נישט קיין פראבלעם צו גיין צו טישן פון די נייע רבי וכו'

אוודאי איז די רבי נישט ארויפגעקוקט, א גרויס טייל זענען פארווייטאגט אבער מען לעבט באחדות די בעסטע מעגליך

מצד די צענטראלע קהילה איז יא דא קליינע מערכות, ווי נישט געבן עליות ווער עס וואוינט אונדרויסן, אדער אסאך וועלן נישט אריינצוגיין אין די נייע קהילה׳ס בית מדרש וכו, אבער מצד די אפגעטיילטע יודן איז נישטא קיין מחלוקת

ווען רבי מיילך האט חתונה געמאכט נישט לאנג איז 99% קהילה געווען מיט בגדי שבת
איך וואלט געזאגט אנדערש אונטער די דרייסיג האבן רב פון די נייע קהילה נישט קיין פראבלעם צו גיין צו זיינע טישן/חתונות העכער די דרייסיג האבן רוב יא א פראבלעם
די נאמבער פון %99 וואס די געבסט אן איז זייער איבערגעטריבן לכאורה זענען ווייניגער ווי %50 געגאנגען
 
רבי הערשל איז טאקע רבי פאר זיך אבער כ"ז ער איז געוועהן אין טאהש איז ער געוועהן נכנע צום פעטער, אויב אזוי איז נישט מסתבר אז די מוסד פון זיין איידעם איז אנטי די רבי, ס"ה א צווייטע פריוואטע מוסד, פון די אנגעגעבענע מעשה פריער האב איך פארשטאנען אז ס'איז א מערכה קעגן די קהלה און די דעמאלסטיגע רב
ס'איז אביסל שווער מסביר זיין די דיינעמיקס פאר א דרויסענדיגער אבער איך וועל פרובירן
די מוסד האט זיך געפענט מיט יודן וואס זענען געווען שטארק אנקעגען די היינטיגע רבי דעמאלטס די רב קיינער פון די יודן האט נישט געטוישט זיין מיינונג נאר עס איז פשוט נישט נוגע ווייל די מחלוקת איז שטיל עס איז נישט נוגע כמעט אינערגעץ
אלימלך מערץ איז שיינע יוד און 555 די מוסד איז בכלל נישט אונטער אים און רוב פון די בני הקהילה זענען בכלל נישט נכנע אונטער אים ס"ה זאגט ער של"ש תורה און דאווענט פארן עמוד די שיינע תפילות און 555 וואס אגב כהיום דאווענען דארט נישט מער ווי %30 פון די יודן וואס געהערן אפציעל צו די קהילה
 
Back
Top