אליעזר קרויס

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
719
רעאקציע ראטע
3,361
אליעזר קרויס איז א הוגה דעות אויף קול מבשר.
ער איז גאר א אינטערסאנטער קערעקטער, אביסל ווי טראמפ, און דאס שאפט עים געשוואוירענע פענס און פארשטייט זיך שונאים אויכט.
אויכט האט ער אויפגעשטעלט מוסדות אהבת שלום אין מאנסי, וואס איז א מוסד פאר אנטי-וואקסערס.
איך קען אים נישט גענוג אויף צום באשרייבן, זאלן די וואס קענען עים אביסל מספיד זיין.
עניוועי די סיבה איך ברענג דא ארויף איז ווייל ער האט גערעדט די וואך אויף קולמע אקעגן די קוריאזע השומרים קארדס, וואס דאס איז א new high אויף קולמע וואסער (דאכטזיך) זיי פלעגן קיינמאל נישט לאזן רעדן אקעגן אנדערע בכלל, און זיכער נישט אקעגן א היימיש/עקסטרעמיסטישע ארגינעזאציע.
 
לעצט רעדאגירט:
ער איז אמאל געווען א היפשע שטיצער פאר השומרים. ווייס איך נישט צו ער איז בכלליות געווארן אפגעקילט, אדער השומרים איז שוין אפילו לויט אים אריבער אלע גבולים.
 
שוין אויסגעהערט עטליכע מאל און גאנץ גוט הנאה געהאט, ווען מען נעמט מיט א שוואגער אין די קאר און מען קען נישט אויסהערן דזשאו ראוגען איז אליעזר קרויס אויך גוט 😏
 
ווי איך פארשטיי איז ער געווען מיט השומרים אויף אלע זייערע עקסטרעמע איידיען כלפי סמארטפאונס, נאר וויבאלד לעצטנס האבן זיי אנגעהויבן א קאמף מיט די אומשולדיגער קווין פאון, האט ער פארלוירן געדולד צו זיי.
 
יעך האב קיינמאל אין מיין לעבן נישט געהערט דעם נאמען. איי געס איך דארף מער ארויגיין אויף קול מבשר (קולמע וואסער. ווי @קהל׳ס נער רופט עס)
 
וועם דען הערסטו אין קאר?
דזשים אגאסטא
דענע באש
דזשאן בערמאן
וואלף בליצער
קעיט באלדווען
ענדערסאן קופער
דזשעיק טעפער
שאן הענעטי
מארק לעווין
דעינא פארינאו
וכו'
 
לעצט רעדאגירט:
שוין בעסער טאקע צו הערן לעיזער קרויס...
הייבט זיך אן א מעשה, לינקס רעכטס. דאס איז לעבעדיגע דאבאטעס. וועלן מיר בעטן @מחנים און @קרעמל צו עפענען א פארום פאר די זאכענעס. וועט מען עס דארט קענען דעבאטירן.

אבער איין זאך זעה איך שוין אז איך האב אריין געביסען אין אנעפעל וואס איז לינקס.
 
לעצט רעדאגירט:
מיין פראבלעם מיט אים איז, ער האט א מיינונג אויף אלעס. אויב איינער זאגט ער פארשטייט צו ביזנעס, פיין. השקפה, פיין. פאליטיק, פיין.

אבער אלעס??? אליעזר קרויס פארשטייט ווער עס דארף נעמען וועלכע מעדעצין, פאליטיק, פיסכעלאגיע, קאנספיראציע, עקענאמיע און בודזעטינג, האוזינג, השקפה, טעכנעלאגיע.

א קורצ-קעפיגע קליין קינד
 
די דזשעק אף אלל טרעידס די מעסטער אף נאן
 
פלעג איך טאקע אמאל קענען דעם כאראקטער, נאך לאנג פאר די לעיזער קרויס פעסודאנעם איז ערשאפן געווארן. א גרויסע חכם אבער אייביג מיט א טוויסט. געווענליך מער באהאווענט ווי דער צד וואס ער פארמעסט זיך מיט. טראץ וואס איך בין נישט קיין חסיד אדער אנהענגער אדמיט איך אז ער איז געווען אונטערהאלטענד און ער האט מיר אפט געמאכט שמייכלען מיט זיינע ערפינדענע חכמה'לעך.

נישט שיין אראפ צו קלאפן איינעם מיט סתם א כלל. אפשר ווייסט ער טאקע אלעס?
 
דזשים אגאסטא
דענע באש
דזשאן בערמאן
וואלף בליצער
קעיט באלדווען
ענדערסאן קופער
דזשעיק טעפער
שאן הענעטי
מארק לעווין
דעינא פארינאו
וכו'
זאג עס נישט אין געגענווארט פון דיינע קינדער, זיי וועלן די נאך איינשפארן אין א מושב זקינים
AM ראדיאו ווייבס😂
 
מיין פראבלעם מיט אים איז, ער האט א מיינונג אויף אלעס. אויב איינער זאגט ער פארשטייט צו ביזנעס, פיין. השקפה, פיין. פאליטיק, פיין.

אבער אלעס??? אליעזר קרויס פארשטייט ווער עס דארף נעמען וועלכע מעדעצין, פאליטיק, פיסכעלאגיע, קאנספיראציע, עקענאמיע און בודזעטינג, האוזינג, השקפה, טעכנעלאגיע.

א קורצ-קעפיגע קליין קינד

וואס איז ער אנדערש ווי Joe Rogen, בען שפירא, Destiny, וכל חניכא דאית להו, וואס נעמען אויך א שטעלונג אין יעדע מעגליכע נושא?

דאס איז א קאמענטירער, ער שרייט, בריקעוועט, האקט, רעגט זיך, און האפט אז איינער וועט אים נעמען ערנסט.

למעשה גערעדט, זיינע מיינונגען זענען על פי רוב שכל הישר, און עס איז געזונט צו האבן (כאטש) איין אזא פובליק מענטש אין כלל ישראל.
הכלל, ער טראכט פשוט ארויס פון די באקס - און דאס האט אים צוגעברענגט נישט צו גלייבן אין קיין שום באקס - וואלט ער ווען געווען סעקולאר וואלט ער לכאו' מער פארשטאנען זיינע גבולות..
 
ניין, ראוגען נעמט נישט קיין שטעלע אויף יעדע זאך.

יא ער האט מיינונגען, אבער ער זאגט נישט ווער עס ברויך נעמען וועלכע מעדעצין. ער רעדט זייער ווייניג פון עקענאמיע.

בכלל איז ער אן אינטערוויוער מער ווי א רעדנער.

און צום אלעם לעצט, אויב איז ער טאקע ווי אליעזר קרויס איז ער זיך טאקע ווערט זיין געלט.

בן שפירא קען איך נישט דערליידן סתם אזוי, עס הערשט א קאָרני'קייט אויף אים. ער איז קיינמאל נישט מחדש, פלאפעלט סתם אלע קאנסערוואטיווע רעדן-פונקטן וכו'.
 
בן שפירא קען איך נישט דערליידן סתם אזוי, עס הערשט א קאָרני'קייט אויף אים. ער איז קיינמאל נישט מחדש, פלאפעלט סתם אלע קאנסערוואטיווע רעדן-פונקטן וכו'.
וועלקאם צו די פארשלאפענע קאנסערוואטיוו מידיע וועלט, וואס האט זיך נאכנישט גערירט מאז היתה ראש לימבאוגה להאוסט.
 
ווי איז קרויס בכלל א צושטעל צו ראוגען? קרויס איז פונקט דאס פארקערטער פון ראוגען, ראוגען ברענגט ארויף געסט וואס האבן חידושים איהם צו פארקויפן און קענען טשעלענדשן זיינע דעות. קרויס איז פארקערט, ער איז דער אלצווייסער וואס גייט אויסלערנען די גאנצע וועלט ווי צו ביהעיוון.
 
ער איז גרייט ארויפציברענגען סיי ווער, קיינער האלט פשוט נישט ביים ארויפגיין.
 
די סיבה פארוואס קיינער האלט נישט ביים ארויפגיין איז ווייל קיינער וויל זיך נישט ארומ'טענה'ן מיט אן אויבערחכם און אלצווייסער, ווען ער וואלט געהאט די humbleness פון ראוגען וואלטן אסאך מענטשן געקענט ביישטיין זיך צו לאזן אינטערוויוען ביי איהם און איהם פארציילן זייערע חידושים.
 
למעשה האב איך שטארק הנאה פון אים, קודם כל ווייל ע"פ רוב האט ער א שכל הישר, אבער בעיקר ווייל ער האט נישט מורא פון די סטאנדארטן און די סיסטעם, ער האקט אויף וואס מען דארף האקן אן קיין פחד! ווי צב"ש טייערע שמחות, די אופן לימוד העיון אין ישיבות, דאס זיצן אין אונטער די מאמעס פארטוך אין פיצעלע הייזער און צאלן דערפאר טבין ותקילין און זיך פאר'חובות'ן דערפאר, און נאך אסאך ענליכס...

די רבנים זאגן עס נישט!! דאס ביסעלע חתונה תקנות איז א וויץ אקעגן דעם פראבלעם, און אליעזר קרויס זאגט עס קלאר! ער לאכט אפ פון די תקנות און מאכט שפירן די חסידים דערפון ווי קליינע בעביס... אז די רבנים זענען נישט מעורר דערויף, איז ער מקיים דעם במקום שאין אנשים השתדל להיות איש!!

פארפאלן, ער זאגט גוט. אויב מעג מען זיך ערלויבן צו זאגן אויף אים די זעלבע סלאגאן ווי אויף טראמפ - מען האט דאך אים פריער מדמה געווען צו אים - "משוגענער אבל משלנו"...
 
Back
Top