ער איז זייער קאנטערווערשל. למשל, ער זאגט אז ווען די ישיבות וועלן זיך בחורים, קוקן זיי אויף די דרויסנדיגע לוק, וויבאלד זיי ווילן אז די ישיבה זאל מאכן א גוטע רושם. מען פארהערט די בחורים, איז א בחור וואס קוקט אויס סלים, שיין און דאר, מיט א שיינע פנים און שיינע קורלי פיאות, וועט מען ארייננעמען אין ישיבה, אפילו אויב ער איז אביסל שוואכער, ווייל דאס מאכט א גוטע רושם. ווייטער א בחור וואס איז גראב, פימפלדיג און מיאוס, וועט מען נישט אננעמען. מען וועט זאגן אז ער איז א משחית וכו'... (אויפן שיעור שרייעט ער, "רבונו-של-עולם, מען רעדט פון א דרייצן יעריגע בחור'ל, ער האט דאך קוים געהאט א טשענס צו זינדיגן..."). ער זאגט אז די טשאבי בחורים, מאכן נישט קיין גוטע רושם אויף די ישיבה, און זיי ווילן אז מענטשן זאלן זען א שיינע ישיבה און אזוי מיינט מען אז דאס איז א ישיבה למצויינים.
אויך אסאך אנדערע זאכן איז ער קאנטערווערשל.