אליעזר קרויס

ער איז זייער קאנטערווערשל. למשל, ער זאגט אז ווען די ישיבות וועלן זיך בחורים, קוקן זיי אויף די דרויסנדיגע לוק, וויבאלד זיי ווילן אז די ישיבה זאל מאכן א גוטע רושם. מען פארהערט די בחורים, איז א בחור וואס קוקט אויס סלים, שיין און דאר, מיט א שיינע פנים און שיינע קורלי פיאות, וועט מען ארייננעמען אין ישיבה, אפילו אויב ער איז אביסל שוואכער, ווייל דאס מאכט א גוטע רושם. ווייטער א בחור וואס איז גראב, פימפלדיג און מיאוס, וועט מען נישט אננעמען. מען וועט זאגן אז ער איז א משחית וכו'... (אויפן שיעור שרייעט ער, "רבונו-של-עולם, מען רעדט פון א דרייצן יעריגע בחור'ל, ער האט דאך קוים געהאט א טשענס צו זינדיגן..."). ער זאגט אז די טשאבי בחורים, מאכן נישט קיין גוטע רושם אויף די ישיבה, און זיי ווילן אז מענטשן זאלן זען א שיינע ישיבה און אזוי מיינט מען אז דאס איז א ישיבה למצויינים.

אויך אסאך אנדערע זאכן איז ער קאנטערווערשל.
איז עס טאקע אזוי? מאכט טאקע לוקס אויס צי ווערן אנגענומען?
 
ער שרייבט זייער גוט אינעם שריפט. איינער ווייסט זיין עכטע נאמען?
 
איך האב נישט אויסגעהערט אלע זיינע שמועסן, אבער וויפיל איך האב געהערט האלט איך עולמות פון איהם, און לאו דווקא פון וואס ער זאגט ספעציפיש נאר פון די איידיע אז עס איז דא איין מענטש אhi שטאט וואס זאגט אז מ'דארף נישט נאכמאכן עולם-גולם ווי חמורים, מ'קען טראכטן ארויס פון די באקס אויך...

ווען מער וואלטן געווען ווי איהם וואלטן אונז שענער אויסגעזען.
 
מיין פראבלעם מיט אים איז, ער האט א מיינונג אויף אלעס. אויב איינער זאגט ער פארשטייט צו ביזנעס, פיין. השקפה, פיין. פאליטיק, פיין.

אבער אלעס??? אליעזר קרויס פארשטייט ווער עס דארף נעמען וועלכע מעדעצין, פאליטיק, פיסכעלאגיע, קאנספיראציע, עקענאמיע און בודזעטינג, האוזינג, השקפה, טעכנעלאגיע.

א קורצ-קעפיגע קליין קינד
ער׳ט אמאל געהאקט קעגן נעמען מעדיקעישן אז עס ארבייט נישט און סתם א וועג פון מנהלים צו קאנטראלירן וכו׳
איך באגלייט יעצט א משפחה וואס אין דער משפחה איז דא סעוועיר אדד. עס זענען דא צוויי גרויסע אינגלעך וועלכע קענען נישט ליינען
זיי האבן שוין געהאט 6-7 גוטע פראוויידערס אין די לעצטע פינעוו יאר.
אלע האבן אויפגעגעבן צוליב דעם וואס זיי קענען נישט פאוקוסן וכו׳.
זיי גייען צו א מוסד וועלכע האט מסתם די בעסטע ריסאורס רום אין זייער שטאט.
אלע שרייען מעדיקעישן.
דער טאטע, קומט אן צו יעדע מיטינג מיט די רעקארדינג פון אליעזר קרויס אויף קולמע וואסער,ער’ט מיך אפילו געאפערט אויפצוסעטן א מיטינג מיט אליעזר’ן.
איינער פון די פראוויידערס האט מיך געוויזן אן אימייל עקסטטשעינדזש ווי ער דערציילט אים די מעשה.
לעיזער האט אים אויסגעלאכט.
דערנאך האט ער אים געשריבן אז ער׳ט געזאגט אויף קול מבשר אז זענען דא פעלער וואו מען מוז עס נעמען. למעשה, דער טאטע דערהערט נישט דעם דיסקלעימער ער הערט נאר וואס ער וויל הערן. די מאמע ליידער איז אוט פאר לאנטש.
דער אליעזר האט אפגעשאכטן די צוויי קינדער מיט זיין אומפאראנטווארטליכע רעטאריק! נאכ’ן צוזאמרעדן אלע שטותים איבער מעדס וועט דען העלפן א פשוט’ער דיסקלעימער?
עס איז אמת אז געוויסע דאקטורים זענען אומפאראנטווארטלעך און טיילן מעדיקעישן ווי צוקער וואסער. אבער מאכן א כלל דערוועגן? וואלט ער דען נישט געדארפט ארויסברענגען מיט זאפט ווען מען דארף יא נעמען ווי גוט עס העלפט? און אלע ליגנט וואס ער׳ט צוזאמגערעדט אז עס איז בכלל נישטא אזא זאך ווי א קעמיקאל אימבאלאנס אינעם מח וכו׳
פארואס רעד ער אריין אין פעלדער וואו ער פארשטייט נישט?
 
דו ווייסט וויפיל קינדער מ'לייגט ארויף אויף מעדיקעישן נאר געוואויר צו ווערן מיט אפאר יאר שפעטער אז ס'איז געווען א טעות און מעדיקעישן איז נישט געווען וואס האט אויסגעפעלט און מ'הרג'ט אזוי אפ קינדער?

די ענטפער איז בערך האלב!!!! פון די קינדער וואס גייען ארויף אויף פילן! ווער נעמט אחריות אויף יענץ?

די מוסדות האבן ליעב מעדיקעישן ווייל ס'איז א קוויק פיקס און ווען ס'ארבעט איז עס ממש א מופת ווס. ווען מ'דארף עס באהאנדלן מיט אלטערנאטיוון נעמט עס צופיל רעסורסן פון זיי און זיי האלטן נישט דערביי.
 
און אלע ליגנט וואס ער׳ט צוזאמגערעדט אז עס איז בכלל נישטא אזא זאך ווי א קעמיקאל אימבאלאנס אינעם מח וכו׳
פארואס רעד ער אריין אין פעלדער וואו ער פארשטייט נישט?
אין דעם פאל ביסטו פשוט אביסל צוריקגעשטאנען
Depression Is Not Caused by Chemical Imbalance in the Brain
 
אין דעם פאל ביסטו פשוט אביסל צוריקגעשטאנען
Depression Is Not Caused by Chemical Imbalance in the Brain
1) מ'רעדט נישט דווקא פון דעפרעסיע.

2) איין ארטיקל איז נאך נישט די אנגענימענע מיינינג אין מעדעצין.

3) וויאזוי קען דער דאקטאר טענה'ן אז ס'איז נישט א כעמיקאל אומבאלאנס, אויב כעמיקאלן (מעדעצין) העלפן באלאנסירן דעם דעפרעסיע. עס ארבעט יא פאר א גרויס טייל מענטשן, דאס איז קלאר.
 
1) מ'רעדט נישט דווקא פון דעפרעסיע.

2) איין ארטיקל איז נאך נישט די אנגענימענע מיינינג אין מעדעצין.

3) וויאזוי קען דער דאקטאר טענה'ן אז ס'איז נישט א כעמיקאל אומבאלאנס, אויב כעמיקאלן (מעדעצין) העלפן באלאנסירן דעם דעפרעסיע. עס ארבעט יא פאר א גרויס טייל מענטשן, דאס איז קלאר.
די קעמיקאל אומבעלענס טעאריע האט זיך אנגעהויבן אויף דעפרעסיע, אויף ענקזייעטי האט מען סתם געשטופט מעדעצין ווייל "ס'ארבעט".

איך האב פשוט צוגעצייכענט איין ארטיקל, אבער דאס איז שוין היינט גאנץ ברייט אנגענומען. פארשטייט זיך אז נישט יעדער איז שוין אפדעיטעד.

דאס איז א נארישע טענה, עס קען זיין אסאך מעקאניזמס וויאזוי עס ארבעט. טיילענאל ארבעט אויך כאטש קאפ ווייטאג איז נישט קיין טיילענאל דעפישענסי.
 
ער’ט מיך אפילו געאפערט אויפצוסעטן א מיטינג מיט אליעזר’ן.
דאס זעהט אויס צו זיין א גוטע פלאן. אויב יענער הענגט אויף לעיזער'ן זאל לעיזער טאקע דעסיידן. איך קען דעם לעיזער'ן, ער איז טאקע מער א געדרייטע מוח אבער ער איז אינגאנצן נישט סטופּיד און איהם קען מען קאנווינסן אויב ס'איז טאקע ריכטיג.
 
דאס זעהט אויס צו זיין א גוטע פלאן. אויב יענער הענגט אויף לעיזער'ן זאל לעיזער טאקע דעסיידן. איך קען דעם לעיזער'ן, ער איז טאקע מער א געדרייטע מוח אבער ער איז אינגאנצן נישט סטופּיד און איהם קען מען קאנווינסן אויב ס'איז טאקע ריכטיג.
די טיפשות איז אז אנשטאט נוצן די שכל אז אפשר זאגט ער א ריכטיגע נקודה וואס איז ווערט אריינצונעמען אין באטראכט ווען מען מאכט אן החלטה (וואס ער טענה'ט אז דאס איז זיין נקודה #טראכט אליין)
קויפן אים מענטשען אפ אויפ'ן ווארט כאילו סאיז הלכה למשה מסיני און מען דארף צוקומען אז ער זאל מסכים זיין אז דא איז גוט
 
Back
Top