- זיך איינגעשריבן
- מאי 20, 2024
- מעסעדזשעס
- 112
- רעאקציע ראטע
- 1,166
- פונקטן
- 223
פון אדיקציעס אלע סארטן האט איר שוין אלע געהערט, דער איז געבינדן צום געוועב, א צווייטער צו ביר און דער אנדערע קען זיך נישט אוועק רוקן פון די גראזן. יעדער געבונדענע מיט זיין געשיכטע וויאזוי ער האט זיך דערזען אין אן ענדלאזע קייט פון נאכלויפן די סובסטאנץ וועלכע האלט איהם ביים זינען און ער קען זיך דערפון נישט אפגעוואוינען.
יעדער אדיקציע קומט מיט אירע ספעציאליסטן, מומחים און פראפעסארן וועלכע האנדלען מיט געבונדענקייט-געליטענע, געבן זיך אפ מיט זיי און העלפן זיי זיך ארויסקורסירן פון זייערע ביטערע געוואוינהייטן.
הערשל ליידט אבער פון גאנץ אן אנדערע אדיקציע. דאס איז אן אדיקציע וועלכע איז נאך פול ביטערער, שווערער, און פיינפולער פון זיי אלע, דאס איז דער ליבשאפט אדיקציע. דער וואס פאלט אריין אין דער אדיקציע שפירט אז ער מוז באקומען ליבע, ער גייט אויס דערפאר און לויפט איר נאך, פאר יעדער פרייז.
דאס איז נישט קיין אדיקציע פאר געשלעכט אדער עפעס ענליכס, ניטאמאל אין דער משפחה. ער קרענקט פאר בלויז ליבע, דער צייט וואס ער האלזט ארום זיין ליבע פריינד און זי אדער ער, אפגעזען דער געשלעכט, נעמט איהם ארום מיט זיינע ארעמעס און קישט איהם אויף זיינע באקן מיט אן אמת'ע ליבשאפט. ער גערט פאר אט דער סצענע ווי ער איז מיט זיין פריינד, דער וועמען ער ליבט אזוי און וויל אזוי שטארק אז יענער זאל איהם צוריק ליבן און זיי כאפן זיך אן מיט ליבשאפט, קישן זיך מיט א ווארימקייט און האלזן זיך ארום גאר הארציג.
דער סוביעקט פון זיינע טרוימען איז נישט אלס אייניג, עס האלט זיך אין אין איין בייטן. ווען ער באגעגענט נאר איינער וועלכע פארמאגט ציענדיגע שטריכן, א שיינע סימעטרישע געשטעל, גלאטע הויט, גלאנצדע אויגן, נאסע ליפן און א טיפע כאראקטער, ווערט ער ווי צעגאסן פון בענקעניש. ער פלעגט ליגן אין בעט און לאזן זיינע געדאנקן זיך אויספארעמען אין זיין קאפ, ווי ער פארברענגט צייט אנקניפענדיג א טיפע פארבינדונג מיט דעם און מיט יענעם פריינד, ער פלעגט אנגעפילט ווערן מיט א הייסע שווייס וועלכע האט איהם איינגעהילט אין א ווארימקייט און עטוואס געמילדעט זיינע לעכעצן. ער איז געלעגן און געטראכט, זיך פארגעשטעלט און ממש געשפירט ווי ער ליגט אין די ארעם פון זיין פריינד.
איין געוויסע פערזאן איז שטענדיג געווען אויף דער אויבערפלאך פון זיינע טרוימען, געווען איז דאס איינער וועלכע ער האט געקענט פון גאר א פריער יוגנט, נאך איידער ער האט זיך באקענט מיט די מערהייט פון מענטשן וועלכע ער ווייסט צוטאגס. איינער וועלכע בלויז זיין נאמען ברענגט איהם נאך ביז היינט א כוואליע פון שווייס אין זיין גאנצע קערפער. ער האט יענעם געקענט אבער נישט אנגעקניפט מיט איהם קיין פריינדשאפט. זיין אומבאגרעניצטע, אפגרונד-טיפע קרענק זיך צו באפריינדן מיט יענעם אין יענער יארן, האט איהם גענצליך צעשאקלט און צעטרייסלט. ער האט נישט געקענט שטיין אין זיין געגענווארט פון פיל בענקעניש. ער האט מיט איהם נישט געקענט טוישן קיין ווארט. עס איז איהם געווען צו שווער אריין צו קוקן אין זיינע שיינענדיגע אויגן, זיי האבן צעשמאלצן זיין הארץ מיט דעם ערשטען בליק.
ער איז אונטערגעוואקסן און אזוי אויך איז יענער. די וועגן האבן זיך צעשיידט, יעדער האט זיך געטראפן אין אן אנדערע ווינקל, אבער א טיפע טראומע ליגט נאך אין זיין זעל, זיין הארץ איז נישט גאנץ, עס איז נאך צעשפאלטן. פילייכט זוכט ער ליבע היינט, בלויז ווייל ער וויל צונייען דעם ריס וואס יענער באגעגעניש האט אויף אים געווירקט.

לעצט רעדאגירט: