ליכטעלע געלע - א תפילה ביי די ליכט

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
176
רעאקציע ראטע
1,383
פונקטן
213
אז מיין מאמעשי קאכט פאר שבת איז לעבעדיג אין קיך, עס גייט א רויעך סיי פון די טעפ און סיי פון דעם טומל, די מאמע הידזשעט און ברידזשעט און ס׳איז תוהו ובוהו, די קינדער ווערן באוואשן

- ״יעצט כאפסטו א פראסק״!

- עטץ זענטץ אלע פוילע שטריקעס!

- גיי ארויס פון דא דו חיה רעה!

- גענוג געפרעסן שוין!

- איך רוף טאטי׳ן ווארט נאר ווארט!

- ווי חזרים עסט מען דא!

- איך גיי מיר ארויס פון הויז, עטץ מאכטץ ענק שבת אליינס היינט - קולות פון די שערי גהינום די שאול תחתית, אזש סִ׳דוכט זיך ווי א יעדע ליאדע מינוט עפנט זיך קורח בליעה.

און עס קאכט זיך פארפל, פיש, צימעס, אין ווילדן אומפעט, די פארע מישט זיך אויס מיט די מאמעשיס קולות, און ס׳איז א אידישער שטוב.

און אין די שלאף צימערן ווער וואגט זיך צו מאכן דריסת רגל אפילו? דאס איז אצינדער גויטע טערעטאריע, און דא אין די שעה׳ן געוועלטיגט ״גויטע שפראך״ - דזשינדאברע, דזשארופקא, שמאטקא, א שפראך אויסגעזויגן דורך אידישע באלעבאסטעס במיוחד פאר די גוי׳טעס, א געמיש פון אידיש דייטש און פויליש, און פון די נאסע פאדלאגעס דא גייען ריחות פון זויערן בלייך (בליטש), א געמיש פון געלע-קעז מיט עסיג, אזש סִ׳פארגייט מאמענטאל דאס אפעטיט פון לעבן…

ווער רעדט נאך אז די גויטע קומט מיט איר קלאפע געצייג, אין סאמע קיך אריין, דאן דאכט זיך אז די בריאה פארמאגט נישט קיין גרונד אונטער זיך, ווייל זייט קין און הבל האט נאך קיינער נישט באפוילן א בן אדם נישט צו טרעטן אויף קיין שום קרקע נישט אונטער די פיס…

און אז דער טאטע שפאנט נאר אריין אין שטוב איז געסטאפא, דער טאטע ווייסט נישט פון קיין חכמות, ער וויל נאר צו מאכן דאס טרייף פיסק פון מאמעשי, און זאל שוין נעמען א סוף למען השם צו דער איכה מהפיכה דא. און די בענאקעס ווי די אייזלען ווערן געטריבן און פארארדנט מיט אויפגאבעס, נוסח פיתום ורעמסס, אלץ אבי זאל שוין באלעבאסטע לאזן געמאך א מינוט.

און אז די בענאקעס די גרויסע ווי די באקן ריקן זיך ענדליך ארויס פון שטוב צו גיין אינעם ערב שבת מקוה מיינט נישט אז די לופט ווערט מיטאמאל שיטער, א טיץ אפאטעמען זידלערייען פאלגט נאך:

- ענדליך זיך געגאנגען, האסטו געזען, א שמוץ דא געמאכט, רירן זיך נישט ווי גרויס די יאר איז, אקסן דארף מען קאכן פאר זיי, קיין פינגער אין קאלט וואסער לייגן זיי נישט אריין!!..

און דער טאטע ווינטשט זיך שוין דעם טויט אט דא אויפן ארט…

און אז די בענאקעס קומען אהיים גע׳מקווה׳ט צום טועמיה אטעמט מען שוין עטוואס לופט און נישט סאמע פולווער, דאס ארט הייבט צוריק אן קריגן א צורה, ס׳דערקענט זיך אז די שבת המלכה קומט אט אט צו גיין, די מאמע כאפט א באד, און דערמיט שווענגט זי אפ אויך איר גאנצע שווארם פון בייז און נחש הקדמוני פונעם געזיכט, דער טאטע ווי א באן קאנדאקטער רופט אויס אלע דריי מינוט, שוין כך וכך מינוט צום ליכט צינדן, און אז די מאמע צינדט ליכט ווערט מיטן רויעך פארשווינדן די שלאכט קולות און געפילדער פונקט ווי דער סמבטיון, און ס׳איז שבת אויף דער וועלט.

וואס זאל איך אייך זאגן מיינע טייערע פריינד, זאל ווען דאס גאנצע לעבן זיין אזוי געמוטליך ווי דער איין שעה וואס ציט זיך פון שקיעת החמה נאך ליכט צינדן ביז נאכט אריין נאכן טאטנס יום השישי וואלט איך געקענט זאגן אז ס׳כאטש נישט גענצליך קיין שאד געווען דאס אראפ קומען דא אויף דער וועלט, אלא וואס דען, דאס איז אונז בענאקעס נישט באשערט צו בייוואוינען, ווייל מיר גייען אין שיל אריין מיטן טאטן געניצן ביי לכה דודי. און איינמאל מ׳קומט אהיים און מ׳זינגט שלום עלכם מיט אשת חיל צו וואס די מאמע דרימלט צו, און די טאטע מאכט קידוש, און איינמאל מיר האבן זיך אלע אנגעפילט די בייכער מיטן פיש און בארכע, הייבט זיך ביסלעכווייס שפינוועבעכטץ פון בהלה צוריק אן צו וועבן.

און אז מ׳האלט שוין שבת נאכמיטאג און ס׳דערנענטערט זיך זמן מנחה און שלוש סעודות - קריכן שוין די שוואמען פון די ווענט ארויס, און מיטן הבדלה קלאפן שוין די טעלערס אינאיינעם מיט די מאמעס יעלות, אז נאר איך וויל זיך וואס שנעלער ווידערזעהן ביי יענעם זייט וואך מיט די ליכט. זינג איך אלזא נישט דעם המבדיל אונטער די מוצאי שבת שטערן, נאר אן אנדער ליד וואס ס׳האט זיך מיר געפזמון׳ט:

ליכטעלעך ליכטעלעך
ברענט שוין ווידער ברענט
א וואך לאנג געדיכטלעך
איז דאך נודנע אומענד
דאס שענדעליער באפינקל
די ווענט שוין באגלעט
מיט די מאמעס א שנירכל
פארשווינדט באלד דער שד

איר ליכטעלעך געלע
א מליץ יושר אונז זיי
פאר טעג ענגע שמעלע
פון בידנעם נודזשעריי
איר ליכטעלעך געלע
א מליץ יושר אונז זיי
פאר טעג נישט קיין פלא
ס׳איז קנאַפּ א מחיי
 
@אין הכי טאקע דו ברענגסט מיר צוריק צו מיין קינדער יאהרן.

די שטילקייט אינעם הויז ווען די מאמע צינד די לעכט ביי די לייכטער.

כ'פלעג זיך ווינדערן ווי אזוי איך קיש די הענט וואס האבן מיר געציפט א שעה פריער בלויז פארן עקזיסטירן... ס'איז אן אנדערע מאמע, ס'איז די מאמע פון שבת...
 
Back
Top