די געיעג נאך די בערג

זית רענן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
363
רעאקציע ראטע
2,862
פונקטן
423
ס'טוט זיך אויף הימל און ערד און בערג אינצעווישן, די קינדער שרייען און פארפירן אז זיי דארפן קריטיש וויכטיג די בערג פאר זייערע נעהרונג און אנטוויקלונג וכולה שלי, מאידך שרייען די מענער מיר צאלן איין אזוי פיל געלט פאר די בערג און ס'איז נישט מער ווי גערעכט אז די בערג מיט אירע הנאות זאלן זיין פאר אונז וכולה שלי, שרייען די קינדער צוריק, ס'איז גענוג וואס דו האסט די בערגיגע הנאות אויף די שבתים, מיר דארפן דאס מער ווי דיר.

ס'קומט צו א מצב וואס די מענער שטייען שוין ווי פארלוירן מיט די מצב איבער די בערג, זיי האבן זיך איינגערעדט מתחילה אז ס'איז א דבר פשוט אז די בערג והנאותיה זאלן זיין פאר זייערט וועגן און טאקע איידער די קינדער זענען געווען במציאות איז דאס געווען די מצב אבער יעצט האבן די קינדער איבערגענומען דאס ראד און זיי געניסן פילפאכיג מער פון די בערג פי כמה פון וואס דער פאטער האט פון זיי נהנה געווען.

די קינדער האבן טאקע הנאה פון די בערג בכלליות אבער צום מערסטן האבן זיי די אלע שפיץ הנאות, די סמעטענע הנאות פון וואס זיי געניסן ווען אימער עס פאקט זיי אן א דראנג דערצו, ווידער די מענער דארפן שוין איינגיין אויף שווערע טערמס ענד קאנדישענס לויט ווי די ווייבער זייערע מאכן אפ, וכולי האי ואולי וועלן זיי הנאה האבן דַי סיפוקם.

פארשטייט זיך אז יעדער איז מודה אז די ווייבער ברויכן זיכער הנאה האבן פון די בערג, זיי זענען דאך די אפיציעלע בעלים דערויף, זיי זענען די וואס שטעלן צו אלע באדערפענישן און מעינטענענס דערויף און פּאָרען זיך אז אלעס זאל קלאפן כדבעי.

מענער האבן איינגעזען אז דאס איז די מציאות און אזוי וועט עס שוין בלייבן וכך היא דרכה של עולם.


פארשטייט זיך אז די בערג פון וואס מיר רעדן זענען די וואס שלמה המלך באזינגט אזוי הערליך אין זיין שיר השירים שְׁנֵ֥י שָׁדַ֛יִךְ כִּשְׁנֵ֥י עֳפָרִ֖ים תְּאוֹמֵ֣י צְבִיָּ֑ה הָרוֹעִ֖ים בַּשּׁוֹשַׁנִּֽים׃
 
אשא עיני אל ההרים, מאין יבוא עזרי...
צדיקים נדמה להם כהר
ירושלים הרים סביב לה
וההר כולו עשן
וירד משה מן ההר - משה עביד פרישא
וַיָּבֹאוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל כָּל הָעֵדָה הֹר הָהָר
 
Back
Top