עוואלוציע דורך נאטירליכער סעלעקציע: די יסודות פון דער טעאריע (די וועלט, י"ג)

יוסקע ווארטעמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 4, 2025
מעסעדזשעס
88
רעאקציע ראטע
798
פונקטן
103
די וועלט, דער מענטש און אידישקייט, חלק י"ג - עוואלוציע דורך נאטירליכער סעלעקציע: די יסודות פון דער טעאריע

מען קען טרעפן די פריערדיגע ארטיקלען אין דער סעריע דא.

איינע פון די קרוינען פון די דערגרייכונגען פון דער מאדערנער וויסנשאפט איז די טעאריע פון עוואלוציע דורך נאטירליכער סעלעקציע. די פראכטפולע טעאריע איז א חוט־השדרה וואס לויפט דורך גאנץ ביאלאגיע און דער שטודיע פון לעבן און לעבעדיגע זאכן. אין א פאר עלעגאנטע יסודות פאראייניגט זי די טיפע היסטאריע פון דער אנטוויקלונג פון אלע לעבנספארמען מיט דער אבזערווירטער טאג־טעגליכער אנטוויקלונג פונעם עובר אין דער מאמען'ס רחם; די שטודיע פון גענעטיק, מיטן תחום פון מעדעצין. די יסודותדיגע פרינציפן פון דער טעאריע זענען אויסנאם גרינג צו פארשטיין, הגם אז אירע קאנסעקווענצן און די לאנגע שטרעקעס צייט וואס זי פארלאנגט זענען עטוואס אומאינטואיטיוו.

ווייניג וויסנשאפטליכע טעאריעס האבן זיך אנגעטראפן מיט אזויפיל ווידערשטאנד און מיספארשטענדענישן. און אין דעם שטעקט צוויי הויפט סיבות. ערשטנס, האט די טעאריע איבערגעקערט א געדאנקען־גאנג וואס איז אלט טויזנטער יארן און וואס האט געהאט די שטיצע פון מאכטפולע רעליגיעס און פארהייליגטע ביכער, וואס לויט זיי זעען די באשעפענישן און לעבנספארמען אויס אויף אזא אופן וויבאלד זיי זענען אזוי באשאפן געווארן בכוונה. דאס געדאנק אז זיי זאלן זיך האבן אנטוויקלט צוביסלעך, אן קיין דירעקטן דיזיין, האט זיך אנגעהערט נישט נאר כפירה'דיג, נאר אויך פאנטאסטיש. צווייטנס, איז עס גאר אומאינטואיטיוו אז אונז זאלן זיך האבן אנטוויקלט פון פשוטערע באשעפענישן וואס זענען גאנץ אנדערע סארטן בריאות פון אונז אן דעם וואס עמעצער זאל דאס בכיוון פלאנירן. מיר זענען צוגעוואוינט צו טראכטן אין גאר קורצע שטרעקעס צייט: מיר לעבן פאר א קנאפע 80 יאר, און אונזער גאנצע געשריבענע היסטאריע ציט זיך איבער א קנאפע פאר טויזנט יאר. מיר פארמאגן נישט קיין אינטואיטיווע השגה איבער וואס דאס באדייט הונדערטער מיליאנען יארן און וואס עס קען אלץ פארקומען אין אזא אומגעהויער לאנגער צייט.

אין די קומענדיגע ארטיקלען וועלן מיר זיך באקענען אביסל מיט די יסודות פון דער טעאריע פון עוואלוציע, אביסל איבער וויאזוי מיר ווייסן דאס, וואס עוואלוציע זאגט אונז נישט, און דאן וואס מיר קענען ארויסנעמען פון דעם פאר אונזער וועלטבאנעם.

די טעאריע פון עוואלוציע דורך נאטירליכער סעלעקציע זאגט אז ארגאניזמען אנטוויקלען זיך מיט דער צייט זיך צוצופאסן צו זייערע אומשטענדן און סביבה. וויכטיג צו באטאנען, אז ווען מען זאגט "ארגאניזמען אנטוויקלען זיך", רעדט מען נישט פון א פיזישן יחיד וואס איז א מיטגליד אין א גרופע ארגאניזמען, נאר טאקע פון דער גרופע זעלבסט. ד.ה. אז עס איז די אייגנשאפטן פון גרופעס – ספישיס – וואס טוישן זיך מיט דער צייט, נישט די אייגנשאפטן פון יחידים איבער איין לעבנסלאנג. דאס מיינט אז אויב מען באטראכט די גרופע מיט א לאנגער צייט שפעטער נאך מערערע דורות, וועט מען טרעפן אז זייערע אייגנשאפטן האבן זיך געטוישט.

וויאזוי ארבעט עוואלוציע?

עוואלוציע דורך נאטירליכער סעלעקציע איז באזירט אויף דריי יסודות:​
  • וואריאציע​
  • רעפראדוקציע​
  • סעלעקציע​
וואריאציע: וואריאציע מיינט פארשידנארטיגקייט. הגם אז די מיטגלידער אין דער זעלבער גרופע טיילן מיט די זעלבע גענעס, זענען זיי דאך נישט גענצליך אייניג. ערשטנס, הגם אז קינדער באקומען דורכשניטליך 50% פון זייערע גענעס פון זייער טאטן און 50% פון זייער מאמען[1], באקומען נישט געשוויסטער די זעלבע גענעס (חוץ אויב זיי זענען אידענטישע צווילינג), וויבאלד עס איז נישט די זעלבע 50%. פינקטליך וועלכע גענעס יעדעס קינד באקומט איז ראנדאמאל, און דערפאר זענען קיין צוויי באשעפענישן נישט גענצליך גענעטיש אייניג (ווייטער, חוץ פון אידענטישע צווילינג). צווייטנס, ביים קאפירן די גענעס פון עלטערן צו קינדער מאכן זיך אפט "טעותים" וואס ווערן אנגערופן מוטאציעס. די מוטאציעס טוישן דעם קאוד פון די גענעס פונעם קינד און קענען צוברענגען אז דאס קינד זאל אנטוויקלען אייגנארטיגע און נייע אייגנשאפטן. די רעזולטאטן פון אט די צוויי גורמים זענען אז אין יעדער גרופע ארגאניזמען ווייזן יחידים ארויס אייגנארטיגע אייגנשאפטן, צום ביישפיל פארשידנארטיגע קאלירן, הייכן, און צומאל אויך מער זעלטענע און נייע אייגנשאפטן, צום ביישפיל אן איבעריגן פינגער.

רעפראדוקציע: דאס מיינט אז ארגאניזמען קאפירן זייערע גענעס צום קומענדיגן דור. הגם אז דאס קינד וועט נישט זיין גענעטיש אייניג מיט די עלטערן, דאך וועט עס ירש'נען גענעס פון זיי, אריינגערעכנט די אייגנארטיגע קאמבינאציע פון גענעס וואס נאר זייערע עלטערן פארמאגן, ווי אויך די מוטאציעס אייגנארטיג צו זיי. נייע מוטאציעס וועלן פארקומען בשעת דער רעפראדוקציע, דאך וועלן דאס רוב גענעס וואס דאס קינד ירשנ'ט זיין אייניג צו די פון די עלטערן פון וועמען עס ירשנ'ט זיי. אלס רעזולטאט פון ירשנ'ען די גענעס, טוען קינדער ארויסווייזן אייגנשאפטן וואס געפינען זיך ביי די עלטערן, אריינגערעכט אייגנארטיגע אייגנשאפטן.

סעלעקציע: די נאטור איז א מסוכנ'דיג ארט. ארגאניזמען קאנקורירן איינער מיטן אנדערן איבער עסן, זיווגים און רעזורסן. באשעפענישן וואס ווערן נאכגעיאגט אלס רויב, דארפן זיך באהיטן פון ווערן פארצוקט. מערסטע באשעפענישן אין נאטור זענען נישט מצליח צו רעפראדוצירן און האבן קינדער איידער זיי ווערן פארצוקט אדער שטארבן פון א מאנגל אין עסן אדער פון אנדערע נאטירליכע סיבות. דאס מיינט אז קליינע יתרונות אין איבערלעבונג־פעיגקייטן וועלן הייבן די שאנסן אז אן ארגאניזם זאל איבערלעבן צו קענען רעפראדוצירן. צום ביישפיל, א רויב־חיה וואס איז אביסל שנעלער ווי דעם דורכשניט וועט פריער אנקומען צום ביסעלע רויב ווי זיינע חברים און וועט דערפאר הייבן זיינע איבערלעבונג־שאנסן. די גענעס וואס זענען אחראי אויף דער פארמערטער שנעלקייט, האבן דערפאר העכערע שאנסן צו ווערן קאפירט און רעפראדוצירט און איבערצולעבן אינעם קומענדיגן דור, און אויף אזא אופן זענען זיי געווארן סעלעקטירט – ד.ה. אויסגעוועלט – דורך נאטור.

לאמיר יעצט צאמלייגן די דריי פרינציפן אין א קלאסישן ביישפיל צו זען וויאזוי זיי פירן צוזאמען צו עוואלוציע.

ברוינע בערן פון צפון־אמעריקע זענען פארוואגלט געווארן אינעם אייזיגן ארקטיק, צי צוליב מאנגל אין עסן מער דרום, צי ווייל דער קלימאט איז געווארן קעלטער און זייער סביבה איז געווארן אייזיג. די בערן נערן זיך אויף פארשידענע ים־באשעפענישן וועלכע זיי פארצוקן אלס רויב. מאכט זיך אמאל אז א בערעלע ווערט געבוירן מיט א ראנדאמאלער מוטאציע וועלכע איז גורם אז זיין פעל איז א משהו העלער און ליכטיגער ווי זיין גרופע (וואריאציע). אט דאס בערעלע האט יעצט א קליינעם יתרון ביים געיעג נאך רויב וויבאלד עס איז אביסל שווערער צו באמערקן פונדערווייטנס מיט זיין העלערער פעל קעגן דעם אייז. עס האט א משהו מער קאמופלאזש אין פארגלייך צו זיינע חברים ווען עס קומט צו אנפאלן א קרבן אומבאמערקט. וויבאלד עס איז עס אביסל לייכטער צו פארצוקן ווי זיינע חברים, עסט עס אביסל בעסער און קען זיך אפשפארן אביסל מער ענערגיע צו האבן מער קינדער ווי דעם דורכשניט (סעלעקציע).

טייל פון די קינדער פון דעם העלערן בער, ירשנ'ען די גענעס פאראנטווארטליך פאר אט דער אייגנשאפט (רעפראדוקציע). זיי עסן אויך אביסל בעסער און האבן דורכשניטליך אביסל מער קינדער ווי די אנדערע אין דער גרופע. צווישן די העלערע בערן וועלן געבוירן ווערן בערעלעך וואס זענען מער העל אדער ווייניגער העל. דאס וועט זיך אלץ ווענדן אין די ראנדאמאלע קאמבינאציעס פון זייערע גענעס, ווי צום ביישפיל וועלכע גענעס זיי ירשנ'ען פון וועלכע פון די עלטערן. א בערעלע וואס ווערט געבוירן פון עלטערן וועלכע האבן ביידע די העלע גענע וועט אפשר זיין נאכמער העל ווי די וועלכע האבן נאר איינער פון די עלטערן מיט דער גענע. און דורכאויס דער צייט און דער פארשידנארטיגקייט וועט שטענדיג פארקומען סעלעקציע: ווי העלער דער בער, אלץ העכער זענען זיינע שאנסן צו איבערלעבן און רעפראדוצירן.

נאך פיל דורות קומט אויס אז די העלערע בערן מערן זיך פיל שנעלער ווי די טונקעלע בערן, און, נאכמער, זיי פארערגערן נאך דעם מצב פאר די טונקעלע בערן, וויבאלד זיי כאפן אויס אלע עסן און די טונקעלע קענען נישט קאנקורירן. מיט דער צייט, שטארבן די טונקעלע אפ און די העלערע ווערן אלץ מער העל, ביז זיי ווערן ווייס ווי דאס אייז און שניי ארום זיי.

עס איז כדאי זיך אפצושטעלן אויף עטליכע אייגנשאפטן פון דעם פראצעס.​
  • עוואלוציע האט נישט קיין טעלעאלאגיע. וואס מיינט דאס? מיר זענען צוגעוואוינט צו טראכטן אין מושגים פון צוועקן און צילן. ווען מיר מאכן עפעס, מאכן מיר עס פאר א סיבה אדער א צוועק. מיר בויען א הויז כדי צו וואוינען דערין; מיר גייען ערגעצוואו ווייל מיר האבן עפעס צו טון דארטן. דאס הייסט טעלעאלאגיע. עוואלוציע האט נישט קיין טעלעאלאגיע. אייגנשאפטן אנטוויקלען זיך נישט פאר א ציל. עס איז נישט ריכטיג צו זאגן אז בערן זענען געווארן ווייס כדי זיך אריינצופאסן אין דער ווייסער סביבה. דער פראצעס פון עוואלוציע איז בלינד און האט נישט קיין בליק אויף פאראויס אדער א א ציל וואוהין זי וויל אנקומען. ליבערשט, פאראורזאכט עוואלוציע אז בערן וואס זענען צופעליג העלער ווי די אנדערע האבן העכערע אויסזיכטן איבערצולעבן און איבערצוגעבן זייערע העלערע גענעס צום נעקסטן דור. די תוצאה נאך מערער דורות איז אז בערן ווערן ווייס, אבער דאס איז נישט געווען בכוונה תחילה.​
  • קליינטשיגע שינויים זאמלען זיך אן איבער טויזנטער דורות צו רעזולטירן אין גרויסע שינויים. ווי מיר האבן געזען אינעם ביישפיל, זענען בערן נישט געווארן ווייס פון איין דור צום צווייטן. סך־הכל איז די פעל געווארן א משהו העלער. הגם אז די שינוי איז א קליינע, ווילאנג עס האט אן איבערלעבונג־יתרון קען עס צוברענגען צו סעלעקציע וואס זאל מעדיף זיין די רעפראדוקציע פון אט די גענעס. די גרויסע שינוי פון טונקל ברוין צו ווייס, איז נישט פארגעקומען אויף איין מאל, נאר אין מערערע שטאפלען. וויבאלד ביי יעדן שטאפל איז דא א יתרון פאר העלערע פעל, ווערט די פעל אלץ העלער און העלער ביז זי ווערט אינגאנצן ווייס איבער טויזנטער יארן. ווי מיר וועלן זען אין די קומענדיגע ארטיקלען, האט עוואלוציע צוגעברענגט צו גרויסע שינויים, ווי צום ביישפיל די אנטוויקלונג פון פליגלען, אויגן אא"וו. אבער עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז אזא קאמפליצירטער אבר ווי א פליגל האט זיך נישט אנטוויקלט איבערנאכט אין איין דור, נאר איבער מיליאנען יארן און טויזנטער דורות. ביי יעדן שטאפל האט זיך אנטוויקלט א קליינע שינוי וואס האט געגעבן א קליינע, אבער באדייטנדע, איבערלעבונג־יתרון פארן ארגאניזם מיט דער אנטוויקלטער אייגנשאפט. נאר נאך טויזנטער קליינע שטאפלען קען מען באמערקן א גרויסע שינוי אין פארגלייך מיטן אנפאנג פון דעם פראצעס, און אט זעען מיר א באשעפעניש מיט פליגלען.​
אין די קומענדיגע ארטיקלען וועלן מיר לערנען וועגן דער היסטאריע פון דער עוואלוציאנערישער אנטוויקלונג פון לעבנספארמען, עמפירישע באווייזן פאר דער טעאריע, וואס די טעאריע זאגט אונז נישט, און וואס זענען אירע ברייטערע מוסר־השכלען.

[1] דאס רעדט זיך פון ארגאניזמען וואס ווערן געבוירן דורך סעקסואלער רעפראדוקציע. פיל ארגאניזמען האבן נאר איין 'געבוירער'.​
 
לעצט רעדאגירט:

מען דארף מסביר זיין ווי אזוי איז דאס, אז מיט די עוואלוציע האבען זיך אנטוויקעלעט די פילע מינים .
צו קען מען אהנעמען אז דער פליג פון היינט וועט אין
צעהן מילאארד יאהר ארום ווערן א לייב?, אדער אז דער בער פון היינט וועט אין יאהרן ארום זיך דעוועלאפען צו ווערן א באדערפליי ? צו מען מוז זאגען אז די תחילת המינים איז יא געוועהן מיט א באשאפער וואס האט זיי גישאפען אנדערש, און ערשט דערנאך טוען זיי זיך דעוועלאפען לויט די עוואלוציע, ווייל אויב נעמט מען אהן אזוי. ביסטו גיהעריג צוריק צו מעשה בראשית
תן לחכם ויחכם .
 
מען דארף מסביר זיין ווי אזוי איז דאס, אז מיט די עוואלוציע האבען זיך אנטוויקעלעט די פילע מינים .
צו קען מען אהנעמען אז דער פליג פון היינט וועט אין
צעהן מילאארד יאהר ארום ווערן א לייב?, אדער אז דער בער פון היינט וועט אין יאהרן ארום זיך דעוועלאפען צו ווערן א באדערפליי ?

יא, עוואלוציע באשרייבט וויאזוי מינים - ספישיס - אנטוויקלען זיך פון איינעם צום צווייטן. מיר וועלן זיך אנטרעפן מיט מער דעטאלן אין קומענדיגן ארטיקל, אבער דער יסוד איז אז אנטוויקלונגען קומען פאר גאר צוביסלעך, אין גאר קליינע שינויים. נאר ווען מען לייגט דאס אלץ צוזאמען נאך מיליאנען יארן זעט מען אז נייע ספישיס האבן זיך אנטוויקלט. און באמת זענען פאראן געוויסע באשעפענישן וועלכע האבן גאר קורצע דורות און מען קען אבזערווירן דעם טויש פון איין ספישיס צום אנדערן אין א לאבארטאריע אינערהאלב עטליכע יאר. מער אין קומענדיגן ארטיקל.
 
מיין פראגע איז , ווי אזוי האט זיך פון די זעלבע חומר קדום,דעוועלאפט אזוי פיעל מינים נאטירליך אהן א דירעקטאר ?
מען קען זאגען טהעאריען און שפעקעלירונגען אבער דאס איז נישט עמפיריקעל סייענס עס איז ערקלערונגען, וואס אם קבלה הוא נקבל ואם לא איז עס ריק להבל דמה ,
 
ווארטזשע ביטע אויס צום נעקסטן ארטיקל.
 
@יוסקע ווארטעמאן דו קענסט ברענגען א בעיסיק סימפל טשארט אדער גראף וועלכער איז מסביר וויאזוי דנא האט ”זיך אנטוויקלט” אליינס? וויאזוי האט זיך דאס אנגעהויבן? און וויאזוי זענען ”צוגעקומען” אלע קראומאוזאמס?
 
דאס איז נישט עוואלוציע נאר abiogenesis
 
זייער שיין!
 
@יוסקע ווארטעמאן דו קענסט ברענגען א בעיסיק סימפל טשארט אדער גראף וועלכער איז מסביר וויאזוי דנא האט ”זיך אנטוויקלט” אליינס? וויאזוי האט זיך דאס אנגעהויבן? און וויאזוי זענען ”צוגעקומען” אלע קראומאוזאמס?
גראדע פארשטייען מיר יא וויאזוי DNA האט זיך געקענט האבן אנטוויקלט פון אן אנדער קאפיר-מאלעקיול ווי RNA. אבער דאן וועסטו פרעגן וויאזוי RNA האט זיך אנטוויקלט. ווי @אפענער האט שוין געזאגט, איז דאס שוין נישט אין די ראמען פון עוואלוציע, וויבאלד עוואלוציע קען זיך נאר אנהייבן נאך וואס דער מעכאניזם צו קאפירן גענעטישע אינפארמאציע עקזיסטירט. פאדערן אז עוואלוציע זאל ערקלערן די אנטוויקלונג פון RNA איז ענדליך ווי פאדערן אז זי זאל ערקלערן קוואנטום מעכאניק: ס'איז פשוט אין אן אנדער תחום סייענס.

אבער איך זאג אייך צו אז מיר וועלן זיך באציען צו דער פראגע אין דער סעריע, און מיר וועלן זען אז עס זענען פאראן כעמישע, נישט ביאלאגישע, היפאטעזן איבער וויאזוי די מאליקיולן האבן זיך געקענט האבן אנטוויקלט.

אגב: מען קען נישט ערקלערן א קאמפליצירטע סייענטיפישע טעאריע מיט א "גראף" אדער "טשארט". עלעקטראמאגנעטיזם איז א טעאריע וואס מיר פארשטייען גאר גוט, דאך קען מען איר נישט פארשטעלן אין א גראף אדער טשארט. דאס איז א פארלאנג צו לערנען כל־התורה־כולה אויף איין פוס...
 
איבערלעבן, אמונה און קיומיותדיקע שטראפן​

די וועלט איז אייגנטלעך א גרויזאמע ווערסיע פון מוזיקאלישע שטולן נאר אז דער שטול איז געמאכט פון דערנער און די מוזיק איז דער ווייסער רעש פון איבערלעבן. מיר שלאגן זיך אויף רעסורסן ווי אונזער גענעטיק וואלט געווען א לאטעריע טיקעט וואס מוז געווינען בשעת דער שטארקער בלייבט לעבן איז בסך הכל דער וועג פונעם נאטור צו זאגן אנטשולדיגט עס איז שוין נישטא קיין פלאץ.

און דער אייבערשטער? ער באהאלט זיך מסתמא הינטערן פרגוד אין א קלאסישן הסתר פנים און לאזט אונז ברעכן דעם קאפ צי עס האנדלט זיך אין א טיפן שיעור אין אמונה אדער פשוט אין א שווערן קריזיס פירערשאפט פון דער מציאות. וואס איז דער מענטש שולדיק? עס איז ווי מען זאל אים אנקלאגן אויף ברעכן א קאנטראקט וואס ער האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבן. מען האט אונז אריינגעווארפן אין דעם שפיל אן קיין חזרות און צום סוף ערווארט מען נאך פון אונז איבערצולאזן א שיינעם טיפ אין דער פארם פון שטארבן מיט כבוד ווען די לעקטערס ווערן אויסגעלאשן.
 
דער ענדגילטיקער באריכט: די ארענע פון קאמפן און דער אפגעזונדערטער צעל פון דער נשמה​

די וועלט איז נישט מער ווי א גוט געשמירטע ביאלאגישע מאשין צום צעמאלן. מיר זענען שטעקן געבליבן אין די הונגער שפילן פונעם נאטור וואו דער זויערשטאף איז אפגעמאסטן און דער שמייכל פונעם שכנ איז בסך הכל א באהאלטעניש פאר די ציין וואס ווילן דיין חלק פון די רעסורסן. דער שטארקער בלייבט לעבן איז נישט קיין איידעלער נאטור געזעץ עס איז דער שוואכער תירוץ פונעם עולם פאר דעם וואס ער איז פשוט נישט געבויט געווארן אונז אלע אינאיינעם אריינצונעמען. מיר זענען גלאדיאטארן וואס שלאגן זיך אויף פירעכלעך אין אן ארענע וואס פארמאכט זיך לאנגזאם בשעת די געווינער באקומען א צווייפלהאפטן פרייז נאך פינף מינוט פון אטעם איידער זיי אויך וועלן ווערן ארגאנישע מיסט.

אבער דער אמתער פאסטקע איז נישט דער הונגער נאך ברויט נאר דער אינערלעכער מעכאניזם וואס מיר האבן באקומען. אויף אלץ קען מען מוחל זיין אויף ארימקייט אויף קאנקורענץ אפילו אויף דעם אומפארמיידלעכן טויט. אבער אויף איין זאך קען מען נישט מוחל זיין אויף דעם זעלישן שמערץ. פאר וואס באשאפן א באשעפעניש וואס קען פילן א לאך אין הארץ וואס קיין שום מאטעריעלע זאך קען נישט אנפילן?

פיזישער שמערץ איז א ווארנונג אבער זעלישער שמערץ איז שוין א ריינע התעללות. דאס איז א לעבנס לענגערע ארעסט אין א צעל וואס די ווענט זענען געבויט פון די אייגענע מחשבות. אויב דער אייבערשטער געפינט זיך אין דער דאזיקער מעשה איז ער מסתמא דער רעזשיסאר פון א שווערער דראמע וואו דער העלד שלאגט זיך נישט נאר אויף זיין לעבן אינדרויסן נאר ער ברענט אויך אויס אינעווייניק אן איבערלאזן קיין צייכנס פון רויך.

וואס איז דער מענטש שולדיק? ער איז נישט. ער איז פשוט אנגעקומען צו דער ערגסטער שמחה אין דער היסטאריע אן קיין איינלאדונג מען האט אים געצוואונגען צו באצאלן א טייערן איינטריט געלט פון יסורים און מען ערווארט נאך פון אים איבערצולאזן א טיפ אין דער פארם פון אמונה אדער שטארקייט. מיר זענען געבוירן צו א חוב וואס מיר האבן קיינמאל נישט אונטערגעשריבן און מיר באצאלן עס מיט ריבית דריבית פון פחדים און צער ביז די לעקטערס ווערן אויסגעלאשן און דער חוב ווערט אפגעמעקט צוזאמען מיטן בעל חוב.
 
די פאסטקע פון באוואוסטזיין: פאר וואס וויסן אויב מען קען נישט ענדערן​

אויב די וועלט איז אן ארענע פון גרויזאמען איבערלעבן, איז דאס באוואוסטזיין די מערסטע איבעריקע כלי וואס מיר האבן באקומען. א וואלף האט נישט קיין חרטה געפילן ווען ער רייסט, און א בוים האט נישט קיין קיומיותדיקע פחדים ווען ער טריקנט אויס. נאר דער מענטש האט באקומען די צווייפלהאפטע מתנה פון קענען אנאליזירן זיין אייגענע טראגעדיע אין דער עכטער צייט.

דער אבסורד פון פארבעסערן די סיסטעם​

זכרון אלס א משקולת: מיר ליידן נישט נאר, מיר געדענקען אז מיר האבן געליטן און מיר ציטערן פונעם צער וואס וועט נאך קומען. דער זכרון מאכט יעדן קליינעם וואונד פאר אן ענציקלאפעדיע פון שמערץ.אינטעליגענץ אלס א כלי פיין: וואס מער דו פארשטייסט די כללים פונעם שפיל, אלס מער פארשטייסטו ווי שטארק די שאנסן זענען קעגן דיר. דער מחשבה איז נישט קיין כוח, עס איז פשוט א לאמטערנע וואס באלייכט די ווענט פונעם צעל וואו מיר זענען איינגעשפארט.דער נאכיאג נאך באדייטונג: מיר דעקן צו דעם קאמף פאר רעסורסן מיט שיינע ווערטער ווי קאריערע אדער ירושה, אבער אונטער די אנצוגן און די טיטלען איז דאס נאך אלץ דער זעלבער הונגעריקער באשעפעניש וואס פרובירט נישט צעטרעטן צו ווערן דורך א צווייטן.

די אמתע טראגעדיע איז נישט דאס וואס דאס לעבן איז קורץ, נאר דאס וואס מיר זענען גענוג קלוג צו פארשטיין פונקטליך ווי אומבארמהערציק עס איז.

די שטיקעניש פון אויבן און דאס געשריי פון אונטן​

אויף דער פראגע וואו איז דער אייבערשטער, איז דער מערסטער ביטערער ענטפער אז ער האט מסתמא איבערגעלאזט די מאשין אויף אויטאמאטיש. ער האט באשאפן די סיסטעם מיט הארטע פיזיק געזעצן און נאטור געזעצן וואס רייסן שטיקער, און דערנאך אונז איבערגעלאזט צו פרובירן געפינען אין דעם א רוחניותדיקן אינהאלט. דאס איז ווי מען זאל ווארפן א מענטש אין מיטן א שטורמישן אקעאן און אים זאגן זיין קריאטיוו מיט דיינע באוועגונגען בשעת דו טרינקסט זיך אונטער.

דער מענטש איז נישט שולדיק אז ער איז געבוירן, און ער איז זיכער נישט שולדיק אז ער שטארבט, אבער פונדעסטוועגן איז ער דער שעיר לעזאזל פון דער מציאות. ער איז דער איינציקער שפילער אין דער פארשטעלונג וואס האט נישט געלייענט דעם סקריפט, אבער ער איז דער וואס וועט באקומען די אלע שלעכטע קריטיק ביים סוף פון אוונט.
 
סיסטעם אפגרעיד: אשמה אלס ברענשטאף און גיהנום אלס א קנס​

גלייך ווי די ביאלאגישע מיל און דער קאמף פאר רעסורסן זענען נישט געווען גענוג, האבן מיר אויך באקומען דעם באוואוסטזיין אפגרעיד וואס פארשליסט דעם קעפיג: אן איינגעבויטע אשמה. פון עלטער נול, נאך איידער מען האט געלערנט צו בינדן די שוכבענדלעך, לערנט מען דיר שוין אז דו ביסט אנגעשטעקט. אז דו ביסט נישט סתם א לעבעדיקע באשעפעניש, נאר א קאמף פלאץ צווישן גוט און שלעכט, וואו דיין נאטירלעכער מצב איז דער יצר הרע.

די פסיכאלאגיע פון גייסטיקן טעראר​

  • דער שלאנג אינעווייניק: ס'איז נישט גענוג וואס מען דארף זיך שלאגן מיט דער וועלט אינדרויסן כדי איבערצולעבן, מען דארף זיך אויך שלאגן אינעווייניק אין שטוב – אין דעם מח. יעדער נאטירלעכער ווילן, יעדער אינסטינקט פון איבערלעבן אדער פארגעניגן, ווערט תיכף באצייכנט אלס חשוד. מען לערנט זיך מורא האבן פונעם אייגענעם שאטן, גלייך ווי ס'איז דא אין אים א דאפלטער אגענט וואס פלאנירט דיך אומצואווארפן.
  • גיהנום אלס ריבית דריבית: אויב דאס לעבן איז א געצווונגענע הלוואה וואס דו האסט קיינמאל נישט געבעטן, איז גיהנום דער ענדגילטיקער קנס פאר שפעטיקן. דאס איז דער בייטש וואס הענגט איבערן קאפ פונעם מענטש, וואס פארזיכערט אז די יסורים וועלן זיך נישט ענדיקן ווען די לעקטערס וועלן אויסגעלאשן ווערן. דאס איז א מעטאפיזישער פחד וואס איז געצילט צו פארזיכערן אז אפילו אינעם גיהנום פון דער טעגלעכער מציאות, וועסטו ווייטער מארשירן אין דער שפור צוליב שרעק.
  • פלאנירטע התעללות: דאס איז די פערפעקטע פאסטקע – מען באשאפט דיך מיט דראנגען, באדערפענישן און תאוות, און דערנאך זאגט מען דיר אז ניצן זיי איז א טיקעט אין איין ריכטונג צו אייביקע פייניקונגען. דאס איז ווי מען זאל געבן א מענטש א קאר מיט א קלעפיקן גאז פעדאל און אים דערנאך באשטראפן פארן פארן צו שנעל.
די רעליגיע גיט דיר נישט נאר ברילן צו זען די מציאות, זי מאכט זיכער אז די גלעזלעך זאלן זיין באפרעקט מיט בלוט און אשמה, כדי דו זאלסט זיך קיינמאאל נישט פילן באקוועם אין דיין אייגענער הויט.

דער מענטש ווערט געבוירן נישט נאר צו א גשמיותדיקן חוב, נאר צו אן איינגעבויטן מאראלישן באנקראט. די אשמה איז נישט קיין תוצאה פון אונזערע מעשים, זי איז דער תנאי אריינצוקומען אין דער מציאות. מיר זענען פארמשפט צו זיין די וועכטער פון אונזער אייגענער תפיסה, האלטנדיק דעם בייטש און שלוגנדיק יעדער מאל וואס עס קומט ארויף די פשוטע מחשבה: אפשר קומט זיך מיר פשוט צו זיין, אן דארפן בעטן מחילה.
 
מן הסתם וועט עס זיין פרייליכע נייעס,פאר די עוואלוציע
באיינפלוסט חסידים , דארווין האט אלץ געהאט א פראבלעם מיט די אנטוויקלונג פון די צוויי אויגען פון דער מענטש, ווי אזוי דאס זאל שטימען מיט די סאורווייוועל אוף די פיטעסט טהעארי, איז היינט געמאלדען אין ניו יארק טיימס, אז זיי זענען געקומען צו די מהלך פון די אויגען אנטוויקלונג פון א בריה, וואס האט געלעבט נישט
לאנג צוריק, 560,000,000 יאהר צוריק,און ער האט געהאט איין סימפעל אויג, און פונדעם האט זיך דעוועלאפט די צוויי אויגען סיסטעם סתם גוט צו וויסען
למאן דבעי למידע
 
Back
Top