עוואלוציע דורך נאטירליכער סעלעקציע: די יסודות פון דער טעאריע (די וועלט, י"ג)

יוסקע ווארטעמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 4, 2025
מעסעדזשעס
87
רעאקציע ראטע
789
פונקטן
103
די וועלט, דער מענטש און אידישקייט, חלק י"ג - עוואלוציע דורך נאטירליכער סעלעקציע: די יסודות פון דער טעאריע

מען קען טרעפן די פריערדיגע ארטיקלען אין דער סעריע דא.

איינע פון די קרוינען פון די דערגרייכונגען פון דער מאדערנער וויסנשאפט איז די טעאריע פון עוואלוציע דורך נאטירליכער סעלעקציע. די פראכטפולע טעאריע איז א חוט־השדרה וואס לויפט דורך גאנץ ביאלאגיע און דער שטודיע פון לעבן און לעבעדיגע זאכן. אין א פאר עלעגאנטע יסודות פאראייניגט זי די טיפע היסטאריע פון דער אנטוויקלונג פון אלע לעבנספארמען מיט דער אבזערווירטער טאג־טעגליכער אנטוויקלונג פונעם עובר אין דער מאמען'ס רחם; די שטודיע פון גענעטיק, מיטן תחום פון מעדעצין. די יסודותדיגע פרינציפן פון דער טעאריע זענען אויסנאם גרינג צו פארשטיין, הגם אז אירע קאנסעקווענצן און די לאנגע שטרעקעס צייט וואס זי פארלאנגט זענען עטוואס אומאינטואיטיוו.

ווייניג וויסנשאפטליכע טעאריעס האבן זיך אנגעטראפן מיט אזויפיל ווידערשטאנד און מיספארשטענדענישן. און אין דעם שטעקט צוויי הויפט סיבות. ערשטנס, האט די טעאריע איבערגעקערט א געדאנקען־גאנג וואס איז אלט טויזנטער יארן און וואס האט געהאט די שטיצע פון מאכטפולע רעליגיעס און פארהייליגטע ביכער, וואס לויט זיי זעען די באשעפענישן און לעבנספארמען אויס אויף אזא אופן וויבאלד זיי זענען אזוי באשאפן געווארן בכוונה. דאס געדאנק אז זיי זאלן זיך האבן אנטוויקלט צוביסלעך, אן קיין דירעקטן דיזיין, האט זיך אנגעהערט נישט נאר כפירה'דיג, נאר אויך פאנטאסטיש. צווייטנס, איז עס גאר אומאינטואיטיוו אז אונז זאלן זיך האבן אנטוויקלט פון פשוטערע באשעפענישן וואס זענען גאנץ אנדערע סארטן בריאות פון אונז אן דעם וואס עמעצער זאל דאס בכיוון פלאנירן. מיר זענען צוגעוואוינט צו טראכטן אין גאר קורצע שטרעקעס צייט: מיר לעבן פאר א קנאפע 80 יאר, און אונזער גאנצע געשריבענע היסטאריע ציט זיך איבער א קנאפע פאר טויזנט יאר. מיר פארמאגן נישט קיין אינטואיטיווע השגה איבער וואס דאס באדייט הונדערטער מיליאנען יארן און וואס עס קען אלץ פארקומען אין אזא אומגעהויער לאנגער צייט.

אין די קומענדיגע ארטיקלען וועלן מיר זיך באקענען אביסל מיט די יסודות פון דער טעאריע פון עוואלוציע, אביסל איבער וויאזוי מיר ווייסן דאס, וואס עוואלוציע זאגט אונז נישט, און דאן וואס מיר קענען ארויסנעמען פון דעם פאר אונזער וועלטבאנעם.

די טעאריע פון עוואלוציע דורך נאטירליכער סעלעקציע זאגט אז ארגאניזמען אנטוויקלען זיך מיט דער צייט זיך צוצופאסן צו זייערע אומשטענדן און סביבה. וויכטיג צו באטאנען, אז ווען מען זאגט "ארגאניזמען אנטוויקלען זיך", רעדט מען נישט פון א פיזישן יחיד וואס איז א מיטגליד אין א גרופע ארגאניזמען, נאר טאקע פון דער גרופע זעלבסט. ד.ה. אז עס איז די אייגנשאפטן פון גרופעס – ספישיס – וואס טוישן זיך מיט דער צייט, נישט די אייגנשאפטן פון יחידים איבער איין לעבנסלאנג. דאס מיינט אז אויב מען באטראכט די גרופע מיט א לאנגער צייט שפעטער נאך מערערע דורות, וועט מען טרעפן אז זייערע אייגנשאפטן האבן זיך געטוישט.

וויאזוי ארבעט עוואלוציע?

עוואלוציע דורך נאטירליכער סעלעקציע איז באזירט אויף דריי יסודות:​
  • וואריאציע​
  • רעפראדוקציע​
  • סעלעקציע​
וואריאציע: וואריאציע מיינט פארשידנארטיגקייט. הגם אז די מיטגלידער אין דער זעלבער גרופע טיילן מיט די זעלבע גענעס, זענען זיי דאך נישט גענצליך אייניג. ערשטנס, הגם אז קינדער באקומען דורכשניטליך 50% פון זייערע גענעס פון זייער טאטן און 50% פון זייער מאמען[1], באקומען נישט געשוויסטער די זעלבע גענעס (חוץ אויב זיי זענען אידענטישע צווילינג), וויבאלד עס איז נישט די זעלבע 50%. פינקטליך וועלכע גענעס יעדעס קינד באקומט איז ראנדאמאל, און דערפאר זענען קיין צוויי באשעפענישן נישט גענצליך גענעטיש אייניג (ווייטער, חוץ פון אידענטישע צווילינג). צווייטנס, ביים קאפירן די גענעס פון עלטערן צו קינדער מאכן זיך אפט "טעותים" וואס ווערן אנגערופן מוטאציעס. די מוטאציעס טוישן דעם קאוד פון די גענעס פונעם קינד און קענען צוברענגען אז דאס קינד זאל אנטוויקלען אייגנארטיגע און נייע אייגנשאפטן. די רעזולטאטן פון אט די צוויי גורמים זענען אז אין יעדער גרופע ארגאניזמען ווייזן יחידים ארויס אייגנארטיגע אייגנשאפטן, צום ביישפיל פארשידנארטיגע קאלירן, הייכן, און צומאל אויך מער זעלטענע און נייע אייגנשאפטן, צום ביישפיל אן איבעריגן פינגער.

רעפראדוקציע: דאס מיינט אז ארגאניזמען קאפירן זייערע גענעס צום קומענדיגן דור. הגם אז דאס קינד וועט נישט זיין גענעטיש אייניג מיט די עלטערן, דאך וועט עס ירש'נען גענעס פון זיי, אריינגערעכנט די אייגנארטיגע קאמבינאציע פון גענעס וואס נאר זייערע עלטערן פארמאגן, ווי אויך די מוטאציעס אייגנארטיג צו זיי. נייע מוטאציעס וועלן פארקומען בשעת דער רעפראדוקציע, דאך וועלן דאס רוב גענעס וואס דאס קינד ירשנ'ט זיין אייניג צו די פון די עלטערן פון וועמען עס ירשנ'ט זיי. אלס רעזולטאט פון ירשנ'ען די גענעס, טוען קינדער ארויסווייזן אייגנשאפטן וואס געפינען זיך ביי די עלטערן, אריינגערעכט אייגנארטיגע אייגנשאפטן.

סעלעקציע: די נאטור איז א מסוכנ'דיג ארט. ארגאניזמען קאנקורירן איינער מיטן אנדערן איבער עסן, זיווגים און רעזורסן. באשעפענישן וואס ווערן נאכגעיאגט אלס רויב, דארפן זיך באהיטן פון ווערן פארצוקט. מערסטע באשעפענישן אין נאטור זענען נישט מצליח צו רעפראדוצירן און האבן קינדער איידער זיי ווערן פארצוקט אדער שטארבן פון א מאנגל אין עסן אדער פון אנדערע נאטירליכע סיבות. דאס מיינט אז קליינע יתרונות אין איבערלעבונג־פעיגקייטן וועלן הייבן די שאנסן אז אן ארגאניזם זאל איבערלעבן צו קענען רעפראדוצירן. צום ביישפיל, א רויב־חיה וואס איז אביסל שנעלער ווי דעם דורכשניט וועט פריער אנקומען צום ביסעלע רויב ווי זיינע חברים און וועט דערפאר הייבן זיינע איבערלעבונג־שאנסן. די גענעס וואס זענען אחראי אויף דער פארמערטער שנעלקייט, האבן דערפאר העכערע שאנסן צו ווערן קאפירט און רעפראדוצירט און איבערצולעבן אינעם קומענדיגן דור, און אויף אזא אופן זענען זיי געווארן סעלעקטירט – ד.ה. אויסגעוועלט – דורך נאטור.

לאמיר יעצט צאמלייגן די דריי פרינציפן אין א קלאסישן ביישפיל צו זען וויאזוי זיי פירן צוזאמען צו עוואלוציע.

ברוינע בערן פון צפון־אמעריקע זענען פארוואגלט געווארן אינעם אייזיגן ארקטיק, צי צוליב מאנגל אין עסן מער דרום, צי ווייל דער קלימאט איז געווארן קעלטער און זייער סביבה איז געווארן אייזיג. די בערן נערן זיך אויף פארשידענע ים־באשעפענישן וועלכע זיי פארצוקן אלס רויב. מאכט זיך אמאל אז א בערעלע ווערט געבוירן מיט א ראנדאמאלער מוטאציע וועלכע איז גורם אז זיין פעל איז א משהו העלער און ליכטיגער ווי זיין גרופע (וואריאציע). אט דאס בערעלע האט יעצט א קליינעם יתרון ביים געיעג נאך רויב וויבאלד עס איז אביסל שווערער צו באמערקן פונדערווייטנס מיט זיין העלערער פעל קעגן דעם אייז. עס האט א משהו מער קאמופלאזש אין פארגלייך צו זיינע חברים ווען עס קומט צו אנפאלן א קרבן אומבאמערקט. וויבאלד עס איז עס אביסל לייכטער צו פארצוקן ווי זיינע חברים, עסט עס אביסל בעסער און קען זיך אפשפארן אביסל מער ענערגיע צו האבן מער קינדער ווי דעם דורכשניט (סעלעקציע).

טייל פון די קינדער פון דעם העלערן בער, ירשנ'ען די גענעס פאראנטווארטליך פאר אט דער אייגנשאפט (רעפראדוקציע). זיי עסן אויך אביסל בעסער און האבן דורכשניטליך אביסל מער קינדער ווי די אנדערע אין דער גרופע. צווישן די העלערע בערן וועלן געבוירן ווערן בערעלעך וואס זענען מער העל אדער ווייניגער העל. דאס וועט זיך אלץ ווענדן אין די ראנדאמאלע קאמבינאציעס פון זייערע גענעס, ווי צום ביישפיל וועלכע גענעס זיי ירשנ'ען פון וועלכע פון די עלטערן. א בערעלע וואס ווערט געבוירן פון עלטערן וועלכע האבן ביידע די העלע גענע וועט אפשר זיין נאכמער העל ווי די וועלכע האבן נאר איינער פון די עלטערן מיט דער גענע. און דורכאויס דער צייט און דער פארשידנארטיגקייט וועט שטענדיג פארקומען סעלעקציע: ווי העלער דער בער, אלץ העכער זענען זיינע שאנסן צו איבערלעבן און רעפראדוצירן.

נאך פיל דורות קומט אויס אז די העלערע בערן מערן זיך פיל שנעלער ווי די טונקעלע בערן, און, נאכמער, זיי פארערגערן נאך דעם מצב פאר די טונקעלע בערן, וויבאלד זיי כאפן אויס אלע עסן און די טונקעלע קענען נישט קאנקורירן. מיט דער צייט, שטארבן די טונקעלע אפ און די העלערע ווערן אלץ מער העל, ביז זיי ווערן ווייס ווי דאס אייז און שניי ארום זיי.

עס איז כדאי זיך אפצושטעלן אויף עטליכע אייגנשאפטן פון דעם פראצעס.​
  • עוואלוציע האט נישט קיין טעלעאלאגיע. וואס מיינט דאס? מיר זענען צוגעוואוינט צו טראכטן אין מושגים פון צוועקן און צילן. ווען מיר מאכן עפעס, מאכן מיר עס פאר א סיבה אדער א צוועק. מיר בויען א הויז כדי צו וואוינען דערין; מיר גייען ערגעצוואו ווייל מיר האבן עפעס צו טון דארטן. דאס הייסט טעלעאלאגיע. עוואלוציע האט נישט קיין טעלעאלאגיע. אייגנשאפטן אנטוויקלען זיך נישט פאר א ציל. עס איז נישט ריכטיג צו זאגן אז בערן זענען געווארן ווייס כדי זיך אריינצופאסן אין דער ווייסער סביבה. דער פראצעס פון עוואלוציע איז בלינד און האט נישט קיין בליק אויף פאראויס אדער א א ציל וואוהין זי וויל אנקומען. ליבערשט, פאראורזאכט עוואלוציע אז בערן וואס זענען צופעליג העלער ווי די אנדערע האבן העכערע אויסזיכטן איבערצולעבן און איבערצוגעבן זייערע העלערע גענעס צום נעקסטן דור. די תוצאה נאך מערער דורות איז אז בערן ווערן ווייס, אבער דאס איז נישט געווען בכוונה תחילה.​
  • קליינטשיגע שינויים זאמלען זיך אן איבער טויזנטער דורות צו רעזולטירן אין גרויסע שינויים. ווי מיר האבן געזען אינעם ביישפיל, זענען בערן נישט געווארן ווייס פון איין דור צום צווייטן. סך־הכל איז די פעל געווארן א משהו העלער. הגם אז די שינוי איז א קליינע, ווילאנג עס האט אן איבערלעבונג־יתרון קען עס צוברענגען צו סעלעקציע וואס זאל מעדיף זיין די רעפראדוקציע פון אט די גענעס. די גרויסע שינוי פון טונקל ברוין צו ווייס, איז נישט פארגעקומען אויף איין מאל, נאר אין מערערע שטאפלען. וויבאלד ביי יעדן שטאפל איז דא א יתרון פאר העלערע פעל, ווערט די פעל אלץ העלער און העלער ביז זי ווערט אינגאנצן ווייס איבער טויזנטער יארן. ווי מיר וועלן זען אין די קומענדיגע ארטיקלען, האט עוואלוציע צוגעברענגט צו גרויסע שינויים, ווי צום ביישפיל די אנטוויקלונג פון פליגלען, אויגן אא"וו. אבער עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז אזא קאמפליצירטער אבר ווי א פליגל האט זיך נישט אנטוויקלט איבערנאכט אין איין דור, נאר איבער מיליאנען יארן און טויזנטער דורות. ביי יעדן שטאפל האט זיך אנטוויקלט א קליינע שינוי וואס האט געגעבן א קליינע, אבער באדייטנדע, איבערלעבונג־יתרון פארן ארגאניזם מיט דער אנטוויקלטער אייגנשאפט. נאר נאך טויזנטער קליינע שטאפלען קען מען באמערקן א גרויסע שינוי אין פארגלייך מיטן אנפאנג פון דעם פראצעס, און אט זעען מיר א באשעפעניש מיט פליגלען.​
אין די קומענדיגע ארטיקלען וועלן מיר לערנען וועגן דער היסטאריע פון דער עוואלוציאנערישער אנטוויקלונג פון לעבנספארמען, עמפירישע באווייזן פאר דער טעאריע, וואס די טעאריע זאגט אונז נישט, און וואס זענען אירע ברייטערע מוסר־השכלען.

[1] דאס רעדט זיך פון ארגאניזמען וואס ווערן געבוירן דורך סעקסואלער רעפראדוקציע. פיל ארגאניזמען האבן נאר איין 'געבוירער'.​
 
לעצט רעדאגירט:

מען דארף מסביר זיין ווי אזוי איז דאס, אז מיט די עוואלוציע האבען זיך אנטוויקעלעט די פילע מינים .
צו קען מען אהנעמען אז דער פליג פון היינט וועט אין
צעהן מילאארד יאהר ארום ווערן א לייב?, אדער אז דער בער פון היינט וועט אין יאהרן ארום זיך דעוועלאפען צו ווערן א באדערפליי ? צו מען מוז זאגען אז די תחילת המינים איז יא געוועהן מיט א באשאפער וואס האט זיי גישאפען אנדערש, און ערשט דערנאך טוען זיי זיך דעוועלאפען לויט די עוואלוציע, ווייל אויב נעמט מען אהן אזוי. ביסטו גיהעריג צוריק צו מעשה בראשית
תן לחכם ויחכם .
 
מען דארף מסביר זיין ווי אזוי איז דאס, אז מיט די עוואלוציע האבען זיך אנטוויקעלעט די פילע מינים .
צו קען מען אהנעמען אז דער פליג פון היינט וועט אין
צעהן מילאארד יאהר ארום ווערן א לייב?, אדער אז דער בער פון היינט וועט אין יאהרן ארום זיך דעוועלאפען צו ווערן א באדערפליי ?

יא, עוואלוציע באשרייבט וויאזוי מינים - ספישיס - אנטוויקלען זיך פון איינעם צום צווייטן. מיר וועלן זיך אנטרעפן מיט מער דעטאלן אין קומענדיגן ארטיקל, אבער דער יסוד איז אז אנטוויקלונגען קומען פאר גאר צוביסלעך, אין גאר קליינע שינויים. נאר ווען מען לייגט דאס אלץ צוזאמען נאך מיליאנען יארן זעט מען אז נייע ספישיס האבן זיך אנטוויקלט. און באמת זענען פאראן געוויסע באשעפענישן וועלכע האבן גאר קורצע דורות און מען קען אבזערווירן דעם טויש פון איין ספישיס צום אנדערן אין א לאבארטאריע אינערהאלב עטליכע יאר. מער אין קומענדיגן ארטיקל.
 
מיין פראגע איז , ווי אזוי האט זיך פון די זעלבע חומר קדום,דעוועלאפט אזוי פיעל מינים נאטירליך אהן א דירעקטאר ?
מען קען זאגען טהעאריען און שפעקעלירונגען אבער דאס איז נישט עמפיריקעל סייענס עס איז ערקלערונגען, וואס אם קבלה הוא נקבל ואם לא איז עס ריק להבל דמה ,
 
ווארטזשע ביטע אויס צום נעקסטן ארטיקל.
 
@יוסקע ווארטעמאן דו קענסט ברענגען א בעיסיק סימפל טשארט אדער גראף וועלכער איז מסביר וויאזוי דנא האט ”זיך אנטוויקלט” אליינס? וויאזוי האט זיך דאס אנגעהויבן? און וויאזוי זענען ”צוגעקומען” אלע קראומאוזאמס?
 
דאס איז נישט עוואלוציע נאר abiogenesis
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top