עמפירישע באווייזן פאר דער 'גרויסער זעץ' טעאריע (די וועלט, י"ב)

יוסקע ווארטעמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 4, 2025
מעסעדזשעס
83
רעאקציע ראטע
752
פונקטן
103
די וועלט, דער מענטש און אידישקייט, חלק י"ב - עמפירישע באווייזן פאר דער 'גרויסער זעץ' טעאריע

מען קען טרעפן די פריערדיגע ארטיקלען אין דער סעריע דא.

אין פריערדיגן ארטיקל האבן מיר ארומגערעדט די שוועריקייטן פון "אויפווייזן" קאמפליצירטע סייענטיפישע טעאריעס אינערהעלב די באגרעניצונגען פון אזא סעריע. דאך וועלן מיר אין יעצטיגן ארטיקל אנרירן עטליכע שטריכן פון די עמפירישע באווייזן פאר דער 'גרויסער זעץ' (ביג בענג) טעאריע אויפן שפיץ גאפל.

אפילו נאך איידער די טעאריע איז פארגעשלאגן געווארן, האט איינשטיין'ס טעאריע פון אלגעמיינער רעלאטיוויטעט (וואס איז באשטעטיגט דורך אומאפהענגיגע עמפירישע באווייזן) פאראויסגעזאגט די מעגליכקייט אז חלל זעלבסט קען זיך אויסציען און פארשפרייטן. אין אלגעמיינער רעלאטיוויטעט איז חלל נישט עפעס וואס איז סטאטיש און אינערהאלב וואס די אנדערע ערשיינונגען פון פיזיק קומען פאר, נאר חלל זעלבסט איז א דינאמישע סובסטאנץ אונטערגעווארפן צו די כחות פון נאטור, און דערפאר טוט עס אויך שפירן קרעפטן און רעאגירן צו ארומיגע פיזישע ערשיינונגען. אט דער פאקט האט ערמעגליכט די אפציע אז דער אוניווערס זעלבסט איז נישט סטאטיש, און אז זיין גרייס טוישט זיך מיט דער צייט.

אין די 1920ער יארן האט דער בעלגישער גלח און פיזיקער לעמעטר פארגעשלאגן די ערשטע 'ביג בענג' טעאריע (ער האט דאס נישט אנגערופן מיט דעם נאמען), באזירט אויף די אסטראנאמישע אבסזערוואציעס פון האבל. האבל האט אבזערווירט די ערשיינונג פון 'רויטפארשיבונג' (רעד שיפט) – אז דער קאליר פון ווייטע גאלאקסיעס זענען מער רויטלעך ווי נאנטע, און נאכמער, אז וואס ווייטער זיי זענען, אלץ רויטליכער זענען זיי.

וואס איז דער באדייט פון דער ערשיינונג?

ליכט איז אן עלעקטראמאגנעטישע כוואליע. די כוואליע־לענג באשטימט דעם קאליר פון דער ליכט. זעעוודיגע ליכט לויפט אין א ספעקטרום פון בלוי, די קירצטע כוואליע־לענג, ביז רויט, די לענגסטע כוואליע־לענג. ווען א כוואליע קומט צו אונז פונדערווייטנס זעען אויס אירע כוואליע־לענגען ווי כאילו זיי זענען צוזאמגעקוועטשט, און דערפאר מער בלויליך. משא"כ ווען א כוואליע פארט אוועק פון אונז, זעען די כוואליע־לענגען אויס ווי זיי זענען אויסגעצויגן, און דערפאר מער רויטליך. און ווי שנעלער די כוואליעס רוקן זיך צו אונז אדער אוועק פון אונז, אלץ מער זעען זיי אויס צוזאמגעקוועטשט אדער אויסגעצויגן, און דערפאר, אלס מער זעען זיי אויס בלויליך אדער רויטליך. די ערשיינונג הייסט 'דער דאפּלער עפעקט' און עס איז אן ערשיינונג וואס איז אינגאנצן אומאפהענגיג פון דער ספעציפישער 'גרויסער זעץ' טעאריע.

די אבזערווירטע רויטפארשיבונג אין חלל זאגט אונז אז גאלאקסיעס וואס זענען ווייט פון אונז פארן אוועק פון אונז, און ווי ווייטער א גאלאקסיע איז פון אונז, אלץ שנעלער פארט זי אוועק פון אונז.

פארוואס?

האט לעמעטר פארגעשלאגן אז אויב דער חלל זעלבסט ציט זיך אויס און שפרייט זיך אויס, דאן קען מען מסביר זיין די אבזערוואציע. וויבאלד איבעראל ציט זיך דער חלל אויס, קומט אויס אז אביעקטן אין חלל האלטן זיך אין איין רוקן ווייטער און ווייטער איינער פון צווייטן, און נאכמער, ווי ווייטער אביעקטן זענען שוין איינער פון צווייטן, אלץ שנעלער רוקן זיי זיך אוועק נאך ווייטער, וויבאלד עס איז פאראן מער חלל צווישן זיי און דערפאר מער אויסגעשפרייטער חלל וואס זאמלט זיך אן צווישן זיי ווען דער חלל ציט זיך אויס. דערפאר זענען ווייטע גאלאקסיעס מער רויטפארשיבט וויבאלד זיי רוקן זיך אוועק פון אונז שנעלער בשעת ווען דער חלל שפרייט זיך אויס.

לעמעטר האט אויך פארגעשלאגן אז טאמער דרייט מען צוריק דעם זייגער, קומט אויס אז אז ווען מען גייט צוריק אין צייט זענען די גאלאקסיען געווען נענטער איינע צו דער אנדערער, און אז מען גייט צוריק גענוג פרי זענען זיי בעצם אלע געווען אין איין געדיכטן און צוזאמגעקוועטשטן 'אטאם' איידער דער חלל האט זיך אנגעהויבן אויסשפרייטן.

לעמעטר'ס טעאריע האט געמאכט עטליכע פאראויסזאגונגען (פרעדיקציעס) וואס זענען ערשט שפעטער באשטעטיגט געווארן עמפיריש. די פרטים זענען גאנץ טעכניש, אבער לאמיר דא באטראכטן צוויי פון זיי נאר אין ראשי־פרקים.
  • ניוקלעאָסינטעז: לויט דעם 'גרויסער זעץ' מאדעל איז געווען א קורצע תקופה פון צייט גאנץ אין אנפאנג, ווען דער אוניווערס איז געווען גענוג געדעכט און גענוג הייס אז פון עלעמענטארישע פארטיקלען האבן זיך געקענט פארמען אטאמען. ווען מען מאכט די מאטעמאטישע חשבונות, שטעלט זיך אויס אז נאר די קלענסטע עלעמענטן האבן זיך דאן געקענט פארמען. און נאכמער, די מאטעמאטיק געבט ספעציפישע פראפארציעס צווישן אט די פארשידענע קליינע עלעמענטן, וואס די טעאריע זאגט פאראויס אז זיי דארפן צו עקזיסטירן היינט אינעם אוניווערס אין אט די פראפארציעס. און טאקע, ערשט יארן שפעטער האבן פינקטליכע מעסטונגען באשטעטיגט אז די עלעמענטן עקזיסטירן טאקע אין אט די פראפארציעס.​
  • קאָזמישע מיקראָכוואליע שטראלונג (Cosmic Microwave Radiation – CMB): די טעאריע זאגט פאראויס אז עס וועלן עקזיסטירן איבערבלייבענישן פון 'שטראלונג' (radiation) פון דער צייט ווען דער אוניווערס איז נאך געווען גאר געדעכט און גאר הייס. מאטעמאטישע חשבונות האבן אויסגערעכנט און פאראויסגעזאגט די טעמפעראטור פון דער שטראלונג. און טאקע מיט יארן שפעטער איז די שטראלונג אנטדעקט געווארן מיט דער פאראויסגעזאגטער טעמפעראטור, און קיין שום אנדערער הסבר פאר דער עקזיסטענץ פון דער שטראלונג איז נישט פאראן.​
ווי ארומגערעדט אין פריערדיגן ארטיקל, איז אוממעגליך אריינצוגריין אין די פרטים פון אזא קאמפליצירטער און סאפיסטיקירטער טעאריע אן דעם וואס מען זאל זיין גוט באהאוונט מיט פיזיק און מאטעמאטיק – וואס איז עפעס וואס סטודענטן שטודירן איבער פילע יארן. אבער איך האף אז אין די לעצטע פאר ארטיקלען האב איך אייך געגעבן א קליינע טועמיה איבער וואס דא גייט פאר, און גענוג סיבה אז איר זאלט באטראכטן די טעאריע מיט אן ערנסטקייט, און אפשר אויך אן אפעטיט צו וועלן וויסן, לערנען און פארשטיין מער.

די 'גרויסער זעץ' טעאריע צוזאמען מיט די געזעצן פון פיזיק ערקלערן וויאזוי דער אוניווערס האט זיך געפארעמט פון ווען עס איז געווען א קליינע, געדעכטע סינגיולאריטי, ביז די שאפונג פון אטאמען, שטערנס, גאלאקסיען און פלאנעטן. אין קומענדיגן ארטיקל וועלן מיר ממשיך זיין מיט דער געשיכטע, צו פארשטיין וויאזוי פון א רויען פלאנעט איז געווארן אונזער כדור־הארץ פול מיט לעבן.​
 
Back
Top