די חילוק צווישן רוחניות׳דיגע הנאה און הנאה גשמיות

בכלל נישט די זעלבע. ער וויל נישט נאך און נאך שווערע ארבעט און ער האט נישט דעי צופרידענע אויסגעלאטערטע פנים ווי נאכן לערנען א גאנצן טאג
אקעי איז ניץ נישט דעם משל פון שווערע פיזישע ארבייט. האו אבאוט שטודירן אין מאטעמאטיק, סייענס, פיזיק, ביאלאגיע וכדומה א גאנצן ליבן טאג? מבלייבט פינקט מיט אזא גלאטן פנים ווי דער וואס זיצט אין כולל און לערענט שור שנגח את הפּרה א גאנצן טאג
 
אמת אויב דו טוסט א זאך וואס שפירט נישט ווי תכלית פילט מען ליידיג נאכדעם.
אבער אויב דו גלייבסט באמת אז וואס דו טוסט איז גאר וויכטיג, למשל אויב וואטשן דעם מאווי האט באמת פארשטערקערט זייער שטארק דיין שלום בית, וועסטו שוין איינמאל פילן גוט.

און די משל פון די בלאט גמרא איז סתם אינגאנצן אנדערשט. ווייל ווען א מענטש מוטשעט זיך אנצוקומען צו עפעס זאל עס זיין פארשטיין א טיפע שטיקל קאנט אדער א שווערע רמב"ם, פארשטייט זיך געבט עס סיפוק ווייל דו פילסט האסט עפעס אויפגעטון און דערגרייכט עפעס דארך ארבעטן פאר דעם.
און א mastery based הנאה איז אודאי מער ווי א פאסיווע הנאה. דאס איז פסיכאלאגיע, א שאך שפילער. א פילאסאף, א מיוזישן, פילן די זעלבע.

אויב דו וואלסט געגלייבט אז לייענען Winnie the Pooh פאר דיינע קינדער איז א מצווה וואלסטו אויך געפילט א משונה'דיגע סיפוק פון דעם.

און נאך מער ווי דעם טאמער דו וועסט זיך דיפראגראממען פון וואס מ'האט אריינגעבאקן אין דיך אז פארברענען צייט איז די ארגסטע, און וועסט אנהייבן פארשיין אז די עיקר תכלית איז די לעבן אליינס, און האסט זיך געהיילט פון די גילט טריפ. וועסטו אנהייבן ענדשויען פאן און אינטערטיינמענט מער - ווילאנג ס'איז באלאנסט ריכטיג.
 
די ווארט פון קהלת ויום המות מיום הוולדו דאס קיצעלט יעדנס בוואוסטזיין, און עס ווערט מער נרגש
און עס דרוקט מער, נאך א מאוווי אדער א געים, מען האט זיך ענדזשויט און גיהאט די גוד טיים, אבער עס איז בדיל ויעבור, עס איז חלף עבר, עס איז סך הכל א מינוס פון די ימים הקצובים עלי אדמות, און דאס ברענגט נאטירליך עצבות און אומעטיגקייט,סוף סוף
-וואס וועט זיין דער סוף וואס וועט זיין די תכלית -
אבער אז מען לערנט א בלאט גמרא, און מען גיט א שעה פארדעם, איז נאכדעם טראכט מען, אט די שעה איז דא,ער איז נשאר לחיי עולם,און עס איז אריין אין מיין אקאונט , און דאס קומט פון דעם חינוך מיט וואס מען איז אויפגיוואקסן מעת ילדותו,אונז האפען אז עס איז טאקע אזוי, און דאס גיט די סעטיספעקשן, עס גלויבט זיך אז דער מאטעמאטיקער האט דאס נישט.
דאס איז מיוחד פאר עמך ישראל אשר בך אתפאר.
 
אז דו ברענגסט שוין פון קהלת דארפסטו אויך ברענגען
יָדַ֕עְתִּי כִּ֛י אֵ֥ין ט֖וֹב בָּ֑ם כִּ֣י אִם־לִשְׂמ֔וֹחַ וְלַעֲשׂ֥וֹת ט֖וֹב בְּחַיָּֽיו׃

כִּי֩ מִקְרֶ֨ה בְֽנֵי־הָאָדָ֜ם וּמִקְרֶ֣ה הַבְּהֵמָ֗ה וּמִקְרֶ֤ה אֶחָד֙ לָהֶ֔ם כְּמ֥וֹת זֶה֙ כֵּ֣ן מ֣וֹת זֶ֔ה וְר֥וּחַ אֶחָ֖ד לַכֹּ֑ל וּמוֹתַ֨ר הָאָדָ֤ם מִן־הַבְּהֵמָה֙ אָ֔יִן כִּ֥י הַכֹּ֖ל הָֽבֶל׃
הַכֹּ֥ל הוֹלֵ֖ךְ אֶל־מָק֣וֹם אֶחָ֑ד הַכֹּל֙ הָיָ֣ה מִן־הֶֽעָפָ֔ר וְהַכֹּ֖ל שָׁ֥ב אֶל־הֶעָפָֽר׃
מִ֣י יוֹדֵ֗עַ ר֚וּחַ בְּנֵ֣י הָאָדָ֔ם הָעֹלָ֥ה הִ֖יא לְמָ֑עְלָה וְר֙וּחַ֙ הַבְּהֵמָ֔ה הַיֹּרֶ֥דֶת הִ֖יא לְמַ֥טָּה לָאָֽרֶץ??׃
וְרָאִ֗יתִי כִּ֣י אֵ֥ין טוֹב֙ מֵאֲשֶׁ֨ר יִשְׂמַ֤ח הָאָדָם֙ בְּֽמַעֲשָׂ֔יו כִּי־ה֖וּא חֶלְק֑וֹ כִּ֣י מִ֤י יְבִיאֶ֙נּוּ֙ לִרְא֔וֹת בְּמֶ֖ה שֶׁיִּהְיֶ֥ה אַחֲרָֽיו׃

כִּ֣י מִֽי־יוֹדֵ֩עַ֩ מַה־טּ֨וֹב לָֽאָדָ֜ם בַּֽחַיִּ֗ים מִסְפַּ֛ר יְמֵי־חַיֵּ֥י הֶבְל֖וֹ וְיַעֲשֵׂ֣ם כַּצֵּ֑ל אֲשֶׁר֙ מִֽי־יַגִּ֣יד לָֽאָדָ֔ם מַה־יִּהְיֶ֥ה אַחֲרָ֖יו תַּ֥חַת הַשָּֽׁמֶשׁ׃

הִנֵּ֞ה אֲשֶׁר־רָאִ֣יתִי אָ֗נִי ט֣וֹב אֲשֶׁר־יָפֶ֣ה לֶֽאֱכוֹל־וְ֠לִשְׁתּ֠וֹת וְלִרְא֨וֹת טוֹבָ֜ה בְּכׇל־עֲמָל֣וֹ ׀ שֶׁיַּעֲמֹ֣ל תַּֽחַת־הַשֶּׁ֗מֶשׁ מִסְפַּ֧ר יְמֵי־חַיָּ֛ו כִּ֚י לֹ֣א הַרְבֵּ֔ה יִזְכֹּ֖ר אֶת־יְמֵ֣י חַיָּ֑יו.

כֹּ֠ל אֲשֶׁ֨ר תִּמְצָ֧א יָֽדְךָ֛ לַעֲשׂ֥וֹת בְּכֹחֲךָ֖ עֲשֵׂ֑ה כִּי֩ אֵ֨ין מַעֲשֶׂ֤ה וְחֶשְׁבּוֹן֙ וְדַ֣עַת וְחׇכְמָ֔ה בִּשְׁא֕וֹל אֲשֶׁ֥ר אַתָּ֖ה הֹלֵ֥ךְ שָֽׁמָּה׃

שְׂמַ֧ח בָּח֣וּר בְּיַלְדוּתֶ֗יךָ וִֽיטִֽיבְךָ֤ לִבְּךָ֙ בִּימֵ֣י בְחוּרוֹתֶ֔יךָ וְהַלֵּךְ֙ בְּדַרְכֵ֣י לִבְּךָ֔ עַ֣ד אֲשֶׁ֤ר לֹא־יָבֹ֙אוּ֙ יְמֵ֣י הָֽרָעָ֔ה וְהִגִּ֣יעוּ שָׁנִ֔ים אֲשֶׁ֣ר תֹּאמַ֔ר אֵֽין־לִ֥י בָהֶ֖ם חֵֽפֶץ׃
 
קווייט דעפרעסינג, מען דארף זוכען עפעס א גוט ווארט דא זיך אויפצומינטערן , אפשר ״ כי אם לשמוח ולעשות טוב בחייו ״ רוח האדם העלה היא למעלה ״ כל אשר תמצא בידך לעשות בכחך עשה ״
אבער ער זאגט דאך ״כמות זה כן מות זה״ עס פעהלט עפעס אן אויספיר, וואס דער חכם מכל אדם האט פארהוילען , אויף וואס מען קען זאגען
זה ינחמנו,- צו די ענדע פון די מגילה זאגט ער שוין יא עפעס ״סוף דבר את אלהים ירא ואת מצוותיו שמור כי זה כל האדם ״ הגם עס זעהט אויס אזוי ווי צוגעשטיקעלט פון אן אנדערן מחבר, אבער דאס ראטעוועט די גאנצע מגילה, אז אלעס איז הבל און הבל הבלים וואס האט מען פון די גאנצע עסק דא?בלייבט ער מיט אלהים ירא ואת מצוותיו שמור , און וואס איז שוין דענסטמאהל ? מען דארף משלים זיין מיט א וואורלד עפטער אז עס דא עולם הבא , איז דאך עיקר חסר מן הספר , תשבי יתרץ ,
די תלמוד זאגט אין נאהמען פון רב יהודה בריה דרב שמואל בר שילת - מלמד פון אמורא שמואל אלץ יונגעל - שבקשו לגנוז ספר קהלת שדבריו סותרים זה את זה , און מען האט מיישב גיוועהן די סתירות , האט מען עס צוגעלייגט צו די כתובים,
אבער דער חסרון פון חיי עולם הבא איז ניכר,אבער דער אמת איז,אז חיי עולם הבא ווערט כמעט נישט בפירוש דערמאנט אין תנ״ך, נאר דרך העברה פון די נביאה אביגיל, ווי זי רעדט צו דוד, ער זאל זיך אפ לאזען פון איהר מאן נבל, וואס האט מורד גיוועהן און איז נתחייב גיווארען מיתה זאגט זי די ווערטער
״והיתה נפש אדני צרורה בצרור החיים את ה׳ אלהיך, ואת נפש איבך יקלענה בכף הקלע ״ א אויסדרוק אויף שכר ועונש בעולם הבא .
סאו,קען מען נישט עקספעקטען אז קהלת זאל עס יא בפירוש ערוועהנען , עולם הבא איז תורה שבעל פה ולא ניתן לכתוב .
 
Back
Top