ליטעראטור פון יצחק באשעוויס זינגער

בעל מחשבה

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יאנ. 5, 2025
מעסעדזשעס
1
רעאקציע ראטע
8
שלום עליכם קרעמל! איך עפן דא אן עקסטרע שנירל ספעציעל געאיינגט פאר די רייכע ליטעראטור פונעם מייסטער שרייבער יצחק באשעוויס זינגער. צום ערשט וויל איך ארויפברענגן אויפן אויבערפלאך א בוך פון אים גערופן "דער בעל תשובה". איך פערזענליך האב עס אדורכגעליינט און גאר שטארק הנאה געהאט דערפון סיי די אינהאלט פונעם געשיכטע און סיי די שרייבווערק זעלבסט. עס וואלט מיר געווען העכסט אינטערסאנט צו הערן פון די קרעמל מיטגלידער זייערע קאמענטארן איבערן בוך. דא קען מען דאונלאדון די בוך https://dn790008.ca.archive.org/0/items/nybc206235/nybc206235.pdf
 
א דאנק פאר׳ן עפענען דעם אשכול, איך וויל טאקע אויסטשעקן דעם ביכל, sounds interesting- א גרויסן יישר כח פאר׳ן מיטיילן דעם לינק וואו מ׳קען הנאה האבן דערפון אומזיסט*

דא האב איך שוין א צייט צוריק מיטגעטיילט מיין התפעלות פון די צוויי volumes ״פון מיין טאטן׳ס בית דין שטוב״ וועלכע ער האט געשריבן - איין געוויסע שלום בית מעשה דארט האט מיר ספעציעל געכאפט ביים הארץ

(*פאר מיר ספעציעל איז עס מער פּראקטיש ווי ארויסנעמען אזא בוך פון לייברערי ווייל איך ענדיג נישט שנעל ליינען און נאכדעם דארף איך צאלן late fees פאר׳ן צוריקברענגען א ביכל שפעט.
איך ניץ היינט בלויז די עפּפּ Libby ווייל דארט איז נישטא דעם פראבלעם)
 
לעצט רעדאגירט:
איז דאס באשעוויס פון שטיסל? ,🤣
 
אין וועלכע לייברערי איז דא צ באקומען אלטע אידישע ביכער?

וואס איז דאס די עפפ ליבי?

און אלע אלטע אידישע ביכער זענען דא צובאקומען אנליין בחינם אין כסף ביי אידישבוקסענטער.קאם
 
1. איך ווייס די לייברעריס אין מאנהעטן: JTS און ישיבה יוניווערסיטי- YU האבן זיכער. לכאורה NY לייברערי האט אויך
אין קענעדע איז דא די Jewish Public Library וואס האט א היפשע קאלעקשן פון ביכער און מאוויס אין אידיש

2.Libby עפּפּ איז עוועילעבל אין אמעריקע און קענעדע און דאכצעך אין אנדערע מדינות אויך- אבער לכאורה האבן זיי נישט אידישע ביכער. איך נוץ זיי פאר ענגלישע ביכער (מ׳דארף קודם זיך איינשרייבן ביי א לאקאלע לייברערי -אומזיסט- דורך אן ID און proof of address - א דרייווער׳ס לייסענס האט שוין ביידע) און דערנאך download the app און דו קענסט בארגן סיי וועלכע בוך דו טרעפסט פאר א גוטע פאר וואכן (זיי שיקן דיר אן אימייל אויב מ׳דארף עס שוין צוריקגעבן און דו קענסט עס ווידער באנייען אויב קיינער ווארט נישט דערויף. די מעלה איז אז דו מוזט עס נישט צוריקגעבן, זיי קענען עס אליין צוריקנעמען - איך בין זיך מחי׳ מיט דעי עפּפּ ווייל ס׳נישטא בכלל די דאגה פון late fees פאר׳ן צוריקגעבן שפעט א ביכל

3. גערעכט. און מ׳קען אפילו ארויספרינטן וועלכע בוך מ׳וויל נאר
 
YIVO אין מאנהעטען האט א ריזיגע אוצר פון אידישע ביכער. סאיז ווערט א באזוך
 
Back
Top