לזיכוי הרבים - 12000 אידישע ביכער דיגיטאליזירט ביים "אידיש בוך־צענטער"

יוסקע ווארטעמאן

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 4, 2025
מעסעדזשעס
15
רעאקציע ראטע
169
פונקטן
23
איך וויל ברענגען צום באוואוסטזיין פונעם עולם דעם געוואלדיגן אוצר פון אידישער ליטעראטור וואס איז דא בחינם ביים אידיש בוך־צענטער. דעם צענטער'ס וועבזייטל לאזט אראפלאדענען בחינם PDFס פון 12000 אידישע ווערק, אריינגערעכנט פיל פון די קלאסישע אידישע ליטעראטור פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט. איר קענט צום ביישפיל טרעפן דארט אלע ווערק פון שלום־עליכם, י.ל. פרץ, מענדעלע מוכר־ספרים, י.ב. זינגער און נאך און נאך. צי איר זוכט ליטעראטור, וויסנשאפט, היסטאריע וכו וכו, וועט איר דארט טרעפן עפעס זיך צו באנעצן די לעפצן און אפצושטילן דעם דורשט.

איך וועל נאר ברענגען עטליכע דוגמאות פון ווערק וואס איך האב לעצטנס דורכגעליינט נאכן אראפלאדענען פונעם צענטער:
אונז אידיש-רעדנדער וועלכע דארשטן נאך אביסל וועלטליכער וויסנשאפט און ליטעראטור אין אונזער היימישן לשון, פארמאגן דא אן אומשאצבארן אוצר - ממש א שליסל צו דער וועלט'ס וויסנשאפט אין יעדער נושא וואס מען קען זיך נאר פארגליסטן. עס איז מיר א חידוש אז דער רעזורס איז נישט מער באקאנט און באניצט און דערפאר ברענג איך דא די גוטע בשורה צום ציבור וואס וועט וויסן וויאזוי דאס אפצושאצן.

עס וועט מיר זיין א זכות אויב איך קען העלפן עמעצן טרעפן דא עפעס זיך צו דערקוויקן דאס הארץ. לאזט מיר וויסן אויב איר ווילט עפעס רעקאמענדאציעס אויף סיי וועלכער נושא און איך וועל זיך משתדל זיין עפעס אנצוטראגן.
 
איז דא א וועג צו פרינטן אזעלכע ביכער אין א שיינע פארמאט פאר ביליג? איך האב נישט ליב צו לייענען אויף א סקרין, און א זאק פאפירן מיט א סטעיפל איז אויך נישט פראקטיש, אויב וואלט איך געקענט פרינטן אזעלכע ביכער אלס א פאקטישע ביכל מיט א סאפט קאווער וואלט מיר עס געמאכט סאך מער לייענען.
 
אפשר קען די 'מכון @כוואליעס' צושטעלן אזא סערוויס לטובת החיים והמתים אויב איז דא א דימענד פאר ספעציפישע ביכער. מיט אמאזאן זענען זיי דאך אויפגעסעט סייווי, דארף מען נאר אויסשטעלן דאס געשעפט זאל זיך לוינען..

אין די לאנג ראן דארף מען אפשר ארבייטן אויף א ברייטערע אונטערנעמונג געהעריג איבערצודרוקן די אלטע יצירות, פארשענערן די פרינט און (arguably) פארהיינטיגן געוויסע אויסשפריכן אדער מאכן אזא עברי-טייטש סטיל אונטערקאלום.
 
די פראבלעם איז אז די טעקסטן זענען נישט ממש דיגיטאליזירט, נאר ארויפגעלאדנט אלס pdfס. די OCR טעכנאלאגיע וואס קען ארויסשאפן די טעקסט גופא פראדוצירט פיל שגיעות און פאדערט אסאך ארבעט אויף דאס צו קענען ארויסשטעלן אלס א ליינבארער טעקסט.

אבער בנוגע דעם פראיעקט זעלבסט בין איך שטארק מסכים. ווען עס איז דא די געלט און צייט דערפאר, וואלט מען געדארפט איבערדרוקן די קלאסישע און וויכטיגע ווערק אויף אזא אופן און זיי צוגענגליך מאכן פארן ציבור
 
וואס איז מיט זיי די יידישיסטן? זיי האבן דאך מער געלט ווי חסידים פאר די זאכן. קיינער ארבעט נישט צו איבערדרוקן די סחורה?
 
עפעס א בוך וואס איז היסטוריה פין חסידים אדער גדולים אדער בכלל אונזער לעבן אין דער אלטער היים
 
איז דא א וועג צו פרינטן אזעלכע ביכער אין א שיינע פארמאט פאר ביליג? איך האב נישט ליב צו לייענען אויף א סקרין, און א זאק פאפירן מיט א סטעיפל איז אויך נישט פראקטיש, אויב וואלט איך געקענט פרינטן אזעלכע ביכער אלס א פאקטישע ביכל מיט א סאפט קאווער וואלט מיר עס געמאכט סאך מער לייענען.
Print my PDF | Print-my-PDF.com
 
איז דא א וועג צו פרינטן אזעלכע ביכער אין א שיינע פארמאט פאר ביליג? איך האב נישט ליב צו לייענען אויף א סקרין, און א זאק פאפירן מיט א סטעיפל איז אויך נישט פראקטיש, אויב וואלט איך געקענט פרינטן אזעלכע ביכער אלס א פאקטישע ביכל מיט א סאפט קאווער וואלט מיר עס געמאכט סאך מער לייענען.
א אי-בוק (קינדל וכדו'), וואלט לכאורה געווען א גוטע אפציע פאר דיר. שוין דא היינט אי-בוק טעבלעט'ס מיט פולע ענדרויד מעגליכקייטן.
(פאר שבת איז עס טאקע נישט קיין עצה)
 
Similar threads

Back
Top