כוואליעס ארטיקל מיסטעריעזע קמיעות

די ארטיקל איז ערשינען אין די ״כוואליעס״ אויסגאבע
חלק א'

דורך הרב פנחס אליעזר הלוי דונער (איבערגעטייטשט פון דא)

די אטמאספער אין צימער איז געווען ערנסט און אנגעשטרענגט. דער עלטערער רב איז געליגן אויף א וואקלדיגער בעט, ארומגענומען מיט משפחה און א האנדפול נאנטע פריינט, זיין אטעם שווער, זיין איינגעקנייטשטער פנים איינגעפאלען און בלאס. דאס איז נישט געווען סתם א עלטערער רב; דאס איז געווען איינער פון אייראפע'ס מערסט איינפלוסרייכע רבנים, רבי יעקב עמדין, און דאס זענען געווען זיינע לעצטע מאמענטן. ביי אכט און אכציג יאר האט ער דערגרייכט א זיידענע עלטער. ער האט איבערגעלעבט צוויי פון זיינע דריי ווייבער, און די מערהייט פון זיינע צוואנציג קינדער. אמאל א רייכער און מוצלח'דיגער געשעפטסמאן, האבן זיינע גליקן זיך איבערגעדרייט און נאר א יאר פריער איז ער געצווינגען געווארן צו זוכן הילף פון קהל'ס קאסע. זיין געזונט איז געווען אין א ירידה פאר א לאנגע צייט, און דער פארלוסט פון זיין זעה קראפט האט אין ענדע אים געברענגט צו גאנצער בלינדקייט, וואס האט אים צוגענומען זיין איינציגע פארבליבענע הנאה – ליינען און לערנען די פילע ספרים אין זיין פריוואטער ביבליאטעק.

עס איז געווען ל' ניסן ה'תקל"ו (April 19 1776). פאר מער ווי א פערטל יארהונדערט איז אלע פון ר' יעקב עמדין'ס ענערגיע געווען געווידמעט און געגעבן צו נאר איין זאך – זיכער מאכן אז יעדער ג-ט פארכטיגער איד זאל וויסן דעם פאקט אז דער הויפט רב פון האמבורג און געערטער רבני'שער פירער, רבי יונתן אייבשיץ, איז נישט דער פרומער איד וואס ער האט זיך ארויסגעגעבן צו זיין, נאר איז טאקע א געהיימער גלויבער אין דעם פאלשן משיח, שבתי צבי, און אז ער האט כיטעריש אריינגעברענגט שבתאית'דיגע כפירה אין דער הויפטשטראם פון אידישקייט.

ר' יונתן אייבשיץ האט שוין נישט געלעבט פאר צוועלף יאר. אבער זיין פטירה האט נישט אפגעהאלטן ר' יעקב'ס קאמפיין. אין פאקט, עס האט אויסגעזען אז עס האט נאר פארגרעסערט זיין מערכה. ר' יעקב איז געווען פעסט באשלאסן אז דער מענטש וואס ער האט באטראכט אלס דער מוסטער פון שלעכטס וועט קיינמאל נישט ווערן פארהייליגט אדער ארויפגעקוקט. אפילו ווען ר' יונתן איז באערדיגט געווארן צוועלף יאר פריער האט ר' יעקב געגעבן א 'הספד' אין וועלכן ער האט אים באשולדיגט אין אפנויגן פון די תורה און ערגער, און האט ערשטוינט זיין עולם מיט דער שטארקייט פון זיינע פארדאמונגען. אבער יעצט, ווען די קליינע גרופע קרובים און פריינט זענען געשטאנען שטיל, באטראכטנדיג דעם עלטערן רב ווי זיין לעבן איז אויסגעלאפן, איז די לעצטע זאך אויף זייערע מחשבות געווען ר' יונתן אייבשיץ. אלעס וואס זיי האבן זיך געקימערט איז געווען דער באלדיגע לעצטע אטעם פון דעם ריז פון אידישער פירערשאפט, וואס איז געווען אין צענטער פון אייראפע'ישער אידישער לעבן פאר מער ווי פופציג יאר. דער ביטערער מחלוקת צווישן אים און זיין ארכי-פיינט איז געווען זייער ווייט אין יענעם מאמענט און אויב איינער אין צימער האט געגעבן א מחשבה דערויף, וואלט עס נאר געווען צו באטראכטן דעם פאקט אז דער קאנפליקט קומט ענדליך צו א סוף.

די מצבה פון ר' יונתן אייבשיץ אין המבורג. ער איז געווען דער הויפּט רב פון דער טריפל-קהילה המבורג-אלטונא-וואנזבעק, פון תקי ביז זיין פּטירה אין תקכו

די מצבה פון ר' יונתן אייבשיץ אין המבורג. ער איז געווען דער הויפּט רב פון דער "טריפל-קהילה" המבורג-אלטונא-וואנזבעק, פון תק"י ביז זיין פּטירה אין תקכ"ו

פלוצלינג, אומגעראכטן, האט ר' יעקב געעפנט זיינע בלינדע אויגן. ער האט געכאפט די האנט פון דעם מענטש וואס איז געווען נאנט צו אים, א מיטגליד פון דער חברא קדישא ביי זיין בעט, און אנגעהויבן צו רעדן אין א נידעריגע שטימע. עס האט אויסגעזען ווי ער גריסט איינעם; א לאנג פארלוירענער קרוב אדער פריינט. זיין שטימע איז געווען כמעט נישט צו הערן, און דער מענטש וועמענ'ס האנט ער האט געכאפט האט זיך צוגעבויגן צו אים, פרובירנדיג צו פארשטיין וואס ער זאגט. ער האט געשטעלט זיין אויער נעבן ר' יעקב'ס מויל און געהערט מיט אכטונג, דאן האט ער געכאפט א טיף אטעם און איז געווארן בלאס.

"וואס זאגט ער? וואס זאגט ער?"

דער יונגערמאן האט נישט געקענט ענטפערן. ער האט זיך ווידער צוגעבויגן און געהערט נאכאמאל, און דאן האט ער געשאקלט זיין קאפ אין פארוואונדערונג.

"דער רב זאגט איבער און איבער, 'ברוך הבא, מיין טאטע; ברוך הבא, רבי יונתן', דאס זאגט ער!" עס איז געווען א שארפער אטעם פון יעדן אין דעם פארנומענעם צימער. וואס קען דאס מיינען? ווי איז עס מעגליך אז אין זיינע לעצטע מאמענטן האט ר' יעקב דערמאנט זיין באליבטן טאטן אין דער זעלבער אטעם ווי דעם נאמען פון זיין געהאסטער פיינט? וואס האט ער געמיינט מיט "ברוך הבא", א אויסדרוק וואס ווערט געווענליך געזאגט אלס א באגריסונג? די משפחה האט שטיל גערעדט צווישן זיך, פרובירנדיג צו געפינען א הסבר פאר וואס איז פארגעגאנגען. איינער פון זיי האט פארגעשלאגן זיי זאלן פרעגן ר' יעקב, אבער ער איז ווידער שטיל געווארן, און האט צוגעמאכט זיינע אויגן. זיין אטעם האט זיך אנגעהויבן צו פארלאנגזאמען, און אין א פאר מינוטן איז ער אוועק. די חברא קדישא האט אויסגעליידיגט דעם צימער, און – לויט דער מסורה – האבן זיי אויפגעהויבן דעם רב'ס שוואכע גוף פון דער בעט און געלייגט אויף דער ערד.

ביי דער משפחה האט מען אנגעהויבן דיסקוסירן די לוויה און קבורה פלענער מיט קהילה באאמטע. עס איז געווען קלאר אז ר' יעקב וועט ווערן באערדיגט אין דער מערסט אנגעזעהנער טייל פון בית עולם, וואו נאר קהילה פירער און אנגעזעהנע רבנים ווערן באערדיגט. נאך אלעם, חוץ פון זיין איינע פון אייראפע'ס הויפט רבנים, ער האט געוואוינט אין האמבורג פאר די מערהייט פון זיין לעבן, און זיין טאטע, חכם צבי אשכנזי, האט געדינט אלס הויפט רב. קיינער וואלט נישט געוואגט אים צו אפזאגן זיין רעכטפארטיגע פלאץ אין בית עולם.

אבער די קהילה רעפרעזענטאטן האבן זיך געדרייט פון פוס צו פוס, קוקנדיג אראפ אויף דער ערד. עס איז געווען א פראבלעם. א גרויסער פראבלעם. ווער וועט ברענגען די נייעס צו דער משפחה? דער איינציגער קבר פארהאן אין בית עולם איז געווען א פאר פיס אוועק פון וואו ר' יונתן איז באערדיגט, און אויף דער זעלבער רייע. עס איז נישט געווען קיין וועג אז די משפחה וועט מסכים זיין אז ר' יעקב זאל דארט באערדיגט ווערן, און אויך נישט די האמבורג קהילה פירערשאפט, וועמענ'ס געטריישאפט צו ר' יונתן איז געווען אבסאלוט איבער די יארן, וועלן מסכים זיין צו זען דעם מענטש וואס האט גורם געווען אזויפיל צרות באערדיגט נאנט צו דעם ציל פון זיין אומבויגזאמע מלחמה. איינער פון די קהילה רעפרעזענטאטן האט געבראכן די נייעס צו דער משפחה. עס איז געווען טויט שטיל. מען האט געקענט הערן א נאדל פאלן. דער הויפט פון דער חברא קדישא האט זיך אויפגעשטעלט. ער האט געוואלט פארשלאגן א לייזונג.

"איך הער אז ר' יחזקאל לאנדא, דער הויפט רב פון פראג, איז אין שטאט, פסק'נדיג א דין תורה. אפשר לאמיר אים פרעגן צו פסקענען צי ר' יעקב קען ווערן באערדיגט נאנט צו ר' יונתן. ער ווייסט זייער גוט די געשיכטע צווישן זיי. פאר מיין חלק, קען איך רעדן אין דער קהילה'ס נאמען. מיר וועלן פאלגן דעם רב פון פראג'ס אנווייזונגען – אזוי לאנג ווי די משפחה איז אויך מסכים צו טון אזוי."

די משפחה מיטגלידער האבן זיך אנגעקוקט און געגעבן זייער הסכמה. וואס פאר א ברירה האבן זיי געהאט? יעדער מינוט וואס זיי האבן פארשפעטיגט די לוויה איז געווען א חוסר כבוד צו ר' יעקב. א באגעגעניש איז געשווינד אויפגעשטעלט געווארן מיט רב לאנדא. זיין באציאונג מיט ביידע ר' יעקב און ר' יונתן איז געווען אנגעשטרענגט און שווער איבער די יארן, וואס האט לכל הפחות געמיינט אז ביידע זייטן וועלן באטראכטן זיין פסק אלס אביעקטיוו. אן עלטערער מיטגליד פון דער עמדין משפחה און א רעפרעזענטאנט פון דער חברא קדישא זענען אריינגעפירט געווארן אין רב לאנדא'ס צימער, און ער האט אויסגעהערט מיט ערענסטקייט ווי זיי האבן מסביר געווען דעם פראבלעם. ער האט געטראַכט פאר א מאמענט, און געפרעגט ווי אזוי ר' יעקב האט גערעדט וועגן ר' יונתן איבער די לעצטע מאנאטן פון זיין לעבן. איז געווען א ענדערונג אין שטעלונג? האט ער אפגעווייכט זיין שטעלונג? נישט ממש, האט דער משפחה מיטגליד געענטפערט – זיין שארפע קריטיק איז געווען אומאויפהערליך. חוץ, האט ער צוגעלייגט, אין די מאמענטן גלייך פאר ער איז געשטארבן, און ער האט דערציילט דעם מאָדנע אינצידענט וואס האט פאסירט בלויז מינוטן פאר ר' יעקב האט געצויגן זיין לעצטע אטעם.

רב לאנדא האט געשמייכעלט. "איך מיין מיר קענען מעלדן די לוויה," האט ער געזאגט, "און עס איז גאנץ גוט אז ר' יעקב'ס לעצטע רוה פלאץ זאל זיין אזוי נאנט צו ר' יונתן. קלאר, ווען זיין נשמה איז ארויס פון דעם וועלט, האט ר' יעקב ענדליך זיך פארגליכן מיט ר' יונתן, און קיינער אנדערש ווי דער גרויסער חכם צבי איז געווען דארט עס צו זען. ברוך דיין האמת!"

און מיט דעם האט די ערגסטע רבני'שע מחלוקת אין דער מאדערנער אידישער געשיכטע אויסגעזען צו האבן דערגרייכט איר נאטורליכן אויספיר. א קאנפליקט וואס האט אריינגעצויגן מערערע קהילות, קאליע געמאכט קאריערעס, צושיידט משפחות, אריינגעצויגן די גוי'שע אויטאריטעטן פון מער ווי איין לאנד, און חרוב געמאכט לעבנס, האט אויסגעזען – ענדליך – צו זיין ביי אן ענדע. מיט דער טויט פון דער צווייטער פון די צוויי הויפט פערזענלעכקייטן וועמענ'ס נעמען זענען געווען סינאנים מיט דעם לאנגן קאמף, אויף וואס פאר א מעגליכע יסודות וואלט עס ווייטער אנגעגאנגען?​

r-yaakov-emden_s-tombstone-in-hamburg-cemetery-he-died-in-1776-twelve-years-after-r-yonason-ey...jpg

ר' יעקב עמדין'ס מצבה אין האמבורגער בית עולם, ער איז אוועק תקל"ו צוועלף יאָר נאָך ר' יונתן אייבשיץ

אבער אויב איינער וואלט געכאפט א טיפן אטעם פון ריליעף ווען זיי האבן באערדיגט ר' יעקב עמדין אויף יענעם פרילינג טאג אין האמבורג, וואלטן זיי געמאכט א טעות צו טון אזוי. די שורש פון דער מחלוקת, די צוויי הויפט קעמפער, דער השפעה פון דער מחלוקת אויפן אידיש לעבן און אויף דער אנטוויקלונג פון אידישקייט, האט פאסצינירט און צוטיילט געלערנטע און רבנים פון יעדער נאכפאלגנדע דור, ווי אויך געכאפט ליבהאבער פון אידישער געשיכטע, און עס האלט אן ביז היינט.

ווי אזוי האט אלעס זיך אנגעהויבן?

אין ה'תכ"ו (1666), דער געמאכטער משיח, שבתי צבי, האט זיך מגייר געווען צו איסלאם. זיין גיור איז געווען גענוג פאר די מערהייט פון דער אידישער וועלט צו פארשטיין אז ער איז געווען א שווינדלער. די גרויסע מערהייט פון די וואס האבן עפנטליך דערקלערט זייער געטריישאפט צו אים האבן מיט בושה מודה געווען זייער נארישקייט און זיך צוריקגעקערט צו נארמאטיווער אידישקייט, פארוואונדעט און קלוגער. אבער עס איז געווען א באדייטנדע גרופע וואס האט זיך פשוט אפגעזאגט צו אננעמען אז זיין אפיקורסות האט אפגעווארפן זיין משיח'ישע אידענטיטעט. זיי זענען געווען צו עמאציאנאל און רעליגיעז אינוועסטירט אין שבתי צבי, און זענען געבליבן שטארק געטריי צו אים. נתן "דער נביא" פון עזה, שבתי צבי'ס הויפט פובליציסט, האט ארויסגעברענגט פארדרייטע קבלה'דיגע קאנצעפטן צו פארענטפערן זיין העלד'ס גיור, און צו ראציאנאליזירן זיין דורכפאל צו פארווירקליכן די משיח'ישע שליחות.

אין ה'תל"ו (1676) איז שבתי צבי געשטארבן אין א פארנעפלטקייט, נישט קיינמאל האבנדיג צוריקגעצויגן. די נאכפאלגער האבן באטראכט אפילו זיין טויט אלס א צייטווייליגע צוריקשטויס, און עס זענען געווען אידן אין יעדער קהילה וואס האבן ווייטער געהיימערהייט געגלייבט אז ער איז דער אמת'ער משיח. נאך מער, עס איז געווען זייער אנטשלאסענע מיינונג אז זיי דארפן אריינברענגען פארדרייטע קבלה'דיגע געדאנקען אין דער הויפטשטראם פון אידישקייט כדי די דורכגעפאלענע משיח'ישע שליחות זאל קענען ווערן פארווירקליכט. ס'איז געווען א חידוש, אז כאָטש שבתאים – ווי זיי זענען געווארן באקאנט – זענען געווען א מינאריטעט גרופע, האבן זייערע נומערן אריינגערעכנט פילע רבנים און אנגעזעהנע פירער, און זיי זענען געווען כמעט אוממעגליך צו דערקענען, זיך אויפפירנדיג אין יעדער וועג ווי פולשטענדיגע פרומע אידן, אומאנזעהבאר פון קיין אנדערן איד. צייט נאך צייט אין די יארצענדלינגען נאך שבתי צבי'ס טויט, זענען באהאלטענע שבתאים אקטיוויסטן אנטפלעקט און פארטריבן געווארן פון זייערע קהילות. אויסזעהענדיגע ווי געווענליכע און געטרייע אידן, זענען געפאלן אונטער דעם השפעה פון א שבתאי'שער פראפאגאנדיסט אבער האבן ווייטער אויסערליך זיך אויפגעפירט געהעריג נארמאל.

איין באזונדער באקאנטער פראפאגאנדיסט איז געווען א ראפינירטער בוסניא-געבוירענער שווינדלער אנגערופן נחמיה חייא חיון, וואס האט געוואנדערט פון קהילה צו קהילה אין די פריע יארן פון דעם אכצנטן יארהונדערט. א תלמיד חכם וואס איז אויך געווען א באגאבטער לערער און שרייבער, ער האט מחבר געווען א צאל ספרים וואס האבן געמישט שבתאי'שע כפירות מיט געווענליכע תורה פארטייטשונגען. אין ה'תע"א (1711) איז ער אנגעקומען אין פראג, וואו ער האט זיך אריינגעדרייט אין דעם קרייז פון דעם לאקאלן קבלה'דיגן רב, ר' נפתלי כץ, דער געעהרטער מחבר פון סמיכות חכמים, א ברייט באוואונדערטער ספר אויף משניות. רב כץ איז געווען זייער באנומען פון חיון און האט מסכים געווען צו שרייבן א הסכמה בריוו פאר זיין נייעם ספר. אזוי האט אויך דער לאקאלער הויפט רב, ר' דוד אופנהיים. אין בערלין, האט חיון באקומען די הסכמה פון דעם הויפט רב, ר' אהרן בנימין וואלף. מיט די הסכמות אין האנט איז ער אנגעקומען אין אמסטערדאם אין ה'תע"ג (1713), וואו ער האט געבעטן רשות פון די פירער פון דער אנגעזעהנע ספרד'ישער קהילה צו פארקויפן זיינע ספרים. דער רב, ר' שלמה איילון, איז נישט געווען באטראכט אלס א וועלטס תלמיד חכם, אזוי אז די קהילה פירער האבן אריינגעגעבן חיון'ס ספר צו דעם רב פון דער דייטשישער קהילה, חכם צבי אשכנזי, וואס איז געווען ברייט אנערקענט און רעספעקטירט, און געבעטן פאר זיין מיינונג.​

chacham-tzvi-ashkenazi-revered-father-of-r-yaakov-emden-who-was-involved-in-a-bitter-campaign-...jpg

חכם צבי אשכנזי, דער געערטער פאטער פון ר' יעקב עמדין, וועלכער איז געווען פארמישט אין א ביטערער קאמפיין קעגן דעם שבתאי נחמיה חיון אין די יונגע יארן פון זיין זון

חכם צבי האט אדורך געקוקט דעם ספר מיט זיין פריינט און קאלעגע, ר' משה חגיז פון ירושלים, וואס האט אויך געוואוינט אין אמסטערדאם. זיי ביידע זענען שנעל געקומען צו דער קלארער מסקנא אז חיון איז געווען א געהיימער שבתאי וואס האט זיך אויסגעגעבן אלס א נארמאטיווער פרומע איד. חכם צבי האט געמאלדן די אינפארמאציע צוריק צו דער ספרד'ישער קאמיטע, און זיי געווארנט אז חיון שטעלט א גרויסע סכנה פאר דער אמסטערדאם קהילה. פאר פארשידענע סיבות, בעיקר נישט פארבונדן צו חיון זעלבסט, האט דער ענין זיך פארוואנדלט אין א מיאוסע קהילה'דיגע קאמף, מיט חכם צבי און רב חגיז אויף איין זייט, און די ספרד'ישע קהילה אויף דער אנדערער. פויסט-קעמפן האבן אויסגעבראכן צווישן די שטיצער פון ביידע לאגערן, און חכם צבי איז צום סוף געלייגט געווארן אין הויז-ארעסט דורך די גוי'שע אויטאריטעטן, מעגליך פאר זיין אייגענע שוץ. חיון, באמוטיגט דורך די שטיצע וואס ער האט באקומען פון רב איילון – וואס איז זעלבסט געווען נחשד אין שבתאות – האט ארויסגעגעבן א צאל ביטערע אטאקעס קעגן חכם צבי און רב חגיז, און אקטיוו אנגעברענגט פיינטשאפט קעגן זיינע קעגנערס.

מיט דער מצב ארויס פון קאנטראל, איז חכם צבי אנטלאפן פון האלאנד צו ענגלאנד אין פריע ה'תע"ד (1714), און קיינמאל נישט צוריקגעקומען. ער איז אנגעבאטען געווארן דעם פאזיציע פון הויפט רב אין לאנדאן, אבער ער האט אפגעזאגט, און איז צוריקגעקומען צו צענטראל אייראפע, וואו ער איז אין ענדע אנגעבאטען געווארן דעם רבנות פון לעמבערג (לבוב) אין ה'תע"ז (1717). ער איז געשטארבן אין ה'תע"ח (1718), אינעם עלטער פון 58 יאר.

במשך דער גאנצער תקופה פון דער חיון מעשה, איז חכם צבי'ס משפחה, און בפרט זיין יונגער זון יעקב, געווען אין דער אויג פון א שטורעם. יעקב איז געווען בלויז 15 יאר אלט אין יענער צייט – אן אבזערווירנדער איגענטליכער – און די מצב איז געווען א אויג-עפענער פאר אים אויף מערערע פראנטן. ער האט געזען ווי זיין אומשולדיגער און געערטער טאטע איז אריינגעצויגן געווארן אין די שמוציגע פאליטיק וואס איז ארויסגעברענגט געווארן דורך דער מחלוקת, און ווי ער איז געצילט געווארן פאר זיינע ערליך געהאלטענע מיינונגען און זיין אומבאוועגליכער ערליכקייט. דערצו איז ער געווען אויסגעשטעלט צו דער עקשנות פון שבתאי'שער אקטיוויזם, און צו די ביטערע טאַקטיקן וואס שבתאים זענען געווען גרייט צו נוצן צו באקומען א פוס אין אידישע ענינים, וואס אין חכם צבי'ס פאל האט געברענגט צו דער פארלוסט פון זיין רבנות פאזיציע און איז געווען אויסגעשטעלט צו אומגלויבליכע פארפאלגונג פון די שטיצער פון חיון. עס איז געווען א לעקציע וואס דער יונגער יעקב האט קלאר קיינמאל נישט פארגעסן.​

pic4.jpg

די שער בלאט פון 'ספר הצד צבי' (אמסטערדאם, ה'תע"ד), דער ביטערער אטאקע קעגן חכם צבי אשכנזי דורך דעם שבתאי פובליציסט און שווינדלער, נחמיה חיון. די קאָנטראָווערסיע אנגעברעגנט ביי חיון האָט איבערגעלאָזט אַ שטאַרקע רושם אויף חכם צבי'ס עלטסטן זון, ר' יעקב עמדין. די ספר, און פילע אנדערע וואָס האָבן צו טאָן מיט דעם ענין, קען מען געפונען אין די בוך-זאַמלונג פון רב דונער.

קורץ נאך חכם צבי'ס אנטלויפן פון אמסטערדאם, האבן די קהילה פירער געבעטן חיון צו פארלאזן די שטאט כדי די מחלוקת זאל זיך זעצן. ווען ער איז געפארן דורך אייראפע, האט חיון אנטדעקט אז כאָטש זיינע קעגנערס האבן נישט געקענט איבערווייזן דעם רב און די פירערשאפט פון דער אמסטערדאם קהילה, האט אבער זיין ברייט פובליצירטע פארבינדונג מיט שבתאות געברענגט צו א אלגעמיינע אפשיי צו אים. וואו ער איז נאר געגאנגען האט ער געפונען פארמאכטע טירן. ער איז געפארן צו צפת, אין ארץ ישראל אונטער אטאמאנישער הערשאפט, און געעפנט א שבתאי'שער 'ישיבה'. ווען די פרואוו איז דורכגעפאלן איז ער געפארן צו קאנסטאנטינאפול וואו ער האט פארצווייפלדיג פרובירט זיך צוריקשטעלן. אין ה'תפ"ה (1725) איז ער ווידער אויפגעשטאנען אין מערב אייראפע טענה'נדיג אז די רבנים אין טערקיי האבן אים צוריק אריינגענומען אין דער קהילה, אבער וואו ער איז נאר געגאנגען האט מען אים אפגעזאגט. אפילו זיין פריערדיגער שטיצער אין אמסטערדאם, רב איילון, האט אים אפגעזאגט צו טרעפן. אין וויען איז ער געצווינגען געווארן צו בלייבן אין א פארמאכטע געגנט רעזערווירט פאר טערקישע מוסולמענער. אין גלוגאו און בערלין האט ער נישט געפונען קיין מקום מקלט, אזוי אז אין האנאווער האט ער פרובירט צו באהאלטן זיין אידענטיטעט. אבער ער איז דערקענט געווארן און שנעל פארטריבן. ער האט געמאכט זיין וועג צו פראג, אבער דארט אויך האט מען אים נישט געלאזט אריינגיין אין שטאט. באלד דערנאך איז ער פארשוואונדן פון דער מאפע, און איז באריכטעט געווארן צו האבן געשטארבן אין ה'ת"צ (1730).

חיון'ס לעצטע דורכגעפאלענע פרואוו צו באקומען בארימטקייט איז געווען זייער באדייטנד אין דער עמדין-אייבשיץ קאמף 25 יאר שפעטער, ווייל נישט נאר איז עס געקומען מיט א נייע און נאך מער ביטערע קאמף קעגן די שבתאים ווי די פון ה'תע"ג און ה'תע"ד (1713-14), נאר עס האט אויך ארויסגעברענגט באווייז פון א פארבינדונג צווישן אים און א בריליאנטער תלמוד'ישער געלערנטער און אויפשטייגנדע רבנישע שטערן – א יונגערמאן וואס האט געוואוינט אין פראג אנגערופן יונתן אייבשיץ. לויט ר' משה חגיז, חכם צבי'ס פריערדיגער מיט-קאמפיינער אין אמסטערדאם, קורץ פאר חיון איז ארויסגעווארפן געווארן פון האנאווער אין ה'תפ"ו (1726), האבן קהילה באאמטע דורכגעזוכט זיינע חפצים און געפונען קארעספאנדענץ וואס זענען געווען "שבתאי'שער אין נאטור, אריינגערעכנט בריוו פון יונתן אייבשיץ." ווען חיון איז אנגעקומען אין פראג קורץ דערנאך, אויף דעם לעצטן שטאפל פון זיין אומבאקאנטע לעצטע נסיעה, איז קיין איד נישט געווען גרייט אים צו ארייננעמען אדער שפייזן, אויסער די ווייב און טאכטער פון ר' יונתן, וואס האבן אים געברענגט עסן און אויפגעהאלטן ביז ער איז אוועק.

כדי צו פארשטיין די ווייטקייט פון דעם אומווארשיינליכן פארבינדונג, איז נישט נאר וויכטיג צו וויסן אז נחמיה חיון איז געווען א פארדרייטער שווינדלער, עס איז אויך וויכטיג צו פארשטיין ווי אנגעזעהן און מעינסטריעם ר' יונתן איז געווען. דער זון פון דעם רב פון אייבשיץ (איוואנשיץ, מאראביע), ער איז געווען דער שטערן תלמיד פון ר' מאיר אייזנשטאט פון פראסניץ, מחבר פון פנים מאירות, וואס איז געווען בלי ספק דער מערסט איינפלוסרייכער תלמוד'ישער לערער פון זיין דור. ר' יונתן האט איבערגעשיינט אלע זיינע חברים, און אין ה'תע"ה (1715), אין עלטער פון 25, האט ער זיך געצויגן קיין פראג און שנעל באקומען בארימטקייט אלס א אויסגערופענער רעדנער און א ענערגעטישער קהילה אקטיוויסט. ער האט זיך פארנומען מיט לאקאלע קריסטליכע פירער, און במשך די פילע אפוועזנהייטן פון פראג'ס הויפט רב, ר' דוד אופנהיים – וואס איז אפט אוועק גערופן געווארן צו זארגן פאר זיינע ריזיגע געשעפטן – האט אים ר' יונתן פארטרעטן. עס איז געווען באדייטנע רייבונגען צווישן דעם עלטערן און יונגערן רב, אבער ר' יונתן האט געהאט א ציענדע פערזענליכקייט וואס האט אים געווינען פילע אליאירטע, און אים ערמעגליכט צו שטיין קעגן דעם עלטערן רב'ס פיינטשאפט.

מען קען נישט איבערשאצן ר' יונתן'ס מעלות. זיין אינטעלעקט איז געווען אומפארגלייכבאר, ער איז געווען כאריזמאטיש, אויסערגעוויינליך ווארעם, א באגאבטער קאמוניקירער, באהאוונט אין יעדער אספעקט פון תורה וויסנשאפט, אן אויסערגעווענליך גוטע אויסזעהן, און באזיצט אן אומאויסשעפבארע ענערגיע. אויסער ר' יעקב עמדין, וואלט קיינער קיינמאל נישט געקווענקלט אין זיינע רבנישע מעלות, אדער געשטעלט א ספק אויף זיינע קוואליפיקאציעס אלס א לערער און געלערנטער. אויב עפעס, איז געווען די שטארקע קרעדענשעלס וואס האבן ארויסגעברענגט די ברייטע וואונדער ווען שמועות האבן אנגעהויבן ארויסקומען אין ה'תפ"ה (1725) – לאנג פאר דער פולמוס מיט ר' יעקב עמדין – אז ר' יונתן איז געווען א פירנדע באהאלטענע שבתאי, פארנומען אין די מערסט פארדארבענע פרואוון צו אריינברענגען שבתאי'שע גלויבונגען אין דער אידישער הויפטשטראם.

אין פריע זומער פון ה'תפ"ה (1725) איז א וואנדערדיגע מגיד אנגערופן משה מאיר פון זאלקיעוו אנגעקומען אין פראנקפורט וואו ער איז געפאלן אונטער חשד צוזיין א באהאלטענע שבתאי. ווען ער האט גע'דרש'נט אין א לאקאלע שולע, האבן א גרופע רבנים דורכגעפירט אן איבערפאל אין זיין צימער און אנטדעקט א כתב יד אין זיין באגאזש וואס האט אנגעהויבן מיטן פסוק פון בראשית (כד:מב): 'ואבוא היום אל העין'. דער מאנוסקריפט האט אנטהאלטן א דעטאלירטע כפירה'דיגע קבלה'דיגע באשרייבונג פון ג-ט וואס האט סיי אפגעווארפן זיין איינציגקייט און זאגט אז זיין מאכט איז פארקלענערט געווארן. די אויספארשנדע רבנים אין פראנקפורט זענען געווען באזארגט. אזעלכע געדאנקען זענען געווען גענצליך און קעגנזאץ צו אידישקייט. זיי האבן געפונען משה מאיר און אים שטארק אויסגעפרעגט צו דערגיין ווער דער מחבר פון דעם פארקומטן מאטעריאל איז געווען. אונטער אויסנאמליכער דרוק האט ער ענדליך אנטפלעקט אז ער האט באקומען דעם כתב יד פון נישט קיין צווייטער ווי ר' יונתן אייבשיץ פון פראג, וואס, ער האט טענה'ט, איז אויך דער מחבר.

די רבנים זענען געווען געפלעפט. יעדער האט געהערט פון ר' יונתן. ער איז געווען א באקאנטער פיגור, געשעצט ביי יעדן וואס האט אים אמאל באגעגנט. ווי איז עס מעגליך אז דער שיינענדיגער רבנישער ליכט, דער אויפשטייגנדע שטערן פון דער אייראפעישער רבנישער געמיינדע, קען האבן געשריבן, אדער אפילו געווען פארבונדן מיט, אזא מיאוס'ע און בייזע קאמפאזיציע? עס איז געווען גענצליך אומפארשטענדליך. די רבנים פון פראנקפורט האבן געפילט אז דאס איז א גרעסערע זאך ווי זיי קענען באהאנדלען, און האבן באשלאסן צו רופן די גרויסע קאנאנען. דער נעקסטער פאזע פון דער מלחמה קעגן שבתאי צבי'ס ירושה איז געווען אויף דער וועג.

אין דער צווייטער טייל וועלן מיר הערן פון די טומל וואס איז אנשטאנען דורך דער אנטדעקונג פון דעם 'ואבוא היום אל העין' כתב יד, און ווי דער אנטי-שבתאי'שער וועטעראן ר' משה חגיז האט געפירט די נייע קאמפף צו אויסרייסן שבתאות, צילנדיג ר' יונתן אייבשיץ און צענדליגער אנדערע וואס ער האט באשולדיגט אין כפירה און אנדערע שרעקליכע אקטיוויטעטן. מיר וועלן אויך זען ווי ר' יונתן האט רעאגירט צו די באשולדיגונגען און רב חגיז'ס קאמפיין, און ווי ער האט אזוי געקענט אראפווארפן פון זיך די באשולדיגונגען אז ער איז געווארן א עלטערער רבנישער פיגור אין פראג, און איז שפעטער אויפגענומען געווארן רב פון מעץ און האמבורג, צוויי פון אייראפע'ס מערסט אנגעזעהן קהילות. און צום סוף וועלן מיר אנטדעקן וואו רבי יעקב עמדין איז געווען און וויאזוי ער האט רעאגירט, ווען זיין צוקונפטיגער פיינט האט זיך געפונען אין דער צענטער פון דער ביטערער מלחמה קעגן באהאלטענע שבתאים.
 
לעצטער טייל

דורך הרב פנחס אליעזר הלוי דונער (איבערגעטייטשט פון דא)

די מעשה ביז אהער: טראץ דעם וואס דער פאלשער משיח שבתי צבי האט זיך געשמדט צו איסלאם אין תכ"ו, און זיין טויט אין תל"ו, האבן געהיימע געזעלשאפטן פון שבתאים וואס האבן נאך אלץ געגלויבט אין זיין משיח'ישע שליחות געבליט אין קהילות איבער אייראפע, און זענען געבליבן אקטיוו ביז טיף אין אכצנטן יארהונדערט. איינער פון די בארימטע רבנים וואס מען האט חושד געווען אין זיין א שבתאי איז געווען דער גרויסער רבנישער ליכט, ר' יהונתן אייבשיץ פון פראג. כאטש ער האט אנפאנג מצליח געווען אפצושלאגן די באשולדיגונגען, ווען ער איז געווארן דער רב הכולל פון די טריפל קהילה האמבורג-אלטונא-וואנדסבעק אין תק"י, זענען די חשדות צוריקגעקומען און דאן אנטוויקלט געווארן אין א פולער קאנטראווערסיע איבער זיין פאסיגקייט אלס רב.

זיין הויפט קעגנער איז געווען ר' יעקב עמדין, א חשובער רב מיט שטארקע השפעה אין און אינדרויסן די טריפל קהילה, וואס האט געטענה'ט אז קבלה קמיעות וואס ר' יהונתן האט געשריבן וואס ער האט אונטערזוכט האבן אנטהאלטן באהאלטענע רמזים צו שבתי צבי. די קהילה פירערשאפט האט זיך געשטעלט אויף ר' יהונתן'ס זייט, און ר' יעקב איז געווען געצוואונגען צו אנטלויפן קיין אמסטערדאם. עטליכע בארימטע רבנים זענען געקומען צו ר' יעקב'ס הילף, אריינגערעכנט ר' יעקב יהושע פאלק פון פראנקפורט – דער פני יהושע, און ר' שמואל הילמאן פון מעץ, אבער עס האט נישט געהאלפן; ר' יהונתן'ס פאזיציע האט אויסגעזען אומבאזיגבאר. אבער ווען געוואלדטאטן צווישן די קעגנערישע פראקציעס האט אנגעהויבן צו וואקסן אין האמבורג און אלטונא, האבן זיך די גוי'אישע אויטאריטעטן אריינגעמישט, און דער גורל האט אנגעהויבן זיך צו טוישן קעגן ר' יהונתן.

צוליב די אומרוה וואס די קמיע קאנטראווערסיע האט פאראורזאכט און די רעגולערע אויסברוכן פון געוואלדטאטן אויף די גאסן פון די טריפל קהילה, ווי אויך די רעגולארע ארויפלייגן פון איינזייטיגע קהילה שטראפן קעגן ר' יעקב'ס שטיצער, האבן זיך די גוי'אישע אויטאריטעטן סיי אין האמבורג און סיי אין אלטונא אריינגעמישט אין דעם ענין. דער האמבורגער שטאט-ראט האט זיך געשטעלט אויף ר' יהונתן'ס זייט. אלטונא איז לעגאל געווען א פראווינץ פון דענמארק, און דער אלטונא שטאט-ראט, וואס האט מורא געהאט פאלש צו טרעטן אין דער קאמפליצירטער סיטואציע, האט באשלאסן צו ברענגען דעם קריג צו די אויפמערקזאמקייט פון דעם דענישן קעניג, פרידריך דער פינפטער. געשאקט פון די געוואלדטאטן און דער פולשטענדיגער צוזאמענברוך פון געזעץ און ארדענונג אין דער אידישער קהילה, האט דער קעניג געפסק'נט לטובת ר' יעקב און זיינע שטיצער, און באפוילן אז מען זאל ערלויבן ר' יעקב זיך אומצוקערן אהיים אן פארזוימונג.

ר' יעקב'ס שטיצער האבן אים אינפארמירט איבער די גוטע נייעס, אבער צום ערשט האט ער נישט געוואלט צוריקצומארשירן אין צענטער פון דעם שטורעם און האט אנשטאט דעם זיך אויפגעהאלטן אין אמסטערדאם. נאר נאכן באקומען א געפילישע בריוו פון זיין פרוי וואס האט געבעטן ער זאל אהיימקומען, האט ר' יעקב זיך ענדליך אומגעקערט קיין אלטונא, כ"ג אב תקי"ב, נאכן פארברענגען איבער פערצן חדשים אין גלות.

טראץ דעם נצחון איז ר' יעקב'ס מצב געבליבן אומאנגענעם. ר' יהונתן איז נאך אלץ געווען דער הויפט רב, און זיינע פארטיידיגער זענען געווען טראציג. אויב דאס איז נישט געווען גענוג, איז ר' יעקב'ס פינאנציעלער מצב געווען א פולשטענדיגער דורכפאל צוליב זיין לאנגער אפוועזנהייט, און מיט יעדן פארבייגייענדן חודש, ווען מער רבנים איבער דער אידישער וועלט האבן דערקלערט זייער סאלידאריטעט מיט ר' יהונתן, האבן ר' יעקב'ס אויסזיכטן אויסגעזען פינסטערער ווי אלעמאל. טראץ דעם אלעם האט ר' יעקב אנגעהאלטן זיין איבערמידליכע קאמפיין קעגן ר' יהונתן, וועמען ער האט געזען ווי א סימבאל פון די געפארן וואס די שבתאים האבן פארגעשטעלט, וועמען ער האט געגלויבט זענען אנטשלאסן אריינצושמוגלען זיך און זייערע פארדרייטע לערנונגען אינעם צענטראלן אידישן לעבן. ר' יעקב האט מורא געהאט אז אויב ער וועט נישט ארויסברענגען די סכנה, וועלן די אומוויסנדע אידישע מאסן, געפירט דורך רבנים וואס האבן אפגעווארפן די געפארן פון שבתי שבתאות ווי פאנטאזיע נארישקייטן, ווי אין שלאףאריינשפאצירן אין אפיקורסות, און ספעציעל מיט איינעם ווי ר' יהונתן אלס א שבתאי, איז די געפאר געווען פילפאכיג גרעסער.

דעריבער, אנשטאט אים צו צווינגען צו איבערטראכטן זיין שטעלונג, וואס מער רבנים האבן דערקלערט זייער שטיצע פאר ר' יהונתן, אלץ מער איז ר' יעקב געווארן איבערצייגט פון די ערנסטע שבתאי'שע סכנה וואס ער האט פארגעשטעלט; און וואס מער מענטשן האבן חוזק געמאכט פון דער איידיע אז איינער פון ר' יהונתן'ס קאליבער קען גלויבן אין א לאנג-פארשטארבענעם פאלשן משיח, אלץ מער איז ר' יעקב'ס מיסיע צו אונטערגראבן ר' יהונתן אויף סיי וועלכן אופן געווארן זיין דרינגנדע פריאריטעט.

דערווייל האט קעניג פרידריך דער פינפטער פון דענמארק געפאדערט אז ר' יהונתן זאל זיך שטעלן פאר אים אין קאפנהאגן, און ערקלערן די קאנטראווערסיעלע קמיעות. עס איז אויך געווען אן אפיציעלע זארג אין דעם קעניגליכן הויף וועגן ר' יהונתן'ס פאזיציע אלס רב הכולל. דער קעניג איז אינפארמירט געווארן וועגן א טענה אז ר' יהונתן'ס וואל צו דער באגערטער און פיל-געקריגטער רב הכולל פאזיציע איז געווען פולשטענדיג פאלש, ווען ר' יעקב'ס שטיצער האבן געטענה'ט אז די צאל מענטשן וואס מען האט באריכטעט האבן געשטימט פאר אים האט פשוט נישט געמאכט קיין סענס.

ר' יהונתן איז געווען טיף דערשלאגן פון דער לעצטער אנטוויקלונג, און האט געשריבן צו פריינט און קאלעגן איבער אייראפע באשרייבנדיג ווי אנטוישט ער איז אז זיינע קעגנער האבן זיך געוואנדן צו דער גוי'אישער געריכט סיסטעם, א טאקטיק וואס איז קעגן אידישן געזעץ. אבער כאטש דאס איז אמת ווען מ'באטראכט עס באזונדער, זענען די גוי'אישע געריכטן אין דער ווירקליכקייט נאר אריינגעצויגן געווארן צוליב טאקטישע שריט וואס זענען געמאכט געווארן קעגן ר' יעקב'ס שטיצער דורך ר' יהונתן'ס פארבינדעטע, וואס האט געפירט צו קאנסעקווענצן וואס האבן אויך באווירקט לאקאלע גוי'אישע געשעפטן. און איינמאל די געריכטן זענען געווען אריינגעמישט, איז געווען אומפארמיידליך אז יעדע זייט וועט פרובירן צו געווינען די אויבערהאנט. צוליב דעם, זענען ר' יהונתן'ס פראטעסטן, כאטש נישט אן א יסוד, ווארשיינליך געווען אן אויסדרוק פון זיין אנטוישונג אז זאכן האבן זיך געדרייט קעגן אים. די פראטעסטן זענען אויך געווען אביסל פאלש, ווייל ר' יהונתן האט כסדר אפגעזאגט זיך צו שטעלן פאר א בית דין און ווערן גרונטליך אויסגעפרעגט דורך זיינע באשולדיגער. אין דער ענדגילטיגער אנאליז, אויב עס איז נישט געווען קיין וועג צו לייזן דעם קריג יושר'דיג אין אן אידישן פארום, איז זיכער די אפציע פון דער גוי'אישער געריכט, כאטש באדויערליך, געווען די איינציגע אנדערע אלטערנאטיוו.

אין ערווארטונג פון זיין קומענדיגן געריכטס-פאל, האט ר' יהונתן געבעטן די סערוויסעס פון זיין געוועזענעם תלמיד, קארל אנטאן. אנטאן איז געבוירן געווארן אלס גרשון משה כהן, אבער נאכן לערנען אין ר' יהונתן'ס ישיבה האט ער זיך געשמדט צו קריסטנטום, געטוישט זיין נאמען, און איז צום סוף געווארן דער פראפעסאר פון העברעאיש ביי העלמשטאדט אוניווערסיטעט, אין ווירצבורג, באיערן. ר' יעקב האט געגאסן שפאס אויף ר' יהונתן פארן אויפנעמען דעם אויסווארף אים צו העלפן מיט זיין פארטיידיגונג, כאטש ר' יהונתן האט געענטפערט אז ער האט נישט געהאט קיין ברירה, ווייל אנטאן איז געווען דער איינציגער מענטש וואס ער האט געקענט – אפשר דער איינציגער מענטש וואס האט דעמאלט געלעבט – וואס איז געווען גרונטליך באקאנט מיט רבנישע קענטעניס און וואס האט אויך געקענט זיך פירן אויף פארמאל דייטש מיט לייכטקייט, ערלויבנדיג אים צו זיין באקוועם אין דער אפיציעלער סביבה פון דעם קעניגליכן הויף בשעת'ן פארטרעטן א רבנישן קליענט וואס איז באשולדיגט געווארן אין רעליגיעזע פארברעכנס.

איידער ער האט זיך געוואנדן צו אנטאן, האט ר' יהונתן פרובירט צו אויפנעמען א גוי מיטן נאמען נויענדאל, א פארטיידיגער מיט פארבינדונגען צום דענישן געריכטס-סיסטעם. פאר עעפס א סיבה האט נויענדאל אפגעזאגט די אויפגאבע, און אנטאן איז געווען די צווייטע אויסוואל. חדשים שפעטער האט נויענדאל מסכים געווען צו דיסקוסירן דעם פאל מיט ר' יעקב, און ער האט אנטפלעקט אז קארל אנטאן'ס פייערדיגע פארטיידיגונג פון זיין געוועזענעם לערער – א פארטיידיגונג וואס ר' יעקב האט אפגעווארפן אלס א נעץ פון ליגנטס – איז געווען אינגאנצן צוזאמענגעשטעלט דורך קיין אנדערן ווי ר' יהונתן אליין. נויענדאל האט דאס געוואוסט ווייל ער האט געזען די פארטיידיגונגס-ארגומענטן פאר יעדן אנדערן, ווען ר' יהונתן איז דורכגעגאנגען דעם פאלדער מיט אים איידער ער האט באשעפטיגט אנטאן.

נאכדעם וואס דער געריכטס-פאל איז געווען פארענדיגט האט אנטאן פארעפנטליכט זיין פארטיידיגונג פון ר' יהונתן, וואס האט זיך געדרייט אינגאנצן ארום איין ספעציפישע קמיע – א קמיע וואס ר' יהונתן האט צוגעגעבן אז ער האט געשריבן און איז נישט געווען מאניפולירט – אין א דייטש-שפראכיגן בוך מיטן טיטל "Kurze Nachricht von dem Falschen Messias Sabbathai Zebhi und den neulich seinetwegen in Hamburg and Altona entstandenen bewegungen" (א קורצער באריכט וועגן דעם פאלשן משיח, שבתי צבי, און די געשעענישן פארבונדן מיט אים וואס האבן לעצטנס פאסירט אין האמבורג און אלטונא).

צווייטע אויסוואל אדער נישט, האט אנטאן זיך אויסגעצייכנט אין דער געריכטס-זאל. אלס א העברעאישער פראפעסאר ביי א גוי'אישן קאלעדזש איז ער געווען אינגאנצן באקוועם צו ערקלערן אומבאקאנטע רבנישע מאטעריאל פאר די אומוויסנדע, און, נאכדעם וואס ער איז געלערנט געווארן דורך ר' יהונתן אין די טעכנישע איינצלהייטן פון מיסטישע ווארט פארמירונגען פון קבלה קמיעות, האט ער אינגאנצן ארויסגעהאט זיין אויפגאבע איידער ער האט פרעזענטירט דעם פאל. דער פראצעס האט צוגעצויגן די אויפמערקזאמקייט פון פילצאליגע זשורנאליסטן, רעליגיעזע געלערנטע און געזעץ לייט פון ווייט און ברייט, אלע וועלנדיג דערגיין מער וועגן דער געהיימער וועלט פון אידישע מיסטיע און די דעטאלן פון אירע פראקטישע אנווענדונגען. אנטאן איז נישט געווען אפגעשראקן דורך דער געפאקטער געריכטס-זאל. ער האט גענומען דעם פארבארגענעם קבלה הינטערגרונט וואס האט אונטערגעשטיצט די שרייבונג פון קמיעות, און די דעטאלירטע ספעציפיקאציעס פון דער באזונדערער קמיע וואס איז געווען אונטער אונטערזוכונג, און פארגעלייגט א שטארקן פאל אין נאמען פון זיין קליענט.

ווערטער אין דער קמיע וואס ר' יעקב האט געטענה'ט זענען געווען באהאלטענע רעפערענצן צו שבתי צבי און זיין משיח'ישע שליחות, האט אנטאן געזאגט, זענען אין דער ווירקליכקייט געווען באהאלטענע ראשי תיבות פאר פסוקים אין דער תורה, אדער זענען געווען אות-קאמבינאציעס וואס זענען ערשינען אין קבלה ספרים וואס זענען פארעפנטליכט געווארן לאנג איידער שבתי צבי איז געבוירן געווארן. עס איז פשוט לעכערליך, האט אנטאן געטענה'ט, צו טענה'ן אז זיין חשובער קליענט האט געמיינט שבתי צבי ווען ער האט אריינגעשריבן די אות-פארמאציעס אויב עס איז דא סיי וועלכע אנדערע זאכליכע ערקלערונג פאר די ווערטער און אותיות וואס זענען גענוצט געווארן אין דער קמיע. נאכאלעמען, האט ער געזאגט, זענען דא אזויפיל פארשידענע רמזים און סודות וואס מען קען אנווענדן צום העברעאישן אלף-בית, אז יעדער וואס וויל קען גרינג ארויפצווינגען א שבתאי'שע באדייטונג אויף סיי וועלכן טעקסט סיי וואו.

אין א פייערדיגער שלוס-רעדע האט אנטאן ערקלערט צו דער פארגאפטער געריכטס-זאל אז ער האט קלאר דעמאנסטרירט, טראץ אלע הייסע באשולדיגונגען, אז זיין קליענט האט אבסאלוט נישט קיין קעיס צו ענטפערן.

"יעדער ווייסט אז רבי יעקב פון עמדין, טראץ זיין חשובער יחוס, איז א געשוואוירענער שונא פון דעם רב הכולל. דאס איז פשוט אן אומלייקנבארער פאקט. נאכמער, רבי יעקב'ס קענטעניס אין קבלה איז סאך ווייניגער ווי מיין קליענט'ס באקאנטשאפט מיט דער אלטער חכמה. אלעס וואס רבי יעקב ווייסט זענען עטליכע מעטאדן דורך וועלכע דער העברעאישער אלף-בית קען מאניפולירט ווערן צו מיינען דאס אדער יענץ, אדער, טאקע, סיי וואס. און דער פאקט אז ער האט גאנץ קלוג אריינגע'רמז'ט אפיקורסות אין דער קמיע וואס איז געשריבן געווארן דורך מיין קליענט – די זעלבע קמיע וואס מיר האבן שטודירט אזוי נאענט די לעצטע טעג – האט אבסאלוט קיין שייכות נישט מיט מיין קליענט'ס אומשולד אדער שולד. זיינע פאלשע פשטים קענען אפגעווארפן ווערן ווי די קנאה'דיגע שרייען פון א פארפיינטע קאנקורענט, בשעת מיין קליענט'ס שיינענדע רעפוטאציע, און די ליבע און איבערגעגעבנקייט וואס ער באקומט פון טויזנטער אידן סיי אין זיין אייגענער קהילה, און אין יעדער אייראפעאישער שטאט, שטעטל און דארף וואו עס עקזיסטירן אידישע קהילות, שטעלט צו א קלארע באווייז, איבער סיי וועלכן צווייפל, פון מיין קליענט'ס פרומקייט, זיין ערליכקייט, און זיין אומבאשטרייטבארע איבערגעגעבנקייט צו דער אמונה פון זיינע אבות."

אנטאן האט זיך איצט געווענדט צום קעניג, און אומדערשראקן געקוקט אים אין די אויגן: "אייער קעניגליכע מאיעסטעט: עס איז מיין מיינונג אז די פארהאנדלונגען זענען געווען א שענדליכע פארשווענדונג פון זיין מאיעסטעט'ס צייט. מיין קליענט האט מער ווי איין מאל אפגעווארפן דעם פאלשן משיח, שבתי צבי, צוזאמען מיט יעדע פערזאן אדער לערע וואס איז פארבונדן מיט יענעם בייזן שווינדלער. מעג איך מיט רעספעקט בעטן פון זיין מאיעסטעט אין נאמען פון מיין קליענט – ביטע ערלויבט נישט דער פארשפאטונג קעגן אים זאל זיך ווייטער פארזעצן. איך בעט זיין מאיעסטעט צו דערקלערן מיין קליענט אומשולדיג פון אלע באשולדיגונגען אז ער זאל קענען פארזעצן מיט זיינע פליכטן אלס רב הכולל אומגעשטערט דורך אומבאגרינדעטע קלאנגען, ווילדע שפעקולאציעס און אומבאגרינדעטע רמזים. אייער קעניגליכע מאיעסטעט – זיכער איז גענוג גענוג!"

מיט יענער לעצטער אויסרוף האט אנטאן זיך טיף פארנויגט און זיך צוריקגעקערט צו זיין זיץ, ווען דער געריכט האט אויסגעבראכן אין קאכעדיגע שמועסן, איבערגענומען פון דער פאנטאסטישער דראמא וואס האט זיך אפגעשפילט פאר זיי טאג נאך טאג איבער א קליין שטיקל פארמעט געשריבן מיט עטליכע העברעאישע אותיות. קיינמאל פריער האט דער קעניגליכער הויף פון דענמארק נישט געזען אזעלכע פארהאנדלונגען. דאס איז געווען, נאכאלעמען, בלויז א לאקאלער קריג וועגן א פארבארגענע רעליגיעזע זאך – און דאך איז עס באטראכט געווארן דורך דעם העכסטן געריכט פון לאנד, און פארזארגט דורך דעם קעניג אליין.

דער קעניג האט זיך צוריקגעצויגן מיט זיינע ראטגעבער צו באטראכטן די עדות. ווען זיי זענען צוריקגעקומען צו דער געריכטס-זאל איז דער אורטייל געווען איינדייטיג. גלייך איז ר' יהונתן אינגאנצן באפרייט געווארן פון אלע באשולדיגונגען. קיינמאל מער וועט קיינער נישט טארן ווארפן קיין שום פארדאכט – סיי געזאגט און סיי פארעפנטליכט – אויף דעם רב הכולל אדער זיינע קמיעות. און צווייטנס, אז ר' יהונתן'ס פאזיציע אלס רב הכולל זאל מער נישט זיין אין קיין צווייפל, האט דער קעניג באפוילן אז נייע וואלן זאל פארקומען פאר דער רב הכולל פאזיציע ביי דער ערשטער געלעגנהייט.

די וואלן זענען פארגעקומען אין טבת תקי"ג, און ר' יהונתן איז איבערוויגנד ווידערערוועלט געווארן. אבער דער אומערווארטעטער נצחון און רעכטפארטיגונג זענען שנעל פארקלענערט געווארן דורך אנדערע געשעענישן. כמעט באלד נאך זיין ווידערערוויילונג אלס רב הכולל, האט דער האמבורגער שטאט-ראט – האמבורג איז געווען א 'פרייע' שטאט נישט אונטער דער הערשאפט פון דעם דענישן קעניג – אפגעווארפן סיי דעם קעניג'ס אורטייל און סיי דעם וואל רעזולטאט, און א לאנגער, קאמפליצירטער קאמף האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען איבער דער פארמאלער דעפיניציע פון דער רב הכולל פאזיציע פאר די טריפל קהילה, און וועגן די מאכטן צו וועלכע ער איז לעגאל בארעכטיגט. גלייכצייטיג מיט דער לעצטער דריי, האט דער קאמף צווישן רבנים איבער אייראפע וועגן ווי אזוי זיך צו באגיין מיט ר' יהונתן'ס אנגעבליכע שבתאות אנגעהויבן זיך פארשטארקן, ווי שטעלונגען האבן זיך פארהארטעוועט און שנאה האט זיך פארמערט.

ר' יהונתן'ס סטראטעגיע בנוגע זיינע רבנישע באשולדיגער איז געווען די זעלבע דורכאויס. ער איז נאר געווען גרייט פארצושטעלן זיין ווערסיע פון וואס די קמיעות האבן געמיינט אין א סביבה וואס האט נישט אריינגערעכנט קיינעם וואס וואלט אים ארויסגערופן אדער אים נישט רעספעקטירט. דאס איז געווען זיין שטעלונג דורכאויס דער קאנטראווערסיע, און ער האט זיך באנוצט מיט פארשידענע טאקטיקן צו פארזיכערן אז ער וועט נישט אריינגעצוואונגען ווערן אין קיין שום פיינטליכע רבנישע זיצונג. פון ר' יעקב'ס שטאנדפונקט, האט די אויסמיידנדע שטעלונג אליין באוויזן ר' יהונתן'ס שולד. פארוואס וואלט ער נישט מסכים געווען צו א שארפע קרייץ-פארהער אויב ער איז אומשולדיג? פארוואס איז ער געווען אזוי דערשראקן פון קומען פנים-אל-פנים מיט זיינע קעגנער? ר' יעקב האט געגלויבט אז ער ווייסט דעם ענטפער. ר' יהונתן איז געווען שארף באוואוסט אז אויב ער וואלט ווען אויסגעשטעלט געווארן צו דורכדרינגליכע פראגן וואס ער וואלט מעגליך נישט געקענט ענטפערן, אנדערש ווי די ווייכע, רעספעקטפולע פראגן פון אונטערטעניגע רבנים וואס האבן אים געהאלטן אין הויכן שאץ, וואלט זיין שבתאות באלד אנטפלעקט געווארן פאר אלעמען צו זען. עס איז געווען ר' יהונתן'ס אומווילנדיגקייט זיך צו שטעלן פאר זיינע באשולדיגער און די נאכפאלגענדע הנחה פון שולד וואס האט אונטערגעשטראכן ר' יעקב'ס ווילדע פרואוון צו צעשטערן ר' יהונתן'ס רעפוטאציע און אים זען אראפגעזעצט פון זיין פאזיציע.

עס איז געווען אומפארמיידליך אז צוויי באזונדערע לאגערן וועלן ארויסקומען צווישן די אייראפעאישע רבנות – איין גרופע וואס האט אנגענומען ר' יהונתן'ס שולד אבער האט נישט געקענט פארמולירן אן עפעקטיווע סטראטעגיע זיך צו באגיין דערמיט, און די אנדערע גרופע וואס האט אנגענומען ר' יהונתן'ס אומשולד אבער זענען אויסגעזען אומפעאיג צו געפינען סיי וועלכן וועג צו פארשטומען זיינע קריטיקער. עס איז געווען אין דעם פונקט וואס ר' יחזקאל לאנדא איז אריינגעטרעטן אין דעם בילד. פיל שפעטער אין זיין קאריערע וועט רב לאנדא ווערן בארימט אלס דער הויפט רב פון פראג און אלס מחבר פון דעם געלערנטן ווערק נודע ביהודה, אבער אין תקי"ג איז ער געווען דער רעלאטיוו אומבאקאנטער 39-יעריגער רב פון יאַמפאלא, א קליין שטעטל אין אוקריינע 1,000 מייל פון האמבורג, וואס האט קיינמאל נישט באגעגנט ר' יהונתן אייבשיץ אדער ר' יעקב עמדין. פאר עפעס אן אומבאקאנטער סיבה האט רב לאנדא געשפירט געצוואונגען צו לייזן דעם קריג וואס האט אויסגעבראכן צווישן די צוויי רבנישע ריזן, ביידע פון וועלכע זענען געווען אלט גענוג צו זיין זיין פאטער. צו דעם צוועק האט ער זיך אראפגעזעצט און געשריבן א לאנגן ''איגרת שלומים' פארשלאגנדיג א פשרה וואו סיי ר' יהונתן און סיי ר' יעקב, צוזאמען מיט אלע זייערע שטיצער, קענען אוועקגיין מיט זייער שטאלץ און רעפוטאציעס אומבארירט.

דער בריוו איז געווען דיפלאמאטיש פארמולירט און קלוג צוזאמענגעשטעלט. עס האט געשילדערט ר' יהונתן אלס איינער פון די גרעסטע רבנים פון דער צייט וועמענס פארשטענדליכע אבער פאלשע באהאנדלונג פון ר' יעקב האט באפלעקט אן אנדערש אומבאפלעקטע רעפוטאציע. עס איז געווען אן אומרעכט וואס האט געמוזט פאררעכט ווערן, ספעציעל ווי ר' יעקב האט קלאר געהאט גרונט זיך צו פירן ווי ער האט. עפנטליך צו פארשעמען ר' יעקב דורך פארבאטן פאר יעדן זיך צו פארבינדן מיט אים און דאן אים פארטרייבן פון שטאט איז פשוט נישט געווען קיין פאסיגער וועג זיך צו פירן צו א חשובן רב, און ספעציעל ר' יעקב, וועמענס איבערגעגעבנקייט צום שטרענגסטן תורה-אפהיטנדן לעבן און וועמענס פאזיטיווע השפעה אויף די ארום אים זענען געווען אויסער פראגע. נאר רבנים וואס פירן מענטשן אוועק פון דעם ריכטיגן וועג קענען געלייגט ווערן אונטער סיי וועלכן חרם, האט רב לאנדא געזאגט, און ר' יעקב איז זיכער נישט געווען אין יענער קאטעגאריע.

"ר' יהונתן קען פארשלאגן אז ר' יעקב האט יא אוועקגעפירט מענטשן פון דעם ריכטיגן וועג דורך פארשלאגן אז ער איז א שווינדלער, און איך קען זען פארוואס ער וואלט דאס געזאגט. ר' יהונתן איז געווען אן אויסטערלישער מלמד תורה פאר טויזנטער תלמידים איבער דער אידישער וועלט, פון וועלכע פילע האבן זייערע אייגענע תלמידים, מאכנדיג אים דעם לערער פון כמעט יעדן תורה געלערנטן אין אייראפע. אויב צווייפלען ווערן אויפגעהויבן וועגן אים וואלט עס געלייגט די חשיבות פון אלע יענע געלערנטע אין צווייפל און ר' יהונתן קען דאס אנקוקן אלס איינער וואס פירט מענטשן אוועק. אבער נאך מיין מיינונג וואלט דאס נאר געווען דער פאל אויב ר' יעקב וואלט זיי מיט כוונה אוועקגעפירט , און דאס איז נישט געווען דער פאל. פארקערט! מיר ווייסן אז זיינע כוונות זענען געווען צו פארמיידן אז מענטשן זאלן אוועקגיין פון דעם ריכטיגן וועג! דאס זייענדיג דער פאל וואלט ער קיינמאל נישט געדארפט זיין אין חרם, און קיינמאל נישט פארטריבן ווערן."

רב לאנדא האט קלאר אונטערזוכט די נאטאריזירטע קמיעות פון מעץ, און איז געווען איבערצייגט אז זיי האבן געהאט אותיות וואס באציען זיך צו שבתי צבי. אבער ער האט געהאט צוויי אויסגעצייכנטע באמערקונגען - איינס וואס האט געזאלט ראטעווען ר' יונתן'ס כבוד, און די אנדערע א קלוגע אבזערוואציע איבער די פאטענציעלע סכנה פון דעם מחבר פון די קמיעות. צום ערשט האט ער געפרעגט צי סיי וועלכע נאטאריזירטע דאקומענט וואס פארדאמט א דריטן צד איז גילטיג לויט אידישן געזעץ אויב יענער דריטער צד איז נישט געווען אנוועזנד ווען דער דאקומענט איז געווארן נאטאריזירט. ער האט באמערקט אז קיין איינע פון די קמיעות זענען נישט געווען אונטערגעשריבן דורך ר' יונתן, און עס איז דעריבער אוממעגליך געווען צו באשטעטיגן מיט הלכה'דיגע זיכערקייט אז ער האט זיי געשריבן. מיט אנדערע ווערטער, ער האט צוגעשטעלט פאר ר' יונתן א גוטע וועג צו לייקענען די חיבור פון סיי וועלכע קמיע וואס האט געהאט א שבתאי'שע פארבינדונג. זיין צווייטער פונקט איז געווען נאך מער שארפזיניג:

"כאטש עס איז נישטא קיין וועג צו אויסטייטשן די קמיעות אין קיין שום וועג וואס וואלט עלימינירט זייער שבתאי'שן אינהאלט, צו זיין אינגאנצן אמת'דיג האלט איך נישט אז דאס איז אפיקורסות - ווייל אפיקורסות איז נאר אפיקורסות אויב עס ערמוטיגט אפיקורסות."

מיט דעם מערקווירדיגער פארשלאג האט רב לאנדא אינגאנצן אפגעשוואכט די טענה אז ר' יונתן שטעלט פאר סיי וועלכע סארט סכנה צו דער צוקונפט פון אידישקייט, אפילו אויב עס וואלט געווען אמת אז די קמיעות וואס זענען צוגעשריבן צו אים האבן געהאט רמזים צום פאלשן משיח. אזוי לאנג ווי ר' יונתן האט זיך זעהבאר אויפגעפירט לויטן אידישן געזעץ, און געפירט זיך לויט די סטאנדארטן וואס מען ערווארט פון א גרויסן רב, וואס פאר א חילוק האט עס געמאכט אויב ער האט באהאלטענערהייט אריינגעלייגט אומפארשטענדלעכע שבתאי'שע ווארט-רעטענישן אין קמיעות וואס האבן קיינעם נישט באאיינפלוסט צו גלייבן אין די משיח'ישע מיסיע פון דעם לאנג פארשטארבענעם שבתי צבי?

כדי צו לייזן דעם קאנפליקט האט רב לאנדא פארגעשלאגן אז אלע קמיעות וואס זענען געווען צוגעשריבן געווארן צו ר' יונתן זאלן איבערגעגעבן ווערן צו די אידישע אויטאריטעטן און קיינמאל מער נישט גענוצט ווערן. ער האט אויך פארגעשלאגן אז ר' יונתן זאל עפנטליך ערקלערן אז ער וועט קיינמאל מער נישט שרייבן קיין קמיע, אזוי אז קיין שום שבתאי'שער אפיקורס זאל קיינמאל מער נישט קענען טענה'ן אז ער איז געווען צוגענייגט צו זייער זאך. רב לאנדא האט געענדיגט זיין פארשלאג מיט א שטארקע ווארענונג קעגן סיי וועלכע ווייטערדיגע שלעכטע באהאנדלונג אדער קריטיק פון ר' יעקב פאר זיין קאמפיין קעגן ר' יונתן.

רב לאנדא'ס בריוו איז ברייט פארשפרייט געווארן, און כאטש עס האט קלאר מרמז געווען אז ר' יונתן איז געווען דער מחבר פון די קמיעות, איז דער פארגעשלאגענער פשרה פונדעסטוועגן ווארעם אויפגענומען געווארן דורך ר' יונתן און זיינע שטיצער, וועלכע האבן קלאר פארשטאנען ווי אזוי רב לאנדא'ס פארשלאג האט אנגעבאטן א פראקטישע ארויסגאנג סטראטעגיע וואס האט ריין געמאכט דעם טאוול, און אנגעבאטן א וועג פאראויס אן קאנטראווערסיע, אזוי לאנג ווי קיין ווייטערדיגע פארבינדונגען צווישן ר' יונתן און שבתאי'שע אפיקורסות ווערן נישט אנטדעקט. אבער ר' יעקב איז בשום אופן נישט געווען אין א שטימונג פאר סיי וועלכע סארט פשרה. פון זיין שטאנדפונקט איז דאס געווען א הייליגער קריג, און צוליב דעם איז עס געווען א זערא-סאם שפיל. ר' יונתן האט געמוזט ווערן אראפגענומען פון זיין אמט, און געשענדט. קיין שום אנדערע ענדע צום קאנפליקט איז נישט געווען אננעמבאר. אין א שארף-ווערטערדיגן פאמפלעט קעגן דעם 'אגרת שלומים' האט ר' יעקב גערופן רב לאנדא מיט יעדן מעגליכן נאמען, און האט אים אפילו באשולדיגט אז ער איז א באהאלטענער שבתאי וואס פארלאנגט ר' יונתן'ס ריינוואשונג.

די מחלוקת האט בעצם דערגרייכט א שטילשטאנד. כאטש ר' יונתן איז געבליבן דער הויפט רב פון אלטאנא, זענען אין האמבורג זיינע כוחות אוועקגענומען געווארן דורך דעם שטאט ראט, און ביז די צייט וואס זיי זענען צוריקגעשטעלט געווארן עטליכע יאר שפעטער, איז די אנגעלעגנהייט געווארן גרויסטייל אומרעלעוואנט. אין דער רבנישער וועלט זענען ר' יונתן'ס קעגנער געבליבן אומבייגזאם אין זייער פיינטשאפט צו אים, און זיי האבן ווייטער געהאלטן אז ער איז אן אפיקורס. אינצווישן האבן ר' יונתן'ס שטיצער זיך פאראייניגט פאר אים און הונדערטער רבנים האבן זיך אנגערופן צו זיין בקשה פאר שטיצע בריוו, וואס ער האט פארעפנטליכט אין תקט"ו אלס טייל פון א ספר גערופן 'לוחות עדות' וואס האט אויך דאקומענטירט זיין ווערסיע פון די געשעענישן. ר' יעקב האט ווייטער פארעפנטליכט רעגולערע אטאקעס קעגן זיין שונא, און אין תק"כ האט די מחלוקת באקומען א פרישע לעבהאפט ווען ר' יונתן'ס יונגערער זון, וואלף אייבשיץ, האט זיך דערקלערט אלס א שבתאי'שער נביא, און איז דאן אויפגעדעקט געווארן אלס א נאנטער פריינט צו עטליכע באקאנטע אפיקורסים. צוליב דעם אינצידענט איז ר' יונתן'ס ישיבה פארמאכט געווארן, קיינמאל נישט צו ווערן צוריקגעעפנט.

pic2_001.webp

וואלף, ר' יונתן'ס יונגערער זון, האט אין תק"כ געמאלדן אז ער איז א שבתאי'שער נביא. ער האט זיך שפעטער געשמד'ט און איז געווארן "באראן אייבשיץ", כאטש ער האט ווייזט אויס זיך צוריקגעקערט צו דער אידישער געמיינדע פאר זיין טויט אין תקמ"ה. דאס בילד איז געגעבן געווארן צו רב דונער דורך זיין אייניקל, א פרומער איד וואס וואוינט אין גייטסהעד, ענגלאנד.


pic_001.webp

אין תקט"ו האט ר' יונתן פארעפנטליכט זיין ווערסיע פון די געשעענישן און שטארק פראטעסטירט זיין אומשולד. דער ספר, לוחות עדות (דער דאזיגער עקזעמפלאר אין רב דונער'ס קאלעקציע), האט אויך אנטהאלטן הונדערטער שטיצע בריוו פון רבנים איבער גאנץ אייראפע, אריינגערעכנט איינס פון דעם ווילנער גאון, וואס איז דעמאלט געווען כמעט אינגאנצן אומבאקאנט אויסער ליטא.

אפילו ר' יונתן'ס פטירה אין תקכ"ד האט נישט געענדיגט די מחלוקת. ר' יעקב האט ווייטער פארעפנטליכט זיינע אטאקעס, און געהאלטן אז שבתאי'שע אפיקורסות בלייבט א עכטע סכנה פאר יעדע אידישע קהילה. ר' יעקב'ס פטירה אין תקל"ו, און זיין נאכפאלגנדע קבורה נאנט צו ר' יונתן צוליב רב לאנדא'ס הלכה'דיגע פסק, האט ענדליך געברענגט די פערזענליכע מחלוקת צו אן ענדע. אין די ענדע איז עס געווען רב לאנדא'ס רעזאלוציע וואס איז געווארן דער בלופרינט פאר צוקונפטיגע דורות. ר' יונתן'ס אומגלויבליכע תורה, ווי פארצייכנט אין די פילע ווערק וואס זענען הויפטזעכליך פארעפנטליכט געווארן נאך זיין טויט, זענען הויפט-שטיצן פון אידישע לערנען ביז היינט צו טאג, הויפטזעכליך צוליב ר' לאנדא'ס פארשלאג אז אויב איינער איז אין יעדן זין א פרומער איד און אן אויסגעצייכנטער רב, מוזן אומבאשטעטיגטע אפווייכונגען וואס ווערן אים צוגעשריבן אינגאנצן איגנארירט ווערן. ר' יעקב ווערט גלייך פארערט אלס אן אויסגעצייכנטער רב וואס האט געפירט א מוטיגן קאמף קעגן א מענטש וועמען ער האט באטראכט אלס א געפערליכער אפיקורס, און זיינע ווערק אויף ש"ס, הלכה, און תפילה ווערן ווייטער ברייט גענוצט און רעספעקטירט.

איידער מיר ענדיגן די סעריע מוזן מיר אדרעסירן די פראגעס וואס האבן געשוועבט אין הינטערגרונט דורכאויס דער דראמאטישער געשיכטע: נאך אלעם, האט ר' יעקב געהאט רעכט? איז ר' יונתן טאקע געווען א שבתאי? אויב ער איז געווען א שבתאי, האט ער טאקע געשטעלט א געפאר פאר נארמאטיווע אידישקייט? עס זענען דא פארשידענע ענטפערס צו אלע די פראגעס, אבער גארנישט איז באשטימט אדער דעפיניטיוו. וואס איז אבסאלוט קלאר איז אז ר' יעקב האט באמת געגלייבט אז ר' יונתן איז א שבתאי, און ער האט געגלייבט אז ר' יונתן איז א אונטערוועלטניק וואס מען האט געדארפט ארויסווארפן פון זיין שטעלע, און פון אידישן לעבן. און ר' יעקב איז נישט געווען אליין. אפילו צווישן די וואס האבן געשטיצט ר' יונתן זענען געווען רבנים, ווי רב לאנדא, וואס זענען נישט געווען איבערצייגט פון זיין אומשולד, כאטש זיי האבן אים געשטיצט ווייל זיי האבן געגלייבט אז דער קאמפיין קעגן אים האט זייער געשאדט דעם אידישן לעבן, און דעריבער איז אים שטיצן געווען בוחר הרע במיעוטו.

דורכאויס דער פאסירונג איז ר' יונתן געווען טאקטיש זייער קלוג, און האט איבערגעשטיגן ר' יעקב און זיינע שטיצער ביי יעדן שטאפל, אבער זיין לאגערס אלגעמיינע סטראטעגיע איז געווען שלעכט באטראכט און אפט קעגן-פראדוקטיוו. אין דעם גלויבן אז זיין רעפוטאציע האט ווייט איבערגעוואויגן סיי וועלכע פרואוו אים צו פארשווארצן, האט ר' יונתן זיך אפגעזאגט צו נעמען זיינע קעגנער ערנסט, און ער האט שטענדיג געזוכט זיי צו נעטראליזירן אן זיי דירעקט צו באגעגענען, וואס האט זיי נאר מער אויפגערעגט. פארשטייט זיך אז הויכמוט נישט קיין באווייז פון שולד, און אויך קענען עטליכע פון ר' יונתן'ס מער לעכערליכע טענות בנוגע די קמיעות נישט גענוצט ווערן אים צו פאראורטיילן. און דאך איז עס א טרויעריגער פאקט אז ער איז געשטארבן אן אראפצושאקלען דעם וואלקן פון חשד וואס האט געהאנגען איבער אים. אבער צי ער איז געווען א שבתי'אנישער סימפאטיקער אדער נישט איז א פראגע וואס טיז היינט נישט רעלעוואנט. סיי ער און סיי ר' יעקב עמדין, טראץ די גיפטיגע פאלעמיק וואס האט אזוי פארוואונדעט זייערע לעבנס, ווערן באטראכט ווי צוויי פון די פראמינענטסטע תורה געלערנטע וואס האבן אונז באגליקט מיט זייער אנוועזנהייט און געלערנטקייט אין דער פרי מאדערנער עפאכע.
 
א גרויסער דאנק! נישטא קיין ווערטער!
איין שאלה. דו האט אנגענומען אר ר׳ יונתן איז באמת געוועזן א שבתאי. קענסט ביטע סאממעריזן קורץ און שארף וואס האטוך געברענט צו דער מסקנה? אויסער גרשום שלום׳ס שיטה, האב איך נישט געזען עפעס אין layman's טערמס וואס צייגט שבתאות.
 
א גרויסער דאנק! נישטא קיין ווערטער!
איין שאלה. דו האט אנגענומען אר ר׳ יונתן איז באמת געוועזן א שבתאי. קענסט ביטע סאממעריזן קורץ און שארף וואס האטוך געברענט צו דער מסקנה? אויסער גרשום שלום׳ס שיטה, האב איך נישט געזען עפעס אין layman's טערמס וואס צייגט שבתאות.
די קומענדיגע ארטיקל וועט זיין איבער דעם
 
Back
Top