מעג א ריטעיל ביזנעס זיין אפען אין שבת ע”פ הלכה?

שבת אחים

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 3, 2024
מעסעדזשעס
345
רעאקציע ראטע
1,093
פונקטן
223
וואס איז די הלכה פון א “זעלבסט-סערוויס ביזנעס מאַדעל” — ווי די קאָסטומערס אַפּערירן אליינס די מאשינען אָן קיין שטאב. א שטייגער ווי א לאנדרימאט, זעלבסט-סערוויס גאַז סטאַנציעס, אדער קאַר וואַש ווי אלע טראַנזאַקציעס ווער דרוכגעפירט אויטאָמאַטיש מיט מאשינען.

איז די עפעס א היתר אדער אַ loophole, געהערט אמאל אויב א גוי איז א שותף איז דא עפעס א היתר וואס מ׳קען אויסארבעטן? און אויב יא וויאזוי ארבעט די שותפות?

אויב איז איז דא איינער וואס איז אויסגעקלאָרט אין די ענינים און ער קען זיך לאזן הערן וועל איך אים שטארק באדאנקען.

טענקס.
 
עס איז דא אופני היתר ,אבער עס דארף ווערן באהאנדלט פרטיות׳דיג פון א מורה הוראה,ווייל עס
איז דא כמה חילוקים אין די פרטים פון יעדע ביזנעס
פאר רעפערענץ איז דא פון רבי עובדיה יוסף און נאך,א סוירטש אין גוגעל -למשל היתר אוטומאט בשבת
אדער ענדליך,וועט ארויפברענגען פיעל רעפערענץ
 
דאנקע שיינע הרב ריבי. 🙏
 
אויב איז עס ממש סעלף סערוויס ווי למשל עמעזאן FBA אדער א ווענדינג מאשין. איז עס מותר אן קיין שום תנאים.

אויב האסטו א ארבעטער ווענד זיך אויב דארף די ארבעטער (אפילו א גוי) עובר זיין אויף מלאכות שבת. דארפסטו עם אדער מאכן א שותף אויף שבת, אדער פארדינג עם די ביזנעס אויף שבת, אדער מאך עם אלץ א סאבּ-קאנטרעקטער אויף שבת.

אויך דארף מען זיכער מאכן אז די פארדינגען/שותפות/סאבּ-קאנטרעקטינג איז בהבלעה דהיינו אז מען געט עם צי אפאר מינוט פרייטאג און אפאר מינוט מוצאי שבת, כדי עס זאל נישט הייסן מעשי שבת.

אויך דארף מען אכטונג געבן אויף מראית עין. מילא אויב איז עס אינדרויסן פון די תחום פון א אידישע שטאט איז נישטא קיין פראבלעם, אבער אויב איז עס אין די תחום מוז די גוי זיין א שותף. אבער א סאבקאנטרעקטער און פארדינגען די ביזנעס פארן גוי העלפט נאר אויב עס איז די סדר אין יענע שטאט.
 
אה wow א ריזיגע יישר כח.

ביסט דאך גערעכט וואס איז עס אנדערש ווי עמעזאן?

סאיז נישט אין א אידישע געגענט און אלעס איז אויטאמאטיש אן קיין שום ארבייטעראר.

So כ׳קען מיך פארלאזן אז דאס איז טאקע די הלכה אדער איך דארף גיין פרעגן א דיין?
 
Back
Top