מען דארף גיבן הודאה

ריבי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 22, 2025
מעסעדזשעס
646
רעאקציע ראטע
1,685
פונקטן
213
אין די משנה ברכות על הגשמים ועל בשורות טובות
מברך , אין די גמרא גייט אריין אין דיטעילס,מאימתי
מברכין, אבער עס איז קלאהר אז עס איז דא א חיוב פון ברכה והודאה ווען עס איז דא גשמים-רעגן- נאך א טרוקעניש ,און נישט סתם א ברכה הטוב והמטיב,אזוי ווי יעדע בשורה טובה , נאר רב יהודה לערנט אויס א גאנצע נוסח פון מודים על כל טפה וטפה וכו׳אין די משנה תענית דערציילט ער מעשה שגזרו תענית וירדו להם גשמים וכו׳ אמר להם רבי טרפון צאו ואכלו ושתו ועשו יום טוב,ובאו בין הערבים וקראו הלל הגדול,און די גמרא איז מפרש פארוואס קודם איז -אכלו ושתו -לפי שאין אומרים הלל אלא על נפש שבעה וכרס מלאה , מען זעהט קלאהר,אויב איז דא א ישועה אויף וואס מען האט גיהאפט און גיווארט,און עס איז אהנגיקומען, איז א צייט צי סעלעברעיטן
און דאנקען גאט, כהיום אז עס איז גימאלדן פון די
גאווערנמענט דורך פרעזידענט טראמפ, אז די מלחמה אין ארץ ישראל מיט די פאלעסטינער איז
גיקומען צו שטילשטאנד, און די משכונות גייט מען באפרייען, איז יעצט א שעת שמחה ועת הודאה,און
פונקט ווי מען האט גיהערט כרוזים מתפלל צוזיין
פאר די שלום און די באפרייאונג פון די שבויים, איז
צו עקספעקטן אז מען זאל מאכן מסיבות פון שבח
והודאה אויף די ישועה,און טאקע מיט א תפילה אז
עס זאל פירן צו אן ענדגילטיגען שלום וואס זאל
לעסטן ביז משיח׳ס טאג .
מען דארף לויבן ישועת אלוהינו
 
עס זאל פירן צו אן ענדגילטיגען שלום וואס זאל
לעסטן ביז משיח׳ס טאג .
ביז משיח׳ס טאג? ס׳הייסט ווען משיח קומט זאל זיך די מלחמות צוריק אנהייבן פון פריש?
 
Back
Top