מען דארף גיבן הודאה

ריבי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 22, 2025
מעסעדזשעס
649
רעאקציע ראטע
1,686
פונקטן
213
אין די משנה ברכות על הגשמים ועל בשורות טובות
מברך , אין די גמרא גייט אריין אין דיטעילס,מאימתי
מברכין, אבער עס איז קלאהר אז עס איז דא א חיוב פון ברכה והודאה ווען עס איז דא גשמים-רעגן- נאך א טרוקעניש ,און נישט סתם א ברכה הטוב והמטיב,אזוי ווי יעדע בשורה טובה , נאר רב יהודה לערנט אויס א גאנצע נוסח פון מודים על כל טפה וטפה וכו׳אין די משנה תענית דערציילט ער מעשה שגזרו תענית וירדו להם גשמים וכו׳ אמר להם רבי טרפון צאו ואכלו ושתו ועשו יום טוב,ובאו בין הערבים וקראו הלל הגדול,און די גמרא איז מפרש פארוואס קודם איז -אכלו ושתו -לפי שאין אומרים הלל אלא על נפש שבעה וכרס מלאה , מען זעהט קלאהר,אויב איז דא א ישועה אויף וואס מען האט גיהאפט און גיווארט,און עס איז אהנגיקומען, איז א צייט צי סעלעברעיטן
און דאנקען גאט, כהיום אז עס איז גימאלדן פון די
גאווערנמענט דורך פרעזידענט טראמפ, אז די מלחמה אין ארץ ישראל מיט די פאלעסטינער איז
גיקומען צו שטילשטאנד, און די משכונות גייט מען באפרייען, איז יעצט א שעת שמחה ועת הודאה,און
פונקט ווי מען האט גיהערט כרוזים מתפלל צוזיין
פאר די שלום און די באפרייאונג פון די שבויים, איז
צו עקספעקטן אז מען זאל מאכן מסיבות פון שבח
והודאה אויף די ישועה,און טאקע מיט א תפילה אז
עס זאל פירן צו אן ענדגילטיגען שלום וואס זאל
לעסטן ביז משיח׳ס טאג .
מען דארף לויבן ישועת אלוהינו
 
עס זאל פירן צו אן ענדגילטיגען שלום וואס זאל
לעסטן ביז משיח׳ס טאג .
ביז משיח׳ס טאג? ס׳הייסט ווען משיח קומט זאל זיך די מלחמות צוריק אנהייבן פון פריש?
 
ביז משיח׳ס טאג? ס׳הייסט ווען משיח קומט זאל זיך די מלחמות צוריק אנהייבן פון פריש?
עס איז א לשון בני אדם , עד שיבא המשיח , אדער ,עד שיעמוד הכהן באורים ותומים , ווען דער משיח
קומט ,וואס וועט זיין , און ווי אזוי עס וועט אויסקוקן
איז לויטן רמב״ם,וואס ער נעמט אהן די דעה פון שמואל דער אמורא,אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד, פון דעסטן איז ער מוסיף, אז עס עס זעהט אויס מפשוטן של נביאים ,אז אין אהנפאנג פון משיח׳ס מלוכה וועט זיך מאכן א מלחמה,אהן געפירט דורך גוג מלך מגוג, ער גיט נאך פרטים סוף הלכות מלכים ונזכה ונחיה ונראה,די עיקר כוונה ׳ביז משיח׳ס טאג׳ איז אז די יידישע מדינה זאל האבן א קיום אלץ א מדינה צווישן אנדער מדינות,מיט א הרחבה און שלום,אויף אן אופן עס זאל נתרבה ווערן דער עולם התורה, און האבן א השפעה טובה על כל יושביה זיי זאלן זיין חרדים לדבר ה׳,און דאס וועט מקרב די ימות המשיח,איבער,צו גיבן די ממשלה צו דעם צאצא פון זרע מלכות בית דויד .זכור ה׳ לדוד .
 
Back
Top