'מען דארף טון, נישט אויפטון'

"מען דארף טון, נישט אויפטון" איז די ליין וואס איך האלט אין איין הערן פון די וועלכע האבן אנטייל גענומען אין די היינטיגע פראטעסט אין מאנהעטן. ווארשיינליך, זייענדיג באוואוסטזיניג צו דעם פאקט אז עס וועט טאקע גארנישט אויפטון.

איך כשלעצמי בין נישט קיין סאטמארער, ממילא בין איך נישט אויפגעוואקסן מיט דעם אמרה, און ממילא הערנדיג דאס האב איך פרובירט צו פארשטיין וואס איז פשט דערפון, אזוי ווי איך טו מיט אלע אנדערע אמרות וואס איך הער.

איך האב געפרעגט מיינע סאטמארע פריינט, אבער קיינער האט נישט געוואוסט צו זאגן מער ווי אז "אזוי האט די רבי געהאלטן." "עס איז כדי צו אראפנעמען די חרון אף." און וויאזוי נעמט דאס אראפ די חרון אף? שווערע שאלה.

האב איך געקלערט צו מיר, לאמיר פרובירן צו אויפקומען מיט א פשט.

און אזוי האב איך געטון, און בס"ד אויפגעקומען מיט א פשט.

די נקודה איז זייער פשוט. א מענטש איז מוגבל. נאר גאט איז א כל יכול. א מענטש קען נאר פרובירן, ער קען קיינמאל נישט וויסן צו דאס וועט עפעס אויפטון.

אמאל פרוביר איך צו מקרב זיין א איד אין ביהמ"ד, אים געבן א שמייכל. כאטש איך ווייס אז די מעגליכקייט אז איך וועל אויפטון עפעס איז גאר ווייט. דאס טייטשט מען דארף טון, נישט אויפטון. אונז דארפן טון אונזערע, און דער באשעפער וועט שוין צופירן וואס עס זאל ארויסקומען דערפון.

נאר וואס דען? די פעולה דארף זיין א פעולה אויף צו אויפטון. מקרב זיין א צווייטן איד איז א פעולה וואס צילט אויפצוטון. נאר וויבאלד מען ווייסט נישט צו מען וועט באמת אויפטון, אויף דעם זאגט מען "מען דארף טון, נישט אויפטון." אבער טון א פעולה וואס בכלל נישט אויסגעשטעלט צו אויפטון, למשל: אנשטאט מקרב זיין דעם איד, מאך איך זיכער צו אנרירן זיין רעקל יעדן טאג. וואס קען שוין אנרירן זיין רעקל אויפטון? פרעגט מיר מיין חבר: "מען דארף טון, נישט אויפטון." ענטפער איך... פארשטייט זיך אז דאס האט נישט קיין זינען.

מיין ווייב האט מיר געבעטן צו צוזאמנעמען די סוכה. איך פארמאג א פאפ-אפ סוכה. איך שטעל זיך ארויס מיט א האמער און הויב אן צו האקן מיט אימפעט. מיט וואונדער פרעגט זי: "וואס איז דאס? א פאפ-אפ סוכה צונעמט מען נישט אזוי, און די האמער טוט גארנישט אויף... חוץ מזה קען עס גאר צוברעכן." איך פארליר זיך אבער נישט. "מען דארף טון, נישט אויפטון." פארשטייט זיך אז דאס האט נישט קיין זינען.


די זעלבע איז נוגע צום היינטיגן פראטעסט. מען קען נישט סתם זאגן "מען דארף טון, נישט אויפטון." עס דארף כאטש זיין א השתדלות אויפצוטון. סתם צו גיין שרייען אין מאנהעטן, וואס דו ווייסט אז דאס גייט קיינעם נישט צוקראצן, און דו ווייסט אז עס קען גאר גורם זיין שלעכטס פאר אידן דורכן געבן שטיצע צו די פראפעגאנדע פון שונאי ישראל, איז אידיאטיש און א בושה.
 
זעלבע איז נוגע צום היינטיגן פראטעסט. מען קען נישט סתם זאגן "מען דארף טון, נישט אויפטון." עס דארף כאטש זיין א השתדלות אויפצוטון. סתם צו גיין שרייען אין מאנהעטן, וואס דו ווייסט אז דאס גייט קיינעם נישט צוקראצן, און דו ווייסט אז עס קען גאר גורם זיין שלעכטס פאר אידן דורכן געבן שטיצע צו די פראפעגאנדע פון שונאי ישראל, איז אידיאטיש און א בושה.
נו, דיין אנהייב פארענטפערט די ענדע,👇👇
ווארשיינליך, זייענדיג באוואוסטזיניג צו דעם פאקט אז עס וועט טאקע גארנישט אויפטון.
זייער שיין באשריבן!
 
"מען דארף טון, נישט אויפטון" איז די ליין וואס איך האלט אין איין הערן פון די וועלכע האבן אנטייל גענומען אין די היינטיגע פראטעסט אין מאנהעטן. ווארשיינליך, זייענדיג באוואוסטזיניג צו דעם פאקט אז עס וועט טאקע גארנישט אויפטון.

איך כשלעצמי בין נישט קיין סאטמארער, ממילא בין איך נישט אויפגעוואקסן מיט דעם אמרה, און ממילא הערנדיג דאס האב איך פרובירט צו פארשטיין וואס איז פשט דערפון, אזוי ווי איך טו מיט אלע אנדערע אמרות וואס איך הער.

איך האב געפרעגט מיינע סאטמארע פריינט, אבער קיינער האט נישט געוואוסט צו זאגן מער ווי אז "אזוי האט די רבי געהאלטן." "עס איז כדי צו אראפנעמען די חרון אף." און וויאזוי נעמט דאס אראפ די חרון אף? שווערע שאלה.

האב איך געקלערט צו מיר, לאמיר פרובירן צו אויפקומען מיט א פשט.

און אזוי האב איך געטון, און בס"ד אויפגעקומען מיט א פשט.

די נקודה איז זייער פשוט. א מענטש איז מוגבל. נאר גאט איז א כל יכול. א מענטש קען נאר פרובירן, ער קען קיינמאל נישט וויסן צו דאס וועט עפעס אויפטון.

אמאל פרוביר איך צו מקרב זיין א איד אין ביהמ"ד, אים געבן א שמייכל. כאטש איך ווייס אז די מעגליכקייט אז איך וועל אויפטון עפעס איז גאר ווייט. דאס טייטשט מען דארף טון, נישט אויפטון. אונז דארפן טון אונזערע, און דער באשעפער וועט שוין צופירן וואס עס זאל ארויסקומען דערפון.

נאר וואס דען? די פעולה דארף זיין א פעולה אויף צו אויפטון. מקרב זיין א צווייטן איד איז א פעולה וואס צילט אויפצוטון. נאר וויבאלד מען ווייסט נישט צו מען וועט באמת אויפטון, אויף דעם זאגט מען "מען דארף טון, נישט אויפטון." אבער טון א פעולה וואס בכלל נישט אויסגעשטעלט צו אויפטון, למשל: אנשטאט מקרב זיין דעם איד, מאך איך זיכער צו אנרירן זיין רעקל יעדן טאג. וואס קען שוין אנרירן זיין רעקל אויפטון? פרעגט מיר מיין חבר: "מען דארף טון, נישט אויפטון." ענטפער איך... פארשטייט זיך אז דאס האט נישט קיין זינען.

מיין ווייב האט מיר געבעטן צו צוזאמנעמען די סוכה. איך פארמאג א פאפ-אפ סוכה. איך שטעל זיך ארויס מיט א האמער און הויב אן צו האקן מיט אימפעט. מיט וואונדער פרעגט זי: "וואס איז דאס? א פאפ-אפ סוכה צונעמט מען נישט אזוי, און די האמער טוט גארנישט אויף... חוץ מזה קען עס גאר צוברעכן." איך פארליר זיך אבער נישט. "מען דארף טון, נישט אויפטון." פארשטייט זיך אז דאס האט נישט קיין זינען.


די זעלבע איז נוגע צום היינטיגן פראטעסט. מען קען נישט סתם זאגן "מען דארף טון, נישט אויפטון." עס דארף כאטש זיין א השתדלות אויפצוטון. סתם צו גיין שרייען אין מאנהעטן, וואס דו ווייסט אז דאס גייט קיינעם נישט צוקראצן, און דו ווייסט אז עס קען גאר גורם זיין שלעכטס פאר אידן דורכן געבן שטיצע צו די פראפעגאנדע פון שונאי ישראל, איז אידיאטיש און א בושה.
לפי דעתי, קומט דער אימרה״ מען דארף טהון נישט אויפטהוען״צו פארענפערן א תמיהה,ווייל מען געפינט ביי מצות הוכח תוכיח - תוכחה - און די חז״ל
זענען דורש אפילו מאה פעמים , איז אפילו דארט דא א שיעור (ערכין) עד כדי קללה אדער עד כדי הכאה מחלוקת רב ושמואל , אבער עס האט א שיעור,פשט איז,אז אויב עס איז טהועט גארנישט אויף,יענער שימפט אדער שלאגט,איז פטור און אויס מצוה, איז אויב אזוי וואס איז דער פשט פון גיין אין
דער גאס פאר גוים ארויס צוטראגן די יידישע פראבלעמען אין פראנט פון די שונאי ישראל .
האט מען מחדש גיוועהן אז עס איז דא א מושג פון
גיין שרייען, אפילו מען ווייס עס וועט נישט משנה זיין
גיטראפן האבן זיי א גמרא אין תענית ״ צאו והפגינו״
עס איז אבער שוואכע סמך , ווייל דארטן האט עס דאך יא אויפגעטהון, ווי די גמרא פיהרט אויס אויף
די גזירות שלא יעסקו בתורה, ובטלום ואותו יום עשו
יום טוב , קומט דאך אויס אז דוקא ווי עס איז דא א אויסזיכט פון סוקסעס מאכט מען א הפגנה,אבער אז
עס איז סתם לבטלה ביטול זמן לבטלה, און וואס נאך לבטלה , מוז זיין עפעס א פאליטישער חשבון , מסתבר, אז זיי האבן גיהאט פרעשור פון די פלג ירושלמי צו מאכן א טומעל כדרכם , און ביז יעצט האבן זיי אפגיווארפן אז מען קען נישט ווייל עס איז
עת מלחמה , האבן זיי יעצט גימאכט אזא ,שנעלע
הקפות,אפגימאכט און פארטיג, אזא מים אחרונים
פאר די סטרא אחרא,בעל כרחו יענה אמן בדיל ויעבור.
 
דעי הפגנה האט גארנישט צי טון מיט ציונות אדער התגרות באומות, עס איז א וועג צי האלטן די בעיס עקסייטעד. בבחינת די רבישע חתונות וואס האט גארנישט מיטן חתן איינגעלייגט.
 
בבחינת די רבישע חתונות וואס האט גארנישט מיטן חתן איינגעלייגט.
דער חתן האט אמאל געפרעגט פארוואס דארף איך חתונה האבן?
האט מען איהם געענטפערט "מען דארף טון, נישט אויפטון."
 
לפי דעתי, קומט דער אימרה״ מען דארף טהון נישט אויפטהוען״צו פארענפערן א תמיהה,ווייל מען געפינט ביי מצות הוכח תוכיח - תוכחה - און די חז״ל
זענען דורש אפילו מאה פעמים , איז אפילו דארט דא א שיעור (ערכין) עד כדי קללה אדער עד כדי הכאה מחלוקת רב ושמואל , אבער עס האט א שיעור,פשט איז,אז אויב עס איז טהועט גארנישט אויף,יענער שימפט אדער שלאגט,איז פטור און אויס מצוה, איז אויב אזוי וואס איז דער פשט פון גיין אין
דער גאס פאר גוים ארויס צוטראגן די יידישע פראבלעמען אין פראנט פון די שונאי ישראל .
האט מען מחדש גיוועהן אז עס איז דא א מושג פון
גיין שרייען, אפילו מען ווייס עס וועט נישט משנה זיין
גיטראפן האבן זיי א גמרא אין תענית ״ צאו והפגינו״
עס איז אבער שוואכע סמך , ווייל דארטן האט עס דאך יא אויפגעטהון, ווי די גמרא פיהרט אויס אויף
די גזירות שלא יעסקו בתורה, ובטלום ואותו יום עשו
יום טוב , קומט דאך אויס אז דוקא ווי עס איז דא א אויסזיכט פון סוקסעס מאכט מען א הפגנה,אבער אז
עס איז סתם לבטלה ביטול זמן לבטלה, און וואס נאך לבטלה , מוז זיין עפעס א פאליטישער חשבון , מסתבר, אז זיי האבן גיהאט פרעשור פון די פלג ירושלמי צו מאכן א טומעל כדרכם , און ביז יעצט האבן זיי אפגיווארפן אז מען קען נישט ווייל עס איז
עת מלחמה , האבן זיי יעצט גימאכט אזא ,שנעלע
הקפות,אפגימאכט און פארטיג, אזא מים אחרונים
פאר די סטרא אחרא,בעל כרחו יענה אמן בדיל ויעבור.
די משל פון הוכיח תוכיח ברענגט טאקע גאר שיין ארויס די נקודה.
אפילו מאה פעמים, איי עס טוט דאך נישט אויף, זעהסט דאך 99 מאל האט עס נישט געארבעט? דאך: אפי' מאה פעמים, די דארפסט טון, די דארפסט פרובירן, קענסט קיינמאל נישט וויסן וואספארא אויפטו קען צום סוף ארויסקומען.
מיט דעם אלעם איז דא גבול: אויב ווייסטו קלאר אז דער צווייטער איז נישט וויליג בכלל צו הערן און עס איז קלאר אז עס וועט נישט אויפטון, אדרבה עס קען גאר ערגער מאכן. דאַן לא תשא עליו חטא. עס איז נישט קיין מצווה צו טון פעולות אן קיין משמעות.
 
די ווערטל גייט אז די רבי האט געזאגט אז מ'דארף טון נישט אויפטון, די רגע מ'זעהט אז מ'הייבט אן אויפצוטון, סטאפט מען גלייך...
 
Back
Top