מען דארף גיבן הודאה

ריבי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 22, 2025
מעסעדזשעס
668
רעאקציע ראטע
1,772
פונקטן
213
אין די משנה ברכות: על הגשמים ועל בשורות טובות מברך וכו', די גמרא גייט אריין אין דיטעילס, מאימתי מברכין, אבער עס איז קלאר אז עס איז דא א חיוב פון ברכה והודאה ווען עס איז דא גשמים – רעגן – נאך א טרוקעניש, און נישט סתם א ברכה הטוב והמטיב אזוי ווי יעדע בשורה טובה, נאר רב יהודה לערנט אויס א גאנצע נוסח פון מודים על כל טפה וטפה וכו'.

אין די משנה תענית דערציילט ער א מעשה שגזרו תענית וירדו להם גשמים וכו', אמר להם רבי טרפון צאו ואכלו ושתו ועשו יום טוב, ובאו בין הערבים וקראו הלל הגדול. און די גמרא איז מפרש פארוואס קודם איז אכלו ושתו – לפי שאין אומרים הלל אלא על נפש שבעה וכרס מלאה.

מען זעט קלאר, אויב איז דא א ישועה אויף וואס מען האט געהאפט און געווארט און עס איז אנגעקומען, איז דאס א צייט צו סעלעברעטן און דאנקען גאט.

כהיום, אז עס איז געמאלדן געווארן פון די גאווערמענט דורך פרעזידענט טראמפ, אז די מלחמה אין ארץ ישראל מיט די פאלעסטינער איז געקומען צו א שטילשטאנד און די משכונות גייט מען באפרייען, איז יעצט א שעת שמחה ועת הודאה. און פונקט ווי מען האט געהערט כרוזים מתפלל צו זיין פאר די שלום און די באפרייאונג פון די שבויים, איז צו עקספעקטן אז מען זאל מאכן מסיבות פון שבח והודאה אויף די ישועה, און טאקע מיט א תפלה אז עס זאל פירן צו אן ענדגילטיגן שלום וואס זאל לעסטן ביז משיח'ס טאג. מען דארף לויבן ישועת אלוקינו.
 
עס זאל פירן צו אן ענדגילטיגען שלום וואס זאל
לעסטן ביז משיח׳ס טאג .
ביז משיח׳ס טאג? ס׳הייסט ווען משיח קומט זאל זיך די מלחמות צוריק אנהייבן פון פריש?
 
ביז משיח'ס טאג? ס'הייסט ווען משיח קומט זאל זיך די מלחמות צוריק אנהייבן פון פריש?
עס איז א לשון בני אדם, "עד שיבא המשיח", אדער "עַד עֲמֹד הַכֹּהֵן לְאוּרִים וְתוּמִּים" (נחמי' ז'). ווען משיח קומט, וואס וועט זיין און ווי אזוי עס וועט אויסקוקן, איז לויטן רמב"ם, וואס ער נעמט אן די דעה פון שמואל דער אמורא "אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שעבוד מלכיות בלבד", פון דעסטן איז ער מוסיף אז עס זעהט אויס מפשוטן של נביאים, אז אין דעם אנהייב פון משיח'ס מלוכה וועט זיך מאכן א מלחמה, אנגעפירט דורך גוג מלך מגוג. ער גיט נאך פרטים סוף הלכות מלכים, ונזכה ונחיה ונראה.

די עיקר כוונה פון לשון "ביז משיח'ס טאג" איז אז די אידישע מדינה זאל האבן א קיום אלץ א מדינה צווישן אנדערע מדינות, מיט אַ הרחבה און שלום, אויף אן אופן אז דער עולם התורה זאל נתרבה ווערן און האָבן אַ השפעה טובה על כל יושביה, זיי זאלן זיין חרדים לדבר ה', און דאס וועט מקרב זיין די ימות המשיח, צו איבערגעבן די ממשלה צום צאצא פון זרע מלכות בית דוד. "זכור ה' לדוד".
 
Back
Top