א טענהריי ביים קידוש
שמואל טענהט אז ער וויל טון וואס ער וויל און יענקי טענהט זיך צוריק אז מ'האט חיובים און לויט דעם טוט מען.
שמואל טענהט האסט נישט קיין שום חיוב, קענסט אפי' טאנצן פונעם בריק אויב האסטו נישט ליב צו לעבן. קענסט זיין אן אכזר און וויי טון מענטשן וועסט נאר עסן די קאנסיקווענסן.
יענקל איז אבער א פרומער, און טענהט אז ניין, ער טוט וואס ער דארף ווייל מ'דארף!
פרעגט אים שמואל א קאשע, וואס טוסטו אויב דו קומסט ארויף אויף יענער וועלט און גאט זאגט דיר "האסט זיך ממש מוסר נפש געווען פאר זאכן וואס דו "דארפסט" טון, ס'איז באמת אזא שיינער זאך, אבער האסט באמת גארנישט געדארפט טון. וואלסט געמעגט טון וואס דו ווילסט נאר.
וואלסטו געווען צופרידן אדער טרויעריג?
יענקל ענטפערט מיט שטאלץ כ'וואלט געווען צופרידן ווייל כ'וויל לעבן א לעבן ע"פ הלכה.
אה! יעצט זעהסטו אויך אז באמת טוהסטו וואס דו ווילסט! דו ווילסט לעבן א לעבן מיט "חיובים און דארפן"
און איך וויל לעבן א לעבן נאר לויט מיין ווילן!
-
כתר (-רצון) איז די ערשטע זאך, אלעס קומט פון דעם.