טון וואס מ'וויל אדער וואס מ'דארף

אפסי ארצי

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מערץ 11, 2025
מעסעדזשעס
16
רעאקציע ראטע
61
פונקטן
13
א טענהריי ביים קידוש

שמואל טענהט אז ער וויל טון וואס ער וויל און יענקי טענהט זיך צוריק אז מ'האט חיובים און לויט דעם טוט מען.

שמואל טענהט האסט נישט קיין שום חיוב, קענסט אפי' טאנצן פונעם בריק אויב האסטו נישט ליב צו לעבן. קענסט זיין אן אכזר און וויי טון מענטשן וועסט נאר עסן די קאנסיקווענסן.

יענקל איז אבער א פרומער, און טענהט אז ניין, ער טוט וואס ער דארף ווייל מ'דארף!

פרעגט אים שמואל א קאשע, וואס טוסטו אויב דו קומסט ארויף אויף יענער וועלט און גאט זאגט דיר "האסט זיך ממש מוסר נפש געווען פאר זאכן וואס דו "דארפסט" טון, ס'איז באמת אזא שיינער זאך, אבער האסט באמת גארנישט געדארפט טון. וואלסט געמעגט טון וואס דו ווילסט נאר.

וואלסטו געווען צופרידן אדער טרויעריג?

יענקל ענטפערט מיט שטאלץ כ'וואלט געווען צופרידן ווייל כ'וויל לעבן א לעבן ע"פ הלכה.

אה! יעצט זעהסטו אויך אז באמת טוהסטו וואס דו ווילסט! דו ווילסט לעבן א לעבן מיט "חיובים און דארפן"

און איך וויל לעבן א לעבן נאר לויט מיין ווילן!
-

כתר (-רצון) איז די ערשטע זאך, אלעס קומט פון דעם.
 
אפי' אויב באמת איז מען יא מחיוב זיך צו פירן לויט די תורה ומצות טוט ער עס דאך אויך נאר וויבאלד ער "וויל" זיך פירן לויט ווי די באשעפער וויל, איז עס ווייטער נאר לויט זיין ווילן..
 
באמת איז נישט שייך בכלל אז איינער זאל טוהן עפעס וואס ער וויל נישט טון, וויבאלד לאמיר זאגן אז איינער וויל גיין שווימען, אבער אויפן וועג זעהט ער א הויז ברענען און איינער איז פארכאפט אינסייד, ער קען טאקע מבטל זיין זיין רצון צו גיין שווימען און ראטעווען די פארכאפטער מענטש, אבער ער וועט עס נאר טוהן אויב זיין ווילן צו ראטעווען די פארכאפטער מענטש איז פאר סיי וועלכע סיבה שטערקער ווי זיין רצון צו גיין שווימען, האט ער עס ווייטער געטון נאר ווייל ער האט געוואלט...
אפי' ווען איינער וועט זאגן "איך וויל נישט טוהן דאס און דאס, און איך גיי דיך ווייזן אז איך גיי עס טוהן אן קיין שום סיבה," דאך "וויל" ער עס טוהן כדאי דיך אויפציווייזן אז ער טוט עס למעשה יא...
 
דא האסטו א הערליכן ארטיקל פון החכם האלקי ונבנתה העיר, אין קאווע שטיבל, איבער דעם נושא. מיט זיין צוקער-זיסן שפראך, און מורא'דיגן הסברה:
הנאה/צער - בחירה - קאווע שטיבל
 
Back
Top