צו מיינע עלטערן

הערט א מעשה.
משה האט דעליווערד פאר יענקל'ן א בעיבי!

וואס, ווען, וויאזוי? זייער פשוט.
משה איז אן הצלה מיטגלידער.
אלס א חלק פון זיין ארבעט האט ער זיך אמאל געטראפן אויף אן עקסידענט סצענע, און די בילד וואס ער האט דארט געזעהן איז געווען א יוצא מן הכלל. די קראך איז געווען עפעס שרעקליכס.
די פענסטער צושאסן, די טירן צופליקט, די רעדער צובאסט און נעבעך די גופים צו....

פלוצים איז זיין בליק געפאלן אויף א חפצ'ל וואס איז זיך געלעגן אין די זייט איינגעקורטשעט אין א בלענקעטל.
א לעבעדיגס!
משה האט געטראפן א לעבעדיג קינד דארט!

לאנג סטארי שארט, די עלטערן זענען געקומען פון תימן, קיין משפחה האבן זיי נישט געהאט, איז דאס קינד נעבעך געבליבן איינער אליינס.

משה וועט דאך אזא זאך נישט צולאזן, האט ער טאקע נאך באותו יום געמאכט די טריפ צו זיין אלטן חבר יענקל -א באוואוסטער איש חסד מיט א שטוב פון 10 קינדער- און אים פשוט אראפגעדראפד דעם קינד.

משה פילט זיך רואיג. יענקל איז א וואוילער, א פולע שטוב מיט קינדער האט ער, וועט זיך דאס אפגעפונענע קינד אוודאי טרעפן דאס פלאץ דארט.

משה איז דאך אבער אוודאי נישט פארטיג דא. ער האט דאך אן אחריות!
ער ברויך זיכער מאכן אז דאס קינד וואקסט אויף ווי ס'ברויך צו זיין!
און משה איז דאך א פערפעקשאניסט אויכעט, מאכט ער טאקע זיכער אז זאכן זאלן זיין פערפעקט.
סטעפט כסדר אריין ביי יענקל'ן אין דערהיים, און קוקט זיך אום אויף די מצב דארט. שפאצירט ארום אין אלע רומס, שרייבט זיך צו זיינע נאוטס, און לאזט פאלן זיינע עצות און געדאנקען.
ער באגנוגט זיך נישט מיט דעם, נאר יעדעס מאנטאג נאכט שיקט ער יענקל'ן א לענגליכע אימעיל מיט קריטיק, מיטוואך צופרי קאלט ער אים מיט די וועכנטליכע הערות סעסיע, און שבת נאכמיטאג דערגייט ער אים סתם אזוי די יארן...

בקיצור, גייט אזוי אדורך אפאר יאר און משה נויטיגט זיך אין אן הלוואה'לע.
וואסזשע די מעשה? נאטינג מעידזשער... משה'ס קעדי עסקעלעיד איז שוין כמעט 3 יאר אלט, און מען ברויך שוין טראכטן פון אן אפגרעיד. אן אפגרעיד איז א טייערע מעשה, און ס'פאדערט זיך געלט דערפאר.
עניוועיס, וואס פארא חילוק פארוואס... משה ברויך געלט, משה האט נישט די געלט, סאוי משה גייט בארגן געלט...

נו, פארוואס דען האט מען חברים אויב נישט פאר אזעלכע זמנים? גייט ער טאקע דורך זיין קאנטאקטס ליסט און הייבט אן רופן דעם עולם.

קומענדיג אן צום אות י' ווערט אים ליכטיג פאר די אויגן... ער טרעפט דארטן אונזער "יענקל'ן".

יענקל וועט מיר אוודאי פארבארגן טראכט משה. יענקל איז דאך מיר שולדיג אן הכרות הטוב. כ'האב דאך אים געגעבן א קינד!

דריקט טאקע משה אויפן סענד קנעפל, און ווארט מיט שפאנונג.
יענקל הייבט אויף מיט א פארשלאפן קול, און הערנדיג וואס משה וויל פון אים שרייט ער אים אריין א מיעוס ווארט און האקט אראפ דאס טרייבל.

משה ווערט נאס.
זיין מויל אפן, זיין צונג צושפרייט, און זיינע אויגן פארווארפן...
וואס האט דא נארוואס פאסירט??
האט ער גערעדט צום ריכטיגן פערזאן? איז עס טאקע געווען זיין באקאנטער יענקל?
ווי קען דאס נאר זיין???

נויט ברעכט דאך אייזן, האט ער איינגענומען א פיל פון יומיליטי און זיך אויסגערעדט פאר זיין בני בית.
"יענקל שפייט אויף מיר" שרייט ער.
יענקל! דעם וועם כ'האב אוועקגעגעבן א קינד!
דער איז דאך אזא כפוי טובה דער! א באגאבונד, א דר'ערד ליגער!

שרייט ער אזוי און קוויטשעט, אבער אזוי אינמיטן הערט ער דאס קול פון זיין ווייב.
"ווער זאגט אז דו האסט אים געטוהן א טובה"?
"האסט אים געפרעגט בעפאר צו ער וויל דאס קינד"?
"האסטו אים פארציילט וואס פארא אחריות און אבליגעישנס ס'וועט קומען באגלייט מיט"?
"וואס פאלט דיר ביי אז ער קומט דיר אפילו א פעני הכרת הטוב"?
"אפשר קומט אים הכרות הטוב פארן איבערנעמען די אלע אחריות'ער וואס דו האסט אויף אים ארויפגעווארפן בעל כרחו"?

משה שטייט געפפלעפט!
זיינע אייגענע ווייב זאל רעדן אזעלכע שטותים?
ער האט גארנישט געוואוסט מיט וועם ער האט חתונה געהאט!
אזאנע ליידיגע רייד!

משה האלט זיך אבער איין און פרובט ענדערש דעם ימין מקרבת:
דו מיינסט פאר א סעקונדע אז ער וויל נישט דאס קינד?
דו ווייסט ווי שטארק ער געבט זיך אפ מיטן קינד?
דו ווייסט ווי שטארק ער היט אים? ווי די שווארץ אפל פון זיין אויג!
ער געבט אוועק לילות כימים, געלט און כח, נערוון און צייט. אלעס געבט ער אים! קומסטו מיר זאגן אז ער דארף נישט דאס קינד??

"משה" הערט ער ווידער דאס בת-קול. "דו דעהערסט נישט די נקודה דא"!
"אוודאי געבט ער זיך יעצט אפ מיט אים, ווייל ס'איז דאך שוין לאחר המעשה!"
"ער איז דאך א וואוילער, און זיין הארץ וועט אים אוודאי נישט צולאזן צו זעהן דעם קינד ליידן."
"אבער פון נעמסטו דיין זיכערקייט אז ער וואלט דאס געקליבן ווען ער האט ווען די בחירה?"

ביז אהער די מעשה. ווייטער האב איך שוין נישט געהערט.


פארוואס שרייב איך דא די מעשה?
ערשטנס ווייל איך גיי ליידיג אויף די מינוט, און איך ברויך אנפילן די צייט...
אבער אויך ווייל דיזע ארגומענט וואס הרב אלטע שרייבער ברענגט דא, איז מיר גורם שטארקע בויך שמערצן.

ס'איז אמת אז רוב מענטשן זוכן נישט צו באגיין סועסייד אויף דער מינוט, אבער צו מיינט דאס אז זיי ענדזשויען זייער לעבן??

יא, פאראן א מיעוט וואס האט דאס.
אבער דער אלגעמיינער יומען גייט דאך דורך דאס גאל דא.
דאס לעבן פון דעם אלגעמיינעם יומען איז דאך איין לאנגער קייט פון מוטשעניש, פיין און חרטה.
פון וואו נעמסטו מיט אזא זיכערקייט אז דער וואס האט מיר געגעבן אזא לעבן אן מיך פרעגן בעפאר קומט אים גאר אן הכרת הטוב?
לייג נאך צו אז צומאל איז דער זעלבער וואס האט מיך דאס דעליווערד, דער איז גראדע איינע פון די הויפט גורמים פון מיין פיין דא!

אין אזא פאל קומט אן הכרת הטוב??
פארוואס? פארווען?
אפשר קומט אן הכרת הטוב פאר מיר אז צוליב מיר האט זיך יענער גענומען דאס נאמען "טאטע"?

שוין. (מיין חברותא קומט)
🤩 wow דיבורים חוצבים להבת אש
 
קיינער דארף זיך גארנישט צו שטעלן, ער איז נישט קיין בעלעבאס אויף דיך, ס'איז פשוט צוויי adults וואס קיינער קען נישט איינטיילן דעם צווייטן, אויב ער זאגט קום נישט אריין ביי מיר מיט א סמארטפון גיי טאקע נישט צו עם, אזוי ווי ער האט געמאכט.
"האק אפ פון איינער וואס פראבירט דיך צו קאנטראלן."
ס׳איז טאקע נישט געשמאק ווען די שווער אדער טאטע טיילט דיך איין וואס צו טון, אבער עס איז אסאך מער נישט געשמאק ווען די האקסט אפ מיט אים.

פארשטייט זיך אז there is no 1 size fits all, אבער רוב מאל איז גרינגער עס אראפ צו שלינגען ווי אויפהערן קומען.
 
קיינער דארף זיך גארנישט צו שטעלן, ער איז נישט קיין בעלעבאס אויף דיך, ס'איז פשוט צוויי adults וואס קיינער קען נישט איינטיילן דעם צווייטן, אויב ער זאגט קום נישט אריין ביי מיר מיט א סמארטפון גיי טאקע נישט צו עם, אזוי ווי ער האט געמאכט.
"האק אפ פון איינער וואס פראבירט דיך צו קאנטראלן."
אין הכי נמי. איך האב מיך באצויגן צו דאס וואס ער טוט זיך אויף אז זיין שווער האט אים געבעטן נישט ארויסצונעמען די סמארטפאון און ער האט זיך אנגעפיפן און יא ארויסגענומען. דאס האט שוין גארנישט מיט קאנטראל, יעדע מענטש האט א רעכט צו פארלאנגען ביי זיך אינדערהיים וואס ער וויל, אז דו ווילסט זיך נישט צושטעלן, קום טאקע נישט.
 
ס׳איז טאקע נישט געשמאק ווען די שווער אדער טאטע טיילט דיך איין וואס צו טון, אבער עס איז אסאך מער נישט געשמאק ווען די האקסט אפ מיט אים.

פארשטייט זיך אז there is no 1 size fits all, אבער רוב מאל איז גרינגער עס אראפ צו שלינגען ווי אויפהערן קומען.
זיין געשמאק קומט נישט פאר דיין געשמאק.
 
אין הכי נמי. איך האב מיך באצויגן צו דאס וואס ער טוט זיך אויף אז זיין שווער האט אים געבעטן נישט ארויסצונעמען די סמארטפאון און ער האט זיך אנגעפיפן און יא ארויסגענומען. דאס האט שוין גארנישט מיט קאנטראל, יעדע מענטש האט א רעכט צו פארלאנגען ביי זיך אינדערהיים וואס ער וויל, אז דו ווילסט זיך נישט צושטעלן, קום טאקע נישט.
ער האט עם באשייגעצט אויך.
אז ער בעט שיין און מענטשלעך ביסטו גערעכט.
 
איך טראכט אזוי; כיבוד אב ואם איז געבן כבוד פאר די מציאות/ענטיטי וואס איז דיין טאטע/מאמע. די ענטיטיס וואס דיין גוף קומט דורך זיי.

יעצט איז אזוי:
א טאטע גייט א גרינע היט. דארף מען מכבד זיין א גרינע היט?
א טאטע/מאמע גלייכט צו עסען באנאנעס. דארף מען מכבד זיין באנאנעס?
א טאטע/מאמע האט א געוויסע מחלה רח״ל. דארף מען מכבד זיין די געוויסע מחלה?
א טאטע/מאמע איז נארסעסיסטיש רח״ל. דארף מען מכבד זיין און ארויפקוקן נארסעסיסם?
ניין. קלאר אז נישט!

אזוי אויך; ווען א טאטע/מאמע פארפירט אויף דיין הנהגה. דארף מען נישט מחשיב זיין זייער פאביע וואס זיי האבן פון דיין הנהגה. מ׳דארף נישט ארויפקוקן אויף די כעס אויסברוכן זייערע. מ׳דארף נישט מכבד זיין די טעותים וואס זיי מאכן און זייער לעבן.

ס׳איז אבער יא א שיינע זאך צו רחמנות האבן און שוינען די ליבע עלטערן אויף די אומזיסטע יסורי הנפש מיט וואס זיי מוטשענען זיך…

די בעסטע זאך וואס דו קענסט טון פאר דיינע עכטע עלטערן (נישט די חולי הנפש וואס נעמט זיי ארום), איז צו מאכן זיכער אז דו לעבסט א געזונטע צופרידענע גליקליכען לעבן. דאס איז די אלטימיט הנאה און נחת וואס עלטערן האפן און ווילן האבן. א טאטע/מאמע וויל דאס בעסטע פאר זייער קינד.

און עגעין, עלטערן וואס האלטן למשל אז די בעסטע זאך פאר א מענטש איז צו נעמען א שטיין און עס האקן אויפן שטערן פאר א שעה צייט יעדן טאג, וועלן אוודאי וועלן אז דאס קינד זייערע זאל אויך עקספיריענסן די געוואלדיגע מתיקות׳דיגע פעין.

מחשיב זיין און צופרידענשטעלן די קאפריזן פון די עלטערן, איז ווי מחשיב זיין די טאטע׳ס גרינע היט. ענדערש זיי מחשיב און פראביר צו צופרידענשטעלן די נקודה הפנימיות וואס דיינע און אלע עלטערן ווילן פון זייערע קינדער. אז די קינדער זאלן טון דאס וואס וועט זיי ברענגען סוקסעס און שמחת החיים!
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top