צי גטן אדער נישט צי גטן?

המן טאש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 23, 2025
מעסעדזשעס
229
רעאקציע ראטע
942
פונקטן
113
איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי מיינע עלטערן האבן זיך ארומגעהרגט, און איך פלעג מיך זאגן שטילערהייט, טאטי און מאמי אז ענק קענען זיך נישט אויסקומען פליז גט׳ס ענק און הערטס אויף פייטן.
למעשה האב איך יעצט געשמוסט מיט א חבר וואס זיינע עלטערן האבן זיך צוטיילט אלץ קינד, און ער איז גאר שטארק פארווייטאגט אויף די טיילונג, האב איך עם געזאגט אז איך האב געהאפט מיינע עלטערן זאלן זיך גטן אנשטאט זיך קריגן, האט ער געטאנעט אז ענדעשער זיך ארומקריגן ווי זיך גטן.
דער אמת איז אז ער פארשטייט נישט וואס מיינט צי זיין אין א שטוב וואס די עלטערן קריגן זיך ווייל זיינע עלטערן האבן זיך גגעט ווען ער איז געווען א בעבי. ומצד שני פארשטיי איך נישט וואס ס׳מיינט האבן גגטע עלטערן, וויבאלד מיינע עלטערען קריגן זיך נאך עד היום הזה לא עלינו.

וויל איך הערן פון איינער וואס האט מיטגעהאלטן ביידע וואס איז זייער מיינונג.
איז ענדעשער זיך בלייבן קריגן, אדער זיך גטן וואס איז בעסער פאר די קינדער?
 
פונקט אריינגעבאמפט אין דעם. ס׳איז ווארשיינליך נישטא קיין one size fits all ענטפער, אבער ער גיבט אביסל פערספעקטיוו

View: https://www.youtube.com/watch?v=Z066G4_gmnQ
 
לעצט רעדאגירט:
ס׳איז ווארשיינליך נישטא קיין one size fits all ענטפער,
כ'האב געגעבן א לייק פאר די ווערטער, ווייל דאס איז דער ריינער אמת.

אויף אייוועלט האבן זיך די לעצטע יאר צוויי געעפנט מערערע אשכולות אויף די נושא, מיט הארצרייסענדע, האר-אויפשטעלנדע געשיכטעס פון קינדער וואס זענען אדורכגעגאנגען די מעשיות, און אפילו דארט איז מען נישט פאראייניגט וועלכע עס איז בעסער, ביידע האבן מעלות און חסרונות.

לויט ווי איך פערזענליך האב געהערט פון מענטשן און פון פראפעסיאנאלן, איז ענדערש (פאר א קינד) א שלומ'דיגע רעספעקטפולע גט ווי איידער זיך אנזעהן מיט פייטס און זלזול. אבער עס זענען געוויס פאראן אנדערע וואס האלטן אנדערש.
 
איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי מיינע עלטערן האבן זיך ארומגעהרגט, און איך פלעג מיך זאגן שטילערהייט, טאטי און מאמי אז ענק קענען זיך נישט אויסקומען פליז גט׳ס ענק און הערטס אויף פייטן.
למעשה האב איך יעצט געשמוסט מיט א חבר וואס זיינע עלטערן האבן זיך צוטיילט אלץ קינד, און ער איז גאר שטארק פארווייטאגט אויף די טיילונג, האב איך עם געזאגט אז איך האב געהאפט מיינע עלטערן זאלן זיך גטן אנשטאט זיך קריגן, האט ער געטאנעט אז ענדעשער זיך ארומקריגן ווי זיך גטן.
דער אמת איז אז ער פארשטייט נישט וואס מיינט צי זיין אין א שטוב וואס די עלטערן קריגן זיך ווייל זיינע עלטערן האבן זיך גגעט ווען ער איז געווען א בעבי. ומצד שני פארשטיי איך נישט וואס ס׳מיינט האבן גגטע עלטערן, וויבאלד מיינע עלטערען קריגן זיך נאך עד היום הזה לא עלינו.

וויל איך הערן פון איינער וואס האט מיטגעהאלטן ביידע וואס איז זייער מיינונג.
איז ענדעשער זיך בלייבן קריגן, אדער זיך גטן וואס איז בעסער פאר די קינדער?
לכאורה ווי לאנג די פייטען איז נישט פיזיקעל איז גאנץ זיכער אז עס איז דא גוטע צייטען אויך,וואס מען איז רוהיג און בשלום, עס איז דא גוטע מינוטען,
דענסטמאהל איז אלץ בעסער צו בלייבען ביינזאם,
ווייל אין דער וואהרהייט איז אין יעדע רילעישענשיפ
דא שווערע מינוטען, און מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך,איז דאך אם כן נתת דבריך לשיעורין
ווען איז איבער די מאהס ?
נאר דאס מוז זיין דער קו המפריד ביז עס איז נישט פיזיקעל אלטערקעישנס, איז אלץ דא דער מציאות פון ראה ונתפייס,נישט נאר פאר די קינדער נאר אויך פאר זיך, והאדם ידע את חוה אשתו .
 
ביידע זענען זייער שווערע דורכגענג פאר קינדער, די שאלה איז ווי ווייט מען שלאגט זיך ארום, און ווי מעסי די גט וועט זיין, יעדע פרשה איז אנדערש, נישטא קיין כלליותדיגע ענטפער.
 
Back
Top