צי גט'ן אדער נישט צי גט'ן?

המן טאש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 23, 2025
מעסעדזשעס
331
רעאקציע ראטע
1,403
פונקטן
213
איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי מיינע עלטערן האבן זיך ארומגעהרגט, און איך פלעג מיך זאגן שטילערהייט, טאטי און מאמי אז ענק קענען זיך נישט אויסקומען פליז גט׳ס ענק און הערטס אויף פייטן.
למעשה האב איך יעצט געשמוסט מיט א חבר וואס זיינע עלטערן האבן זיך צוטיילט אלץ קינד, און ער איז גאר שטארק פארווייטאגט אויף די טיילונג, האב איך עם געזאגט אז איך האב געהאפט מיינע עלטערן זאלן זיך גטן אנשטאט זיך קריגן, האט ער געטאנעט אז ענדעשער זיך ארומקריגן ווי זיך גטן.
דער אמת איז אז ער פארשטייט נישט וואס מיינט צי זיין אין א שטוב וואס די עלטערן קריגן זיך ווייל זיינע עלטערן האבן זיך גגעט ווען ער איז געווען א בעבי. ומצד שני פארשטיי איך נישט וואס ס׳מיינט האבן גגטע עלטערן, וויבאלד מיינע עלטערען קריגן זיך נאך עד היום הזה לא עלינו.

וויל איך הערן פון איינער וואס האט מיטגעהאלטן ביידע וואס איז זייער מיינונג.
איז ענדעשער זיך בלייבן קריגן, אדער זיך גטן וואס איז בעסער פאר די קינדער?
 
פונקט אריינגעבאמפט אין דעם. ס׳איז ווארשיינליך נישטא קיין one size fits all ענטפער, אבער ער גיבט אביסל פערספעקטיוו

View: https://www.youtube.com/watch?v=Z066G4_gmnQ
 
לעצט רעדאגירט:
ס׳איז ווארשיינליך נישטא קיין one size fits all ענטפער,
כ'האב געגעבן א לייק פאר די ווערטער, ווייל דאס איז דער ריינער אמת.

אויף אייוועלט האבן זיך די לעצטע יאר צוויי געעפנט מערערע אשכולות אויף די נושא, מיט הארצרייסענדע, האר-אויפשטעלנדע געשיכטעס פון קינדער וואס זענען אדורכגעגאנגען די מעשיות, און אפילו דארט איז מען נישט פאראייניגט וועלכע עס איז בעסער, ביידע האבן מעלות און חסרונות.

לויט ווי איך פערזענליך האב געהערט פון מענטשן און פון פראפעסיאנאלן, איז ענדערש (פאר א קינד) א שלומ'דיגע רעספעקטפולע גט ווי איידער זיך אנזעהן מיט פייטס און זלזול. אבער עס זענען געוויס פאראן אנדערע וואס האלטן אנדערש.
 
איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי מיינע עלטערן האבן זיך ארומגעהרגט, און איך פלעג מיך זאגן שטילערהייט, טאטי און מאמי אז ענק קענען זיך נישט אויסקומען פליז גט׳ס ענק און הערטס אויף פייטן.
למעשה האב איך יעצט געשמוסט מיט א חבר וואס זיינע עלטערן האבן זיך צוטיילט אלץ קינד, און ער איז גאר שטארק פארווייטאגט אויף די טיילונג, האב איך עם געזאגט אז איך האב געהאפט מיינע עלטערן זאלן זיך גטן אנשטאט זיך קריגן, האט ער געטאנעט אז ענדעשער זיך ארומקריגן ווי זיך גטן.
דער אמת איז אז ער פארשטייט נישט וואס מיינט צי זיין אין א שטוב וואס די עלטערן קריגן זיך ווייל זיינע עלטערן האבן זיך גגעט ווען ער איז געווען א בעבי. ומצד שני פארשטיי איך נישט וואס ס׳מיינט האבן גגטע עלטערן, וויבאלד מיינע עלטערען קריגן זיך נאך עד היום הזה לא עלינו.

וויל איך הערן פון איינער וואס האט מיטגעהאלטן ביידע וואס איז זייער מיינונג.
איז ענדעשער זיך בלייבן קריגן, אדער זיך גטן וואס איז בעסער פאר די קינדער?
לכאורה ווי לאנג די פייטן איז נישט פיזיקעל איז גאנץ זיכער אז עס איז אויך דא גוטע צייטן וואס מען איז רוהיג און בשלום, עס איז דא גוטע מינוטן,
דענסמאל איז אלץ בעסער צו בלייבן ביינאזאם, ווייל אין דער ווארהייט איז אין יעדע רילעישענשיפ דא שווערע מינוטן, און מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך, איז דאך אם כן נתת דבריך לשיעורין, ווען איז איבער די מאס?
נאר דאס מוז זיין דער קו המפריד, ביז עס איז נישט פיזיקעל אלטערקעישנס, איז אלץ דא דער מציאות פון ראה ונתפייס, נישט נאר פאר די קינדער נאר אויך פאר זיך, והאדם ידע את חוה אשתו.
 
ביידע זענען זייער שווערע דורכגענג פאר קינדער, די שאלה איז ווי ווייט מען שלאגט זיך ארום, און ווי מעסי די גט וועט זיין, יעדע פרשה איז אנדערש, נישטא קיין כלליותדיגע ענטפער.
 
אויב פייט מען ווייל בעצם האט מען נישט קיין שום געפיל צום מאן/ווייב, נישטא קיין emotional relationship, נישטא קיין Physical relationship, און מען איז נאר דא פאר די קינדער און די צודרייטע סאסייעטי לאזט נישט, דעמאלטס אויב פייט מען איז עס א גיהנם פאר ביידע און ס'איז ממש רשעות צו הייסן זיי בלייבן, געזונטע קינדער קומען נישט ארויס פון דעם.

פאר א קינד איז נישט מעגליך צו פארשטיין פארוואס א טאטע מאמע זאלן זיך וועלן גט'ן, פאר זיי זענען זיי ווי בלוט און פלייש, איז ווי אזוי קען מען זיך גט'ן, אבער זייער אסאך מאל איז עס נישט געזונט צו זען ווי אזוי מען הרג'ט זיך ארום, א קינד לעכצט נאך שלום, שלוה, נאך Security, פילן אין א safe פארזיכערטע פלאץ, ווען דאס איז נישטא איז מען צושאקעלט פון אינעווייניג און די אידענטיטעט האט א שוואכע Foundation און מיט א קרומע בליק פון א חבר פאלט איין די גאנצע בנין האדם, זיין גאנצע זיך איז נישטא, ער זוכט כסדר אנערקענונג און זיין זעלבסט-זיכערקייט איז ווי א צובראכענע פארקראכענע פארברענטע הויז וואס ס'דא האלץ אויף די ווינדאוס און אש אויף א האלבע דאך און די טירן אפן.

און דער גרויסער פראבלעם פון דעם מענטש איז, אז ער באהאלט די אומסטאבילקייט פון זיין זיכערקייט מיט אייזערנע קייטן, און פרובירט צו אנשטעלן דאס בעסטע פנים וואס שייך און מען איז הייפערפאוקסט אויף דעם, און דערנאך קראכט עס ווען מען האט חתונה. מען דארף ארויסגעבן דאס גאנצע זיך פאר'ן לעבנס שותף און מ'קען גארנישט באהאלטן, מען דארף ברענגען ברויט אויפן טיש, נישטא קיין מעשוית, און אלעס קומט דעמאלטס ארויס, און מען ווייסט אפי' נישט געהעריג וועם צו באשולדיגן, ווייל פון אינדרויסן קוקט עס אויס ווי א שיינע משפחה מיט אפאר דאלער אין טאש, זיי מאכן נויז פון זיך, דער טאטע נאך א שטיקל יודע ספר, בקיצור..

איז סך הכל, מיין שכל זאגט זיך צו גט'ן אויב מען האט נישט קיין שום געפיל געהאט איינער צום צווייטן קיינמאל. אויב אבער איז געווען אמת'ע ליבשאפט אין די ערשטע 4-5 יאר אין די ביגינינג, נאר זאכן זענען געפארן ראנג פון די דאגות החיים, דעמאלט דארף מען -און מען קען- עס פיקסן, מען זאל ספענדן וויפיל געלט מען קען, ווייל א נייע איז 1000 מאל מער טייערער און אסאך מער קאמפליצירט, און זיכער ווען מען האט א שטוב מיט קינדער, אז עס זאל נישט שאטן פאר זיך און פאר די קינדער,
אבער אויב האלט מען נישט ביים זיך העלפן (און איך פארשטיי נישט פארוואס) דארף מען אויך גיין... און ווען מען דארף גיין איז א Respectful רילעשנשיפ מיט די EX און די קינד זעט אז מען רעספעקטירט זיך איינעם דעם אנדערן, איז עס אסאך געשמאקער און די לעבן האט א טעם, און די קינדער וואקסן אויף אסאך געזוטער ווי פארקערט!!
 
עס מאכט אויס אויב מען גט זיך אויף א נארמאלער וועג מיט מסודר וויזיטעיישענס איז עס לעניית דעתי סאך מער געזונט פאר די קינד
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך בין אױפגעװאקסן אין א שטוב װאו מען האט זיך געקריגט, און איך האב אױך דעמאלס אלס קינד געהאפט מען זאל זיך נישט גט'ן און מען האט זיך טאקע נישט גע'גט. הגם בײ אונז איז נאך געװען די עֶדעֶד דיפיקוּלטי אז מײן מאמע איז קראנק געװען אױכעט. שפעטער אבער, אױפװאקסענדיג, האב איך אײנגעזען אז ס'איז א מיסטעיק געװען און ס'װאלט בעסער געװען טאקע װען זײ װאלטן זיך יא גע'גט.

איך אלײנס האב מיך טאקע יא גע'גט, אפילו מיר האבן זיך נישט געקריגט ממש, נאר בלױז װײל איך האב מײן װײב נישט ליב געהאט. אונזערע קינדער, װען זײ זענען קלײן געװען, האבן טאקע נישט פארשטאנען, אבער איך האב זײ כסדר מסביר געװען אױף זײער שפראך פארװאס איך האב איבערגעלאזט די שטוב און הײנט, זײענדיג ערװאקסן, פארשטײען זײ עס יא בעסער און למעשה האט זיך עס ארױסגעשטעלט פאר איר און פאר זײער טובה װײל אזױ האט זי, מײן עקס, געקענט אנגײן, חתונה האבן נאכאמאל און האבן נאך קינדער. מצד שני האב איך געקענט גײן און פאקוסען אויף מײן לעבן, צײט און ארבעט פאר בחירות װעלכע איך קען מיך יא אלײנס קלײבן.

קלײנע קינדער, װעלן אין רוב פעלער נישט פארשטײן (חוץ אױב איז אײנע פון די עלטערן אביוסיװ צו זײ) אבער עט די ענד אף די דעי דארף זיך א מענטש מאכן א חשבון פאר זיך אױב אין די לאָנג ראָן װעט ער קענען אײנס, זיך האלטן העפפי אפי' אױב ער טרעפט נישט קײן צװײטע און צװײ, אױב ער װעט מער אױפטוהן מיט זײן לעבנס עפפארט אין אנדערע תחומים, דהײנו צו עטשיװן אנדערע לעבנס גאולס, װי אײדער ספענדן זײנע לעבנס עפפארט אױף די גאול זיך אײנצולעבן מיט זײן אומגעקליבענע פרױ און קינדער, א זאך װאס װעט רוב מאל במילא זיך נישט אײנגעבן.
 
אשריך וטוב לך - אז אלעס האט זיך אזוי שיין מסדר געוועהן ביי ענק און עס איז א בשורה טובה תדשן עצם
אז כל אחד על מקומו בא בשלום, מען דארף געדענקען אז אונפורטשונעטלי איז דיין עקספירינעס אן עקסעפשען
און א גט קומט מיט שוועריקייטען און עגמת נפש וואס איז יצא שכרו בהפסדו .
 
Back
Top