זייער שטארקע זאכן שרייבט דא די עולם.
און שכח
@אין הכי טאקע פאר'ן ארויפברענגען די נושא.
צום אלעם ערשטן, די אדרענעלין וואס איז מיר ארויפגעקומען מיין ליינען די שורות איז א ברכה צו מאכן. ס'הייסט יתכן אז ס'קומט גרויסע טוישונגען.
די פראבלעם איז, ווי געוויסע האבן אנגעמערקט, אז מ'ווייסט וואס מ'וויל נישט, מ'ווייסט אבער נישט וואס מ'וויל יא.
אשע"כ היות כ'האב שוין גענומען געוויסע סטעפס אין דער ריכטונג, וועל איך שערן אביסל פון מיין אבזערוואציעס.
מתחילה פון מיין מסלול, איז עס טאקע געווען קודם פאקוסירט אויף וואס נישט. און ס'האט טאקע געהאט קאנצעקווענצן. צ. ב. ש. כ'האב אויפגעהערט גיין צו משפחה שמחות ווייל כ'האב געפילט אז ווען כ'גיי צוריק צו משפחה ווער איך קאנפיוס"ד אויף וואס כ'וויל באמת.
ס'קען זיין אז ס'האט מיך אסאך געהאלפן, אבער כ'מיס עס. יא, כ'האב צוריק אנגעהויבן גיין, אבער ס'נישט די זעלבע...
שפעטער האבן איך אנגעהויבן אריינטראכטן, וואס דארף איך באמת. און דא - מיין איך - איז יעדער אביסל אנדערש, איינער דארף מער 4-5 נאנטע חברים, איינער דארף קאפל פרענדס, איינער דארף ווי צו גיין פאר שבת, איינער דארף א גאנצע קהילה, ווי מענדעלע'ס קהלה נאר אנשטאט רעדן א גאנצע טאג פון רבי'ן און שוואנצאנעס, וועט מען רעדן וואס ביי אים איז הייליג און טייער....
מער פון דעם, ס'דא וואס דארפן חברים צו קענען דורכטון פילאזאפיע, ס'דא וואס דארפן א קרעמל ווי זיי קענען זיך ארויסברענגען זייער געפילן, ס'דא וואס ווילן אז די קהילה זאל זיין געבויט אויף ספיריטואליטי. ס'דא וואס ווילן האבן טריסאמ"ס.....
ס'געווען א שטיק צייט וואס אפאר חברים האבן זיך צוזאמגענומען און מ'האט געגרינדעט אזא כמו-קהילה, אבער צוליב די אויבנדערמאנטע סיבה האט עס נישט געהאט אריכות ימים. אנפאנג האט מען זיך געשוואוירן אז דאס גייט אנהאלטן ביז משיח'ס טאג, אבער 'יעדער דארף עפענען אנדערש' און די נשמה/סוב קאנטשעס/ אינער טשיילד גייט זיך נישט בארואיגן מיט אפאר מלוה מלכה'ס ווען ס'נאגט פאר א קאמבינאציע פון 12 אנדערע מינע סחורה.
און ס'אויך אלעמאל געווען די פחד פון וואס גייט געשעהן אויב איינער געפינט אויס? דער פראבלעם עקזיסטירט אפילו אויב דו עפנסט א אייגענע קהילה מיט מוסדות, ביזנעס, פאליטיק וכדו', ווייל איינמאל דו עפענסט א אייגענע קהילה אפיציעל מיטן מהלך אז אונז ווילן אפנויגן פונעם דרך ישראל סבא, גייען דיך די גרויסע קהילות טעראריזירן, דו גייסט נישט קענען אריינגיין אין סאטמארער מקוה כאילו לא היה...
נאך א נקודה, וויאזוי גייט די קהילה הייסן? מ'האט דא ארויפגעברענגט אפאר נעמען. אבער איין מינוט, שטעל דיך אפ, דו כאפסט אז דו נעמסט א קרענק און די פארשפרייסט עס מער? האסטו אמאל געפרעגט א גוי צו וועלכע קהילה ער באלאנגט? אפילו א ליטווישע אדער מאדערנע איד וואלסטו קיינמאל נישט געפרעגט אזא שאלה, דו קענסט אים פרעגן ווי ער שיקט זיינע קינדער, וועלכע שול ער דאווענט, אבער וועלכע קהילה? דאס קענסטו נאר פרעגן פון א איד מיט א גארטל.
כ'גיי יעצט שרייבן ווייטער וועגן מיר, און נאכדעם צוריקקומען צו דעם נקודה.
נאכן דורכטון וואס איך דארף, איז מיר גאנץ קלאר געווארן אז ס'ממש נישט מעגליך צו האבן אזא קהילה פון אלע קאלירן.
האב איך אנגעהויבן אריינטראכטן ווי גיי איך באקומען ספיריטואליטי? און כ'האב אנגעהויבן זוכן ממש דאס. און, יגעת ומצאת.
ווי גייט איך טרעפן חברים/חברטעס, יגעת ומצאת.
ווי קען איך גיין פאר שבת? חוזר חלילה.
יעצט די שאלה קומט אלעמאל צוריק צו מוסדות און שול.
און די ענטפער איז, ס'דא.
אין יעדע שטאט איז דא מוסדות וואס זענען למחצה לשליש לרביע ארויס פונעם סיסטעם, און די זעלבע מיט שולן.
זעה וואס האט דיך צוריקגעהאלטן ביז היינט צו ארויסנעמען דיין קינד פונעם מעין סטריעם מוסדות, און דאס איז דיין ענטפער, אזוי אויך דיין האום ווארק.