א רוף צו מיינע ברודער היושבים בין שתי עולמות

צוויי נקודות וואס איך וואלט געוואלט אריינווארפן, ברשות אה"ט והחברים שיחיו
1 - א גוטע התחלה איז א צייטונג. נישט קיין מאגאזין וכדו' וואס כבודם במקומו מונח, נאר אן honest to god צייטונג, אין היימישע פליסיגע אידיש, וואס זאל פלעין און פשוט טרענסלעטן די וועלט אין וואס מיר לעבן, און קאררענט איווענטס, אין מאמע לשון. (עס קען זיין א דיג'יטאלע צייטונג.)
און דער וואס ווערט געכאפט אין זיין אינבאקס האבן דעם צייטונג האט אטאמאטיש אנטייל גענומען אין די קהילה.
2 - אויב ווערט א קהילה טאקע געבוירן וואלט איך מציע געווען די נאמען "פּאוסט-היימיש"!
 
מיר וועלן ארבעטן אלע צוזאמען, יעדער וועט תורם זיין פון זיין געבענשטער פעאיגקייט און מיט זיינע געטליכע מתנות. אמת ס׳דארף הנהגה, ס׳דארף פלאנירונג, און אויף דעם ריכטונג שפאנען מיר. און ווי שעפטל זאגט, מ׳דארף א גוטער התחלה און פון דארט וועט עס גיין מעלה מעלה.
שפיר קאמרת.
אבל קיימינן, כל ההתחלות קשות…
זיל אתה ברישא,
ואנן נמשך, ונילך אביתריך ונאמר "אין הכי טאקע" "אין הכי טאקע".
כדאמרי במערבא, 'מעשה דחד, עדיף ממחשבות דכולהו'.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top