איך בין פולי מיט דיר, די פראבלעם איז נאר אז אויב די איינציגסטע סיבה איז נאר negative ווייל מהאט נישט ליב די יעצטיגע סיסטעם גייט זיך עס נישט אויסארבעטן, OTD האט זיך אויכט נישט אויסגעארבעט פאר די סיבה, די קענסט נישט האבן הונדערט מענטשן מיט אנדערע דיעות און פירן א נארמאלע קהילה, די איינציגסטע זאך וואס קען מאכן א קהילה זאל זיך אויסארבעטן איז ווען די האסט א רבי אדער ראש הישיבה וואס ווען ער זאגט עפעס פאלגט כמעט יעדער, אז נישט גייט עס אויס קוקן ווי א קאנטרי ווי יעדער האט געקויפט א באנגעלוי און מהארגט זיך ארום נישט קיין חילוק וואס די באורד זאגט
קודם, איך מיין אז יעדער האט א פאזיטיווע vision און וויל בויען א זאך וואס פילט עכט היימיש, נאר א פלאץ וואס יעדער איז זיך, מ'לעבט נישט מיט זיך באהאלטן, נאר מיט ארויסברענגען די פולע זיך.
און טאקע די OTD community האט נישט קיין קיום ווייל ס'איז נאר "וואס נישט", און דאס איז גענוי מיין נקודה, לאמיר נישט נאר זיין די מחוץ למחנה, לאמיר האבן א פאזיטיווע גאול. נאכמער, לאמיר עס מאכן פול מיט passion און spirituality, מיר קענען האבן א שותפות'דיגע קאמיטמענט, וואס אונז מגדיר, נאר אן ארויפלייגן אויף א צווייטן דיין מיינונג.
אבער פון אין דעם מסגרת קען יעדער וואקסן, נאר יעדער מיט זיינע אייגענע פארשטאנד און מיינונג, גלייבן וויאזוי ער וויל.
דאס מיינט מיר זענען משותף מיטן יסוד, אבער קיינער באשטימט נישט וויאזוי זאלסט זיך מחבר זיין צו דעם.
יעצט צו דיין עיקר נקודות.
איך בין מסכים, און דאס איז די מיליאן דאללער שאלה. און דא ליגט די עיקר ארבעט, איך האב נישט די פונקטליכע תשובות.
אבער ס'איז דא מהלכים, און ס'איז דא א חילוק צווישן Authoritarian Leadership און Accountable Leadership.
די Modern orthodox למשל האט א elected board, און Rabbinic advisors, דאס הייסט אז זיי זענען א מורה דרך אבער נישט קיין קאנטראל און מ'מאכט וואלן.
מ'וועט זיכער דארפן מאכן עפעס א Baseline, אבער ס'דארף נישט זיין דיקטאטוריש, ס'קען זיין פון Mutual agreement. און אויך דעמאקראטיש.
ווי למשל בעלמא:
שבת, כשרות אויפן קלענסטן סטאנדארט.
אויפציען די קינדער אידיש.
זיין דארט איינער פארן צווייטן.
נישט מאכן די שול פאר א פשוט'ע קלאב.
איך וויל נישט דא ווארפן איידיעס, אבער דא ליגט די ארבעט, און
@אין הכי טאקע אן קיין שום structure און shared agreement קען עס נישט האבן קיין קיום, און דאס איז טאקע די טשעלענדזש. פארקערט, די באלאנס וועט לדעתי זיין די שענסטע זאך, פונקט ווי די גאצע דעמאקראטיע איז געבויעט אויף דעם באלאנס.
און ווי טשורטשיל האט געזאגט.
‘Many forms of Government have been tried, and will be tried in this world of sin and woe. No one pretends that democracy is perfect or all-wise. Indeed it has been said that democracy is the worst form of Government except for all those other forms that have been tried from time to time.…’