א רוף צו מיינע ברודער היושבים בין שתי עולמות

שפיר קאמרת.
אבל קיימינן, כל ההתחלות קשות…
זיל אתה ברישא,
ואנן נמשך, ונילך אביתריך ונאמר "אין הכי טאקע" "אין הכי טאקע".
כדאמרי במערבא, 'מעשה דחד, עדיף ממחשבות דכולהו'.
מיט אזא אראמישער תגובה, וואס דארף מען מער, מיר זענען גרייט
 
זייער שטארקע זאכן שרייבט דא די עולם.
און שכח @אין הכי טאקע פאר'ן ארויפברענגען די נושא.

צום אלעם ערשטן, די אדרענעלין וואס איז מיר ארויפגעקומען מיין ליינען די שורות איז א ברכה צו מאכן. ס'הייסט יתכן אז ס'קומט גרויסע טוישונגען.

די פראבלעם איז, ווי געוויסע האבן אנגעמערקט, אז מ'ווייסט וואס מ'וויל נישט, מ'ווייסט אבער נישט וואס מ'וויל יא.

אשע"כ היות כ'האב שוין גענומען געוויסע סטעפס אין דער ריכטונג, וועל איך שערן אביסל פון מיין אבזערוואציעס.

מתחילה פון מיין מסלול, איז עס טאקע געווען קודם פאקוסירט אויף וואס נישט. און ס'האט טאקע געהאט קאנצעקווענצן. צ. ב. ש. כ'האב אויפגעהערט גיין צו משפחה שמחות ווייל כ'האב געפילט אז ווען כ'גיי צוריק צו משפחה ווער איך קאנפיוס"ד אויף וואס כ'וויל באמת.
ס'קען זיין אז ס'האט מיך אסאך געהאלפן, אבער כ'מיס עס. יא, כ'האב צוריק אנגעהויבן גיין, אבער ס'נישט די זעלבע...

שפעטער האבן איך אנגעהויבן אריינטראכטן, וואס דארף איך באמת. און דא - מיין איך - איז יעדער אביסל אנדערש, איינער דארף מער 4-5 נאנטע חברים, איינער דארף קאפל פרענדס, איינער דארף ווי צו גיין פאר שבת, איינער דארף א גאנצע קהילה, ווי מענדעלע'ס קהלה נאר אנשטאט רעדן א גאנצע טאג פון רבי'ן און שוואנצאנעס, וועט מען רעדן וואס ביי אים איז הייליג און טייער....

מער פון דעם, ס'דא וואס דארפן חברים צו קענען דורכטון פילאזאפיע, ס'דא וואס דארפן א קרעמל ווי זיי קענען זיך ארויסברענגען זייער געפילן, ס'דא וואס ווילן אז די קהילה זאל זיין געבויט אויף ספיריטואליטי. ס'דא וואס ווילן האבן טריסאמ"ס.....

ס'געווען א שטיק צייט וואס אפאר חברים האבן זיך צוזאמגענומען און מ'האט געגרינדעט אזא כמו-קהילה, אבער צוליב די אויבנדערמאנטע סיבה האט עס נישט געהאט אריכות ימים. אנפאנג האט מען זיך געשוואוירן אז דאס גייט אנהאלטן ביז משיח'ס טאג, אבער 'יעדער דארף עפענען אנדערש' און די נשמה/סוב קאנטשעס/ אינער טשיילד גייט זיך נישט בארואיגן מיט אפאר מלוה מלכה'ס ווען ס'נאגט פאר א קאמבינאציע פון 12 אנדערע מינע סחורה.
און ס'אויך אלעמאל געווען די פחד פון וואס גייט געשעהן אויב איינער געפינט אויס? דער פראבלעם עקזיסטירט אפילו אויב דו עפנסט א אייגענע קהילה מיט מוסדות, ביזנעס, פאליטיק וכדו', ווייל איינמאל דו עפענסט א אייגענע קהילה אפיציעל מיטן מהלך אז אונז ווילן אפנויגן פונעם דרך ישראל סבא, גייען דיך די גרויסע קהילות טעראריזירן, דו גייסט נישט קענען אריינגיין אין סאטמארער מקוה כאילו לא היה...

נאך א נקודה, וויאזוי גייט די קהילה הייסן? מ'האט דא ארויפגעברענגט אפאר נעמען. אבער איין מינוט, שטעל דיך אפ, דו כאפסט אז דו נעמסט א קרענק און די פארשפרייסט עס מער? האסטו אמאל געפרעגט א גוי צו וועלכע קהילה ער באלאנגט? אפילו א ליטווישע אדער מאדערנע איד וואלסטו קיינמאל נישט געפרעגט אזא שאלה, דו קענסט אים פרעגן ווי ער שיקט זיינע קינדער, וועלכע שול ער דאווענט, אבער וועלכע קהילה? דאס קענסטו נאר פרעגן פון א איד מיט א גארטל.

כ'גיי יעצט שרייבן ווייטער וועגן מיר, און נאכדעם צוריקקומען צו דעם נקודה.

נאכן דורכטון וואס איך דארף, איז מיר גאנץ קלאר געווארן אז ס'ממש נישט מעגליך צו האבן אזא קהילה פון אלע קאלירן.
האב איך אנגעהויבן אריינטראכטן ווי גיי איך באקומען ספיריטואליטי? און כ'האב אנגעהויבן זוכן ממש דאס. און, יגעת ומצאת.
ווי גייט איך טרעפן חברים/חברטעס, יגעת ומצאת.
ווי קען איך גיין פאר שבת? חוזר חלילה.

יעצט די שאלה קומט אלעמאל צוריק צו מוסדות און שול.
און די ענטפער איז, ס'דא.
אין יעדע שטאט איז דא מוסדות וואס זענען למחצה לשליש לרביע ארויס פונעם סיסטעם, און די זעלבע מיט שולן.

זעה וואס האט דיך צוריקגעהאלטן ביז היינט צו ארויסנעמען דיין קינד פונעם מעין סטריעם מוסדות, און דאס איז דיין ענטפער, אזוי אויך דיין האום ווארק.
 
צוויי נקודות וואס איך וואלט געוואלט אריינווארפן, ברשות אה"ט והחברים שיחיו
1 - א גוטע התחלה איז א צייטונג. נישט קיין מאגאזין וכדו' וואס כבודם במקומו מונח, נאר אן honest to god צייטונג, אין היימישע פליסיגע אידיש, וואס זאל פלעין און פשוט טרענסלעטן די וועלט אין וואס מיר לעבן, און קאררענט איווענטס, אין מאמע לשון. (עס קען זיין א דיג'יטאלע צייטונג.)
און דער וואס ווערט געכאפט אין זיין אינבאקס האבן דעם צייטונג האט אטאמאטיש אנטייל גענומען אין די קהילה.
2 - אויב ווערט א קהילה טאקע געבוירן וואלט איך מציע געווען די נאמען "פּאוסט-היימיש"!
מקען אנהייבן מיט א גוטע אקטיווע וואטסאפ סטעטוס!

צייטונג??? מיר זענען אין 2025!!!
 
אלעס פיין און וואויל אויף פאפיר, אבער ווילאנג אונז וועלן נישט זיין גרייט זיך מגלה צו זיין צווישן אחים ואחיות לדעה מיט די אמתע אידענטיטעט קען מיר גיין בארן קלאפן,


ליבי אומר לי אז גרויס חלק פון די ענטוזיאסטישע שטיצער דא (וגם אני הגאמי בתוכם) זענען געשלאגן מיטן היימישן דעטעקטיוו פארוינויע סינדראום ווי מעכל ווארט פאר רעכל און רעכל פאר מעכל, בחינת לעיקפראנט און חתונה תקנות ווי יעדער וויל, יעדער שטיצט, יעדער ברענט, אבער קיינער וועט נישט אריינטאנצן בבחינת נחשון נאר ענדערש
דער נעקסטער נאך ״נחשון״ אויב סוועט געלונגען.

און וויפיל שנירלך מ'וועט שרייבן,
וויפיל וויזיעס מ'וועט פלאנען,
בלייבט די מסקנא:

בלי גילוי פנים — בלשון בני אדם, נישט בלשון ניק —
בלייבט אלעס בתורת אולי, און געשמאקע פאנטאזיעס, זייער פיינע ווארע זיך צו דערפרישן נאך א פארקאקטע באזוך אין ביסמעדרעש און זיך שפירן ווי א האן צווישן די בני האדם היושבים בשיט, אבער טאקע בלויז דאס, נאסע פיקציע.
 
לעצט רעדאגירט:
אלעס פיין און וואויל אויף פאפיר, אבער ווילאנג אונז וועלן נישט זיין גרייט זיך מגלה צו זיין צווישן אחים ואחיות לדעה מיט די אמתע אידענטיטעט קען מיר גיין בארן קלאפן,
וואס איז די פראבלעם, יעדער גייט קומען מיט מאסקעס אויף די פנימער אין שוהל אזוי ווי קורונה
 
נאך א נקודה, וויאזוי גייט די קהילה הייסן? מ'האט דא ארויפגעברענגט אפאר נעמען.
א פאסיגער נאמען פאר אזא קהילה קען זיין: קהילת בית אב"א = אלישע בן אבויה.

ווייל ער איז געווען א טיפער טראכטער, און עס האט אים געבאדערט קושיות אין די הנהגת העולם, ווי די גמ' גיט א ביישפיל (מסכת חולין): לשונו של חוצפית המתורגמן ראה, ער האט געזען די רציחה פון איינעם פון די עשרה הרוגי מלכות מיט דעם בזיון וואס איז מיטגעקומען. ער האט אויך געזען ווי איינער איז מקיים כיבוד אב צו ברענגען עפּעס וויין פון א בוידעם, און אויף דעם וועג אהין האט ער נאך מקיים געווען מצות שילוח הקן, און אויפן וועג צוריק טראסקעט ער פון א לייטער און פאלט צו זיין טויט, תוך כדי וואס ער איז עוסק אין קיום פון די צוויי מצוות וואס די תורה זאגט צו אריכות ימים - כיבוד אב און שילוח הקן - שטארבט ער אפ. האט זיך אים געמאכט קושיות, און ער איז געווארן אחר.

ווייסט מען אבער אז רבי מאיר (סתם משנה רבי מאיר) איז געווען זיין תלמיד, ביז צום סוף "תוכו אכל קליפתו זרק", ער האט געהאט אין זיך גענוג חלקים טובים וואס האט געשפייזט רבי מאיר. אין גמ' (חגיגה) זאגט ער נאך אז עווענטועל האט מען אים אריינגעשטעלט אין גן עדן ערגעץ.

איז לשמו ולזכרו קען מען מייסד זיין קהל בית אב"א.
 
קול ביער אנוכי, כאב לבנים קורא, את רחשי לבי הרוחשים זה ימים ימימה, אולם שאלה זו נדמה לי כי בל תתורץ, כמו שכתבו כאן כמה וכמה, כי מה שרוצה זה אינו רוצה זה, והאם נרפא את החולאת בחולי אחר?
@אין הכי טאקע האסט פיין געשריבן אבער די שאלה איז צו קען @מען טאקע אזוי טאן?
 
לעצט רעדאגירט:
אין הכי טאקע'ל שרייבסט דאך הערליך! דו האסט אביוועסלי א עקסטער לארדזש ברעין, וואס איז פיל מיט נייגער, פילזאפיע, און זיסע הומאר און ליידער שווערע #קשיות וואס און וואו מ'טאר נישט.

ס'האט מיר אויך אביסל דערמאנט פון מיין The Matrix אינספרירטע שנירל ווי איך האב עסקפירימענטירט מיט שרייבן אויף פא"ט איבער פיר פרעשור, טאקסיסיטי ועוד אין די קאמיוניטי און ס'האט געברענגט שטארקע פידבעק, און מיט מיין זיפ פון ווערטער האט קרעמל גאנץ געכאפט וואס איך רעד און צו וועם איך רעד.

איך הער דיר, און דיינע ווערטער זענען וועליד און געדענק אז דו ביזט גוט פאר ווער דו ביזט, און נישט פאר די איידענטיטי וואס א רעליגיע, רבי, קהילה האט אויף דיר ארויפגעצווינגען.

איך ווייס נישט אויב דו דארפסט עס מאכן אזוי קאמפליצירט, בפרט ווען עס איז שוין דא? זאלסט וויסן בויען א קאמיוניטי איז אסאך שווערע און ניואנסד ווי ס'קוקט אויס, פארשאפ דיר וואטסעפ, (אויב דו האסט נישט) עס זענען דא עטליכע גרופע'ס פאר אויטידי און דאבל לייף אידן, אויב דו האסט א פראבלעם מיט א אפענע נומבער, איז דא אזא זאך ווי גוגל וואויס, פעיסבוק גרופעס meetup.com גרופעס, פון אויפגעקלערטע חוקרים, ביז בייקערס וועלכע בייקן צונאזאם אין די פארטאגס שטונדן. און הייב אן נעטווארקן צו טרעפן דיינע חברים ווי זיי דרייען זיך?

אויטידי/אומאפיליאירטע פון סיי וועלכע רעליגיע סטרוגלען מיט די זעלבע פראבלעם, אבער פון סעקולער טעראפי גרופע'ס קען איך דיר ריפארטן אז זיי האבן נאכנישט אויסגעפיגערט וויאזוי צו מאכן א "נייע" קאמיוניטי וועלכע ברענגט צוזאם אלע סעקולוריסטן, אין די קלאזעטיסטן, אא"וו, זיי ווילן טאקע אויך געזעלשאפט, דאס ביזטו גערעכט אבער וואס זאל די קאמיוניטי זיין גע'בעיסד אויף? נישט זיך ביקן צו א צלם, אדער דוקא עסן הערינג פאר הודו?

ס'קומט צו א פוינט וואו מ'דארף עס נעמען ערנסט צו א געוויסע לעוול אז נישט ארבעט זיך עס נישט אויס. ווייל ווי דו זאגסט, איז עס מער צו זיין זעלבסשטענדיג און ווייניגער צו זינגען נפשי ישובב ינחני און אדני מלך דריי מאל...

כ'האף כ'רעד נישט צו גרויס, איך קען נישט פונקטליך דיין סטארי, אבער אז דו ווילסט הילף די עם מיר און מ'קען רעדן ווייטער.
 
זאג איך צו מיר, זאל ער מיר געזונט זיין, מיט זיין גאנצער אויפגעקלערטקייט, ווען עס קומט דערצו, רעדט מיין מיטשמועסער ווי יעדן, דער זעלבער פאפולערער לעבנסלאזער פוטסטעפס שפראך הידוע, אז די גאנצע פוינט פון ארויסגיין איז מ'איז א מענטש פאר זיך!…
וואס מיינט פוטסטעפס שפראך?
אזוי גאר? עמיצער ווייסט שוין פארוואס איך בין ארויס?…
עגעין כ'ווייס נישט צו דו טריפסט צו דו ביזט ערנסט.
איך בין ארויס להוי ידוע ווייל כ'בין געווען אויף צרות… אודאי וויל איך האבן מיין אינדעווידועלער פרייהייט, אבער מיינט דאס איך וויל זיין א בן בלי שם?
מ'קען זיין אליינס אין א געפאקטע זאל מיט פארענטשעס ווי יענער לץ זאגט מ'קען זיין אליינס און פילן חתונה געהאט...

אבער דער מציאות איז, יא, מיר קענען ווערן בראו'ס, ווייל, פארוואס נישט, נאר ווער קען? עפעס א שמויגער גרופע פון שמויגער לאנד? ווי ס'האט פלוני בן פלוני געזאגט אין א דעבאטע, ס'פרעגט אים א שחור, הלמאי מען רודפ'ט אונז, זאגט ער, און די אידן האט מען נישט גע'רודפ'ט? נאר זיי האבן זיך גענומען אין די הענט. ע"כ. אלעמאל ווען א גרופע מענטשן מיט ענליכע פראבלעמען וועלכע האבן זיך געטראפן קרח מכאן ומכאן האבן זיך צאמגענומען, זענען די פראבלעמען געווארן אויס פראבלעמען, אדרבה, ס'געווארן מאפילה לאור גדול, אידן זענען געווארן די envy פון די וועלט. פארוואס? ווייל מען האט זיי געווארפן מחוץ לחומה, פארבאטן פון אינסטיטוציעס; ליין וועגן די פיוריטאנס,
Fuck them זיי האבן געברענגט רעליגיעזע פונדעמענטעליזם קיין אמעריקע, זיי זענען געווען סקרוקים קעגן די פאונדיג פאדערס וועלכע האבן חוזק געמאכט פון קירכע'ס און מיר זענען היינט אלע סעקשולי דעמעדזש אדאנק זייערע ראדיקאליזם, אז ס'נעמט א גאר וואוק מענטש (נישט די perverted ווארט, וואס עס מיינט טאקע) צו וויסן וויאזוי זיך צו אויסדריקן א שטייגער ביי א pride parade אן קיין גילט פון זייערע prude'שער טראמא.
מ'האט זיי מחרים געווען, זענען זיי געפארן קיין האלאנד און אמעריקא, געבויט יש מאין. פונקט האב איך געליינט אז אידן האבן אנגעהויבן stand-up comedy, מען האט זיי נישט געלאזט אין די טראדיציאנאלע לאנגווייליגע טיאטערס, האבן זיי אנגעהויבן אין די קעצקלס מאכן שבת פאר זיך
זייער אינטערסאנט צו הערן דעם שטיקל פון די פאזל וואו קען איך ליינען איבער דעם?
 
בואו שעריו בתודה, חצרותיו בתהילה!!!

מיין רוף האט געברענגט א שטורעם, די נאכגרוסן זענען געווען למעלה מן המשוער, סיי דא און סיי אין אישי, ס׳אן ספק אז חשוב׳ער חלק פון די חברים דא האבן געכאפט דעם פארטל, און דוקא פונעם חרש והמסגר.

אלץ אן ערשטער שריט לייגט זיך אויפן שכל צו זאמלען הצעות און רעיונות פון חברים, נאר נישט דא, מיר האפן אין די נאנטע טעג צו עפענען א ספעציפישער שנירל וואו מיר וועלן שטעלן הודעות איבער אפדעיטס; ווי אויך אן אימעיל וואו מען וועט קענען שיקן הצעות און רעיונות לויט געוויסע פארשריפטן, און עווענטואל פראגע בויגן׳ס - סערוועיס, ירא הקהל וישפוט, ביז מען קומט ארויס סולת נקייה עידית שבעידית גרייטע פיסעס פאר אבני יסוד. אין די נאנטער צוקומפט האפן מיר צו פארשפרייטן דאס ווארט אויך מחוץ לתחומי הקרעמל, אבער מיטן קרעמל הייבן מיר אן.

Stay tuned חברים, כי לגדולות ונצורות נוצרתם!!!





אייער פריינד - אין הכי טאקע
 
@אין הכי טאקע איך וויל דיר ווינטשן גרויס הצלחה אין דיין הייליגע ארבעט צי מאכן עפעס פאר נשמות וואס טרעפן זיך נישט דאס מקום אין די שול עראונד די קארנער.

איך, ווי אפאר פון דא לכאורה האב שוין כמעט אויפגעגעבן צו טרעפן איינעם מיט וועם איך קען זיין אפן, אפילו איך טרעף איינעם דא דארט איז עס נישט גענוג פאר מיין נשמה, ווייל אין א שוואכע מינוט (וואס דאס זענען די רוב פון מינוט'ן) פיל איך ווי סיי איך אין סיי יענער זענען לוזערס בין שבעים זאבים, סא ווען איך האב געזען דיין שנירל האב איך אויפגעשיינט, ענדליך גייט זיין א פלאץ ווי מענטשן וואס לערנען אפ דעם 'דן לכף זכות' אז ס'איז נאר א בדיעבד, לכתחילה מיינד יור און ביזנעס, נאר אויב ס'גייט נישט, זיי דן לזכות, אזאכע מענטשן גייען זיין די רוב פון די פלאץ.

פאר איך ווער אינגאנצן עקסיידעד וויל איך דיר אבער פרעגן, קען איך פליס זיין די גיי וואס לייגט אריין די קליפס ביי די נעמען וואס שנאדערען ביים ליינען?

דזשאוקס עסייד

אויב דו קענסט גיין אביסל מן ההר אל העם, מיין אימעדזשינעישן ארבעט נישט אזוי גוט, וואס ליגט אין דיין מיינד צו מאכן? א שול? א פארברענג יעדע שטיק צייט? אויף וואס קוק מיר אונז דא?
 
זיצט זיך גאמי מיט זיין קטורת און טראכט…
און קען נישט אויפהערן זוכן א לעזונג…
וואס קען זיין א גוטע רוקנביין?!…
עפּעס א מאטיוו פאר א פאזיטיווע, ציללאזע בונד פון חברים…
וואס זייער אהבה איז נאכנישט תלויה בדבר…
און זיי גלוסטן צו זיין שייך צו עפעס א פארבאנד פון ידידים מיט קאמאן אינטרעסט…
א מין ארטיפישל בעיה…

נאך א שלעפ, און נאך א צי…
לעכעצענדיג פאר אווערנעס…
און צו ארויסהאבן די גאנצע בילד…
והנה — א בהירות שטעכידיגער פיין לויפט דורך זיינע אקסלען!!!

זיצן דא אפ א גאנצע ציבור…
מיט דערשטיקטע געפילן אין בויך…
מיט ווערטער אינעם גארגל…
און צובלאזענע חלומות…

קלוגע אידן…
וואס זייער איינציגע חטא איז…
אז זיי האבן געזוכט דעם אמת…
און דורכגעזען די דאגמעטעשע קעסטעלדיגע וועלט אויסקוק…
פון זייער געבורט ארט…
אבער קענען אדער ווילן נישט בועט זיין אין די מילך, וואס האט זיי געפיטערט פון פעמפער ארויס…
אונז שפירן זיך נישט דרא"פ אט…
און אוודאי נישט דרא"פ אין'ס…
א מין בין המצרים סיטואציע,
וואס איז בפשטות באשאפן געווארן בין השמשות,
צוזאמען מיטן פי האתון…


די פאראדאקס…
אז אונז זעמער צופרידן מיט אונזער היימישע אידענטיטעיט…
אבער דאך גייט אונזער הארץ אויס…
פאר אביסל זעלבסט אויסדריק…
פאר אמת…
פאר נשמה…
פאר אייגענארטיגקייט…

אונז ליבן אונזער היים…
אבער דאך וויל די נשמה ריידן…
און זשערניען…


מיר ליבן אונזער ציווילעזאציע…
אָבער די נפש…

וויל רעדן!!!
וויל זינגען!!!
וויל זשורנאלירן איר אייגענעם אמת!!!




נאך א קאנביס פארזוך…
און א בליץ צובליצלט זיך!!!
אפשר קען אונזער פאראדוקסאלער אידענטיטעט גופא…
זיין די נקודת המרכז…
דאס קען זיין לכשעצמו א פאער פוינט!!!
א פארבאנד פון חברים…
וואס טריפן אייגענארטיג — אבער צוזאמען…
נישט מיט אן עטיטוד פון השתוות…
איך האב מיין זשורני און איך בין אן אינדיווידועל פאק אף…
נאר ארויסברענגען אונזער אייגענארטיגקייט…
דורכן זיין מחובר צו א שורש פון חברים…
איך וויל געפינען זיך אליינס…
דורך דעם וואס איך בין נישט אליינס…

יא, איך גלייב אז אזעלכע קאמיניטיס עקזיסטירן שוין פעסט…
אבער פאר אן אינדרויסענדיגער…
איז נישט עכט דא אן אין…


מיין הצעה איז פשוט!!!
אנהייבן קליין…
א פיילאט חבורה…
א מספר מצומצם…
איינמאל א וואך…
טון עפעס ביינעזאם…
שטילע סירקל…
קומזיץ, שפאציר…
טשולענט און וויד…
No phones party.
הייק, אדער פוב…
נישט קיין נפק"מ די אקטיוויטעיט…
העיקר — די אחדות!!!
און נאך א חודש — צוויי…
צוביסלעך צילייגן נאך חברים…
לאותו דבר…
אז סאיז אמת…
וועט עס וואקסן!!!
וחברא חברא אית ליה…
נאך א שטיק צייט וועלן מיר אויפהערן שפירן,
ווי אינדרויסענדיגע…
עס דארף נישט זיין גרויס…
עס דארף נישט זיין שלימותדיג…
עס דאַרף נאר זיין אמת…
אַ פּאר מענטשן…
אַ פּאר שעה א וואך…
אַ ביסל אפן הארץ!!!
 
לעצט רעדאגירט:
זאל איך שוין ווערן פרייליך ??
אדער ענדערש פאלגען די קול וואס זאגט אז עס לוינט זיך נישט צו ווערן אנטוישט??
 
זאל איך שוין ווערן פרייליך ??
אדער ענדערש פאלגען די קול וואס זאגט אז עס לוינט זיך נישט צו ווערן אנטוישט??

זיכער די ערשטע.

פון ווערן אנטוישט קענסטו זיך אייביג נאכאמאל בארואיגן און זיך היילן, פון נישט ווערן פרייליך און פון נישט געבן פרישע שאנסן ברענגסטו אן די נביאות אויף דיר אליין - און פון דעם איז דא א שווערערע וועג צוריק..
 
זיכער די ערשטע.

פון ווערן אנטוישט קענסטו זיך אייביג נאכאמאל בארואיגן און זיך היילן, פון נישט ווערן פרייליך און פון נישט געבן פרישע שאנסן ברענגסטו אן די נביאות אויף דיר אליין - און פון דעם איז דא א שווערערע וועג צוריק..
זה כלל גדול בחיים!
 
זאל איך שוין ווערן פרייליך ??
אדער ענדערש פאלגען די קול וואס זאגט אז עס לוינט זיך נישט צו ווערן אנטוישט??
פארוואס ווערן אנטוישט? אויב דו ביזט גרייט צו באווייזן די פנים פאר די רייט פיפאל פארשטייט זיך (איך האף איך בין איינער פון זיי 😍) איז די ישועה דא,

אונז האבן שוין גאמי (וואס איז אגב א נייע אור גדול וואס איך האלט נאך אינמיטן מאכן א פארש ארבעט אויף אים), האסט אין הכי טאקע, וואס רעדט גראדע פון מער גרעסערע זאכן, אבער איך בין זיכער אז ער איז אויך גרייט פאר מער לאו קי זאכן, אין איך גלייב אז ס'דא נאך אסאך.

די בעסטע וואלט אפשר געווען צו מאכן א אפענע אנקענטע אין א נייע שנור ווער ס'גרייט פאר א קליינע פארברענג ווי גאמי זאגט, אין פון דארט ביזן באשטימן נאכדעם א טאג אין פלאץ איז א קאץ'ן שפרינג
 
ווער קען געבן זיין דיינונג רום אדער אפיס? אפשר זאל מען אנהייבן סלאו מיט א גוטע מאווי, אזוי דארף מען נאך נישט אויפמאכן די מויל די ערשטע מאל..

און ציביסלעך...
 
Back
Top