גרייט מקבל צו זיין - זאגט מיר נאר וואס

איך ווייס נישט פארוואס איך טו עס, אבער שוין, איך בין בארד עניוועי.

איך האב גערעדט צו @דוד שריפטליך בבחינת עם עקש תתפתל, נישט ח"ו ער איז א עקש, נאר די פאונט, איך האב נישט גערעדט פון קיין השקפה און נישט פון קיין רמב"ם.

ער האט געענטפערט פאר מרחשון וואס איז אריינגעקומען מיט א סאליד מעסעדזש וועגן זיינע מחשבות מיט עפעס א ציפראסקעטע ענגלישע מעסעדזש צי ער האט געלערנט עפעס א משנה צו איך ווייס וואס, האב איך אים געענטפערט וואס איך האב געענטפערט, קוק עס נאכאמאל איבער..

סא וואס זאגסטו נאכאמאל?
עקטשועלי מיין ענטפער באלאנגט טאקע צו די פיוט פון מרחשון, נאר ווייל איך בין גיוועהן בהול האט זיך מיר גידאכט, אז עס איז פון דיר, דאס וואס מרחשון האט געשריבען, שוין עס לאונג עס איט סטעיס אין די פעמילי ביני ובינך מה הוא
 
ביני ובינך מה הוא
איך וועל דיר זאגן מה הוא, ס'מאכט מיר שרעקליך נערוועז ווען מ'נעמט נישט די 30 סעקונדעס צי ליינען און פארשטיין איינעמס מעסעדזש פאר מ'ריספאנד.

ס'געשעט איינמאל? פיין, 2 מאל? פיין... אבער מ'האלט שוין איבער א מנין מאל..

ווילסט דיפענדן דעם אייבערשטן מיט זיין תורה? נישט קיין פראבלעם, אדרבה..

אבער ביז דערווייל איז א חילול השם אז די אייבערשטער'ס אדוואקאטן מאכן אזא שלעכטע דזשאב...
 
איך וועל דיר זאגן מה הוא, ס'מאכט מיר שרעקליך נערוועז ווען מ'נעמט נישט די 30 סעקונדעס צי ליינען און פארשטיין איינעמס מעסעדזש פאר מ'ריספאנד.

ס'געשעט איינמאל? פיין, 2 מאל? פיין... אבער מ'האלט שוין איבער א מנין מאל..

ווילסט דיפענדן דעם אייבערשטן מיט זיין תורה? נישט קיין פראבלעם, אדרבה..

אבער ביז דערווייל איז א חילול השם אז די אייבערשטער'ס אדוואקאטן מאכן אזא שלעכטע דזשאב...
thank you
 
איך וועל זיך מסביר זיין , מודה אני אז איך האב נישט געלייענט דיין שרייבן בעיון - כאטש דו שרייבסט שיין און פאעטיש - מוזטו מיר מוחל זיין
עס איז מיר זייער פערזענליך וויטאגלעך צו לייענען
א שפראך מיט ביטויים וואס ברויזט אויף מיין באוואוסטזיין - דאונט טעיק איט פערסאנעל אבער איך נעם אהן אז דו פארשטייסט וואס באדערט-
האב איך אזוי געסקימט איבער דיינע פראזען , איז
מיר פאהר געקומען אז דו ביסט מבולבל פון די אויסוואהל פון אמונה וחסידות ספרים, זה אומר בכה וזה אומר בכה,אז עס הערשט אן ערבוביא פון כל מיני דרכים, און מען געפינט זיך אזוי ווי אן עור ממשש באפילה , דאס האב איך ארויס גענומען אלץ די תוכן און די נקודה צו וואס דיין פאעזיע איז באזירט ,
איז דער אמת אז ביי מיר איז אויך גיוועהן דער פראבלעם - מעני סיזענס בעק ,בעליוו מי-,און איך האב זיך גענומען דעם רמב״ם אלץ דער מאיר לארץ או אזוי ווי די חז״ל זאגען, נולד משה נתמלא הבית כולו אורה , ער איז אמת׳דיג און תורה מיט יראה לא נמצא כמוהו, ווי עס איז גיוועהן געשריבען אויף זיין מצבה -מבחר האנושי .
איך האב איבער גילייענט די תגובה און איך סופאארט עס 100% עס מאכט סענס און עס קען זיין א עצה טובה פאר געוויסע מענטשן .
אין אונס כי כן יסד המלך
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top