וואס האלסטו זאל אמעריקע טון לגבי איראן?

וואס האלסטו זאל אמעריקע טון לגבי איראן? (נישט פון א אידישע פרעספעקטיוו)

  • אריין גיין

    Votes: 15 25.0%
  • נישט אריינגיין

    Votes: 14 23.3%
  • מסדר זיין דער נוקלעארע וואפנס און אהיים גיין

    Votes: 31 51.7%

  • Total voters
    60
קען מיר איינער מסביר זיין וואס דא גייט פאר
די אמעריקאנער אינטעליגענץ זאגן אז עס איז נישט דא קיין פרופ פון מאכן נוקלעארע וואפן
גייט מען אריין אין איראן און מען הרגעט אויס וויפיל עס לאזט זיך און מען שרייט אז איראן האט אנגעהויבן און די וועלט דארף נאך זעהן גוטס אויף ד י מדינה וואס גייט דא פאר? בין איך משוגע
איך כאפ נישט וואס דו זאגסט דא איך וועל דיר ענטפערן און דער נעקסטע מעסעדזש
 
לעצט רעדאגירט:
אמעריקאנער און ארץ ישראל׳דיגער זאגן קלאר אז זיי האבן געהאלטן ביים מאכן דער וואפן, מען הרגעט נישט וויפיל עס לאזט זיך, מען הרגעט וועם עס פעלט אויס נישט צו קענען גיין ווייטער מיטן פלאן פון האבן א וואפן, איראן האט אנגעהויבן מיטן גרייטן זיך פאר נוקלער, און דער וועלט זאל באדאנקן דער מדינה פארן מאכן דער שמוציגער ארבעט דאס גייט פאר! און דו ביסט נישט משוגע נאר נישט אינפארמירט.
 
זוך אין גוגל וואס די אמעריקאנער אינטעלידזשענט זאגן נישט וואס די נייעס זאגט נאכדעם וועסטו פארשטיין וואס באדערט מיך
US intelligence told senators Iran not building nuclear weapon despite Trump claim, top Democrat says – as it happened
דו ווארסט אויף ווען זיי גייען פאקטיש אויפבויען די באמבע? דעמאלטס איז שוין צו שפעט. כולי עלמא מודי אז איראן האט בארייכערט איראניום אויף א שטאפל וואס קען בלויז גענוצט ווערן פאר א נוקלעארע וואפן
 
@מארלי האסט געוואנען! איי עם סארי @אורות מעיבי נעקסט טיים…
איך האב נישט פרעדיקט נאר געשריבן מיין חשש אויב אמעריקע וועט זיך אריינמישן.

מילא אנאנימע ניקס די פראבלעם איז די סטאדע אנאליסטן און פרשנים אויף טעלעוויזע וואס בולשיטן די מוח טאג און נאכט מיט א זיכערקייט און פאלן דורך יעדער איינציגע פרעדיקשען
 
דו ווארסט אויף ווען זיי גייען פאקטיש אויפבויען די באמבע? דעמאלטס איז שוין צו שפעט. כולי עלמא מודי אז איראן האט בארייכערט איראניום אויף א שטאפל וואס קען בלויז גענוצט ווערן פאר א נוקלעארע וואפן
כולי עלמא מודה
ברענג עווידענס
 
כולי עלמא מודה
ברענג עווידענס
איראן אליין זאגט אז זיין האבן בארייכערט אראניום אויף א שטאפל פון 60 פראצענט, ווען פאר ציווילע באניץ איז געניג נישט מער ווי דריי אדער פיר פראצענט.
 
זוך אין גוגל וואס די אמעריקאנער אינטעלידזשענט זאגן נישט וואס די נייעס זאגט נאכדעם וועסטו פארשטיין וואס באדערט מיך
US intelligence told senators Iran not building nuclear weapon despite Trump claim, top Democrat says – as it happened
עפעס א פאליטיק זאך צווישן טאלסי געבערד און טראמפ, זי האט געטעהנ'ט אז נישט און ער אז יא....

און יעצט זאגט מען אז די בונקער באמבעס האבן נישט אינגאנצן אפגעווישט די סכנה, און טראמפ שרייט אז ער האט קלאר יא זיי אפגעשטופט יארן. וואס עס איז נישט אזוי קלאר, עס איז שווער צו וויסן.

און אויב האבן זיי געוויסע נוקלער וואפן קען ווערן קאנווערטעד צו א באמבע און די אמעריקאנע אינטלעידזשענס באשטעטיגט אז נישט אלעס וואס מ'האט געוואלט אויסראטן איז אויסגעראטן געווארן
 
איך בין סעיף אויף ביידע זייטן! אויב איך גלייב דער אינטעלעזשענס קאמיאנעטי האט איראן קיינמאל נישט געהאלטן נאנט צו א נוקלער באמב און עס איז א שטות וואס ביבי פארקויפט, אויב טראמפ און ביבי זענען יא גערעכט אז זיי האבן געהאלטן פאר א נוקלער באמב בין איך אויך סעיף ווייל זיי שרייען מען האט עס יעצט מסדר געווען.
 
Emphasis on
"אויב"

עס איז זייער מעגליך, און מ'דארף בכלל נישט זיין סורפרייזט אז די אפעראציע האט געפלאפט, ס'איז געווען גאנץ געאיילט, זיי האבן טאקע חרוב געמאכט עטליכע סייטס אבער די אונטערערדישע ארסענעל דאס איז זייער מעגליך אז ס'האט נישט אויפגעפלאצט. דו פארשטייסט די מיליטער איז נישט געבליבן דארט ווארטן און אונטערזוכן אז ס'האט טאקע געטוהן עקזעקלי וואס מ'האט געדארפט.

איך בין נישט קיין נוקלער סייענטיסט ווייס איך נישט וואס זיי קענען טוהן מיט דעם, אבער זיי נישט אזוי פרייליך ווייל זיי שרייען, אוודאי שרייען זיי דאס, וואס זאלן זיי דיר זאגן? אז די מישן האט געסאקט? נאא... דאס זאגט מען אין אפאר יאר ארום...

קענסט מיך, וואס טראמפ זאגט איז ביי מיר דיפאלט ליגנט, אז ס'מאכט זיך אמאל אז ער טוט די ריכטיגע זאך און איז מודה איז די חידוש...
 
די שענסטע זאך איז וויאזוי די אטאקע האט גאר פאראויס געריקט די אנטווינקלוג, ווייל פארדעם האבען זיי בכלל נישט געהאלטען נאנט צו מאכען א באמבע, און יעצט האט מען זיי צוריק געריקט מיט בלויז אפאר חדשים.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top